אךשמח, אין דעם אשכול וועגן דעם גרויסן כינוס, האט געשריבן:http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04/open-letter-to-ichud-hakehillos.html
דער הרב טייטלבוים שרייבט געוואלדיג!
לאמיך עס איבערגעבן אין קורצן:
הרב טייטלבוים שרייבט אז דער אינטערנעט איז טאקע א "ריזיגער" פראבלעם און דארף טאקע א "ריזיגע" לעזונג, און עס איז גוט אז מ'האט זיך געכאפט אז אסר'ן ארבעט נישט, כאטש 15 יאר צו שפעט. פילטערס קלינגען פיין און מאכן אונז שפירן גוט, אבער זענען בכלל נישט עפעקטיוו צוליב עטליכע סיבות, ווי דאס אז עס איז זייער גרינג אויסצוקרויזן פילטערס, און אז אומגעפילטערטע וויי-פיי ווערט מער און מער פארשפרייט, און וועט עווענטועל זיין געדעקט איבער גאנץ אמעריקע.
הרב טייטלבוים זאגט אז די ריכטיגע לעזונג איז E - א שורה ווערטער וועלכע פאנגען זיך אן מיט E:
Education, Excitement, Entertainment, Endearment, Exposure, Expression, Embracement, Enjoyment.
עדיוקעישאן - מחנך זיין די קינדער אז אונזערע ווערטן זענען בעסער ווי דאס וואס זיי זעען אין דער גאס און אויף דער אינטערנעט. מיר דארפן לערנען אונזערע קינדער וויאזוי אויסצואוועלן דעם ריכטיגן מהלך החיים.
עקסייטמענט - די ישיבות דארפן זיין לעבעדיגער און געשמאקער.
ענטערטעינמענט - אונזער יוגנט דארף האבן כשר'ער ענטערטעינמענט ווי קאנצערטן, טריפס, וכו'. יא, זיי וועלן טאקע אפשר לערנען ווייניגער ווי ביז יעצט, אבער אין לענגערן טערמין וועלן מיר האבן קינדער וועלכע האבן ליב צו זיין אידן.
ענדיערמענט - יעדעס קינד דארף שפירן רעלאוואנט און וויכטיג סיי דורך זיין פאמיליע און סיי דורך די ישיבות. מען דארף ענדיגן מיט די לעיבלס ווי "קידס עט ריסק" - יעדער איז "עט ריסק" און מ'דארף יעדן ארייננעמען אין די ישיבות מיט שטארקער ליבשאפט.
עקספאוזשור - אויב מ'האלט א קינד אייביג אינדערהיים וועט ער דאס ערשטע מאל גייענדיג אויף דער גאס כאפן א פארקילעכץ. קינדער דארפן היינט זיין אפן צו דער וועלט, און וויסן וואס די ברייטע גאס שטעלט פאר, און זיין גרייט פאר א לעבן מיט אינטערנעט.
עקספרעשן - מיר דארפן ערלויבן אונזערע קינדער זיך אויסדרוקן, פרעגן פראגעס און אויסדרוקן געפילן.
עמברעיסמענט - מיר דארפן ארייננעמען טעכנאלאגיע וואס דאס איז אונזער פארבינדונג צו דער דרויסנדיגער וועלט. דאס איז דער וועג וויאזוי זיי קאמוניקירן און עס גייט זיך נישט טוישן. ווען איר מאכט חוזק פון "טעקסטן" מאכט איר חוזק פון אונזער יוגנט; ווען איר פארבאט פעיסבוק אסר'ט איר זיי זעלבסט און איר דערווייטערט זיך פון זייער וועלט. ווי איין יוגנטליכער האט געזאגט: "איך בין נישט עדיקטעד צו מיין סעלפאן אדער פעיסבוק, איך בין עדיקטעד צו מיינע חברים!"
ענדזשוימענט - מיר דארפן זיכער מאכן אז אונזערע קינדער טרעפן הנאה אין זיין אידן. בעסער זאלן מיר האבן ווייניגער בחינות און לאזן די קינדער האבן מער פאָן, אנשטאט זיי זאלן טראכטן אז אידישקייט איז לאנגווייליג און אומאפעטיטלעך.
הרב טייטלבוים דערמאנט דעם בוך "
אף דה דרך", און ברענגט ארויס אז די שטודיעס אויף די סיבות פארוואס מען פארלאזט דעם דרך ווייזט אז עס פעלט פאזיטיווע געפילן, און מ'אדרעסירט נישט קיין פראגעס אויף אידישקייט. קיינער איז נישט אפגעפארן וועגן טעכנאלאגיע. טעכנאלאגיע איז נאר דעם מיטל וויאזוי מ'קען אפפארן נאכדעם וואס מ'שפירט נישט קיין געשמאק אין אידישקייט.
איך האב בלויז ציטירט די הויפט נקודות, און עס איז כדאי דורכצולייענען דעם אריגינעלן ארטיקל.