דעם סעריע מאמרים האב איך אנגעהויבען מיטען לשון חז"ל הרואה סוטה בקלקולו יזיר עצמו מן היין. למעשה דערווייל האב איך בעיקר נאר געשמועסט וועגן יזיר עצמן מן החומץ, נעמליך ארויסגעברענגט דעם געפאר פון ליינען כפירה, מינות און קשיות פון אלערליי האלבע מסכילים און גאנצע אפיקורסים.
אצינד וויל איך בעזה"י צוטרעטן צום עיקר הוראה פון יזיר עצמו – זיך גודר צו זיין אויך פון יין. איך בין נישט ראוי בכי הוא זה צו זיין א מוסר זאגער און מוכיח, און בעיקר מיין איך טאקע זיך אליין צו מוסר'ן. איך שרייב נאר מיינע געדאנקען ברבים כדי איך זאל אליין בעסער מקבל זיין.
לא'מיר אריינטראכטען אביסעל וואס איז דאס יין, און צו וואס קען עס צוברענגען. ביסודו איז וויין גאר א חשוב'ע זאך, מיט פארשידענע אייגענשפאטען וואס קיין שום אנדערע מאכל ומשקה פארמאגט נישט. מיר מאכען א ספעציעלע ברכה אויף וויין, און עס איז דא א שאלה אין די גמרא צי א קובע סעודתו על היין ווערט מחויב בברכת המזון.
חז"ל לערנען אונז אז וויין איז שמח וזיין – עס טוט סיי מאכען פרייליך און מונטער, און סיי זעטיגען. רבא האט געזאגט (שילהי הוריות) חמרא וריחני פיקחין – טרונקען וויין און שמעקען בשמים מאכט קלוג ווערן. מיר זעהן אויך ווי עס ווערט גענוצט ביי פיהל חשוב'ע ברכות, ווי צ.ב.ש. קידוש אן הבדלה, כדי די מצוה זאל ווערן מער אריינגעבאקען אין אונז (ווען עס קומט צוזאמען מיט א געשמאקען וויין – ספר החינוך).
מצד שני ווייסען מיר אבער אז ווען עס ווערט גענוצט נישט ריכטיג דאן מאכט עס אהן געפערליכע חרבנות. דער חכם מכל האדם זאגט (משלי כ' א') לץ היין הֹמה שכר וכל שֹׁגה בו לא יחכם – וויין ברענגט דער מענטש לידי טפשות, ער זאל שרייען און זיך נאריש מאכען, און דער וואס רעדט זיך איין אז טאמער ער וועט טרונקען מער וויין וועט ער ווערן קלוגער מאכט ער א טעות ווייל לא יחכם. עס וועט איהם נישט ברענגען קיין חכמה.
מכל האמור זעהן מיר אז אין וויין ליגען צוויי געגנ-געזעצטע כוחות, ממש מן הקצה אל הקצה. טאמער נוצט מען עס ריכטיג קען עס ברענגען געוואלדיגע נוצען, אבער טאמער גייט מען איבער די מאס קען עס פארשלעפן דעם באנוצער אין דר'ערד אריין.
אפשר קען מען צו דעם מדמה דער אינטערנעט. פון איין זייט קען מען האבען גאר שטארקע טובות הנאה דערפון. עס ליגט דארטען אן אוצר פון וויסענשאפט און חכמה, און אויך בגשמיות קען מען פיהל געניסען פון דעם. מצד שני, איז אבער אויך דא אזא פארזאמלונג פון די ג' עבירות חמורות, וואס האט נאך קיינמאל עקזיסטירט אויף איין פלאץ, און מיט אזא גרינגע צוטריט, ווי אויפען נעץ.
איך האב לעצטענס גערעדט א לענגערע שמועס מיט איינער, און בין הדברים האב איך אריינגעווארפען אז היינט איז דא אויפען וועלט א מבול מיט כפירה און מינות. יענער האט מיר געענטפערט אז דאס איז נאר אויפען אינטערנעט. באלד אויפען מינוט האב איך מיר געוואלט מתוכח זיין, אבער נאך אביסעל התבוננות האב איך איינגעזעהן אז יענער איז גערעכט.
א יוד וואס גייט אין שוהל, אין כולל, צום ארבעט א.א.וו. אהנע זיין באהאפטען צום אינטערנעט, וועט זיך כמעט נישט אנשטויסען אין קיין כפירה, ליצנות אדער אנדערע טינופות (חוץ פארשטייט זיך וואס מען קען זעהן אויפען גאס), און אפילו ווען יא וועט עס בדרך כלל טאקע זיין וואס אינער זאגט איהם נאך פונעם נעץ, מעסענדזשער, טוויטער, פעיסבוק, א.א.וו.
די שרעקליכע מעשה וואס האט פאסירט דאהי אין לונדון מיט דעם יעניגער איז קלאר בלי שום ספק אז דער אינטערנעט האט דאס גורם געוועהן. איך באשולדיג נישט קיין איין ספעציפישען וועבסייט אדער בלאג (אפי' נישט ק"ש), סיי ווייל איך ווייס נישט און סיי ווייל לפי האמת איז עס מסתמא געוועהן א קדירה דבי שותפא. געבליקט דא, געליינט דארט ביז די ווערטער זענען אריינגעדרינגען אינעם באוואוסטזיין און האבען גורם געוועהן דעם חורבן.
[איך ווייס אז מען קען זיך דינגען אויף דעם באהויפטונג, מיטען טענה אז דער אינטערנעט איז נישט מער ווי א ביבליאטעק פון וויסענשאפט וואו מען קען לערנען און חוקר זיין פון אלסדינג, אבער אפגעפארען איז יענער צוליב זיינע קשיות\תאוות. אין אמת'ן אבער על זה אנו דנים און דאס איז מיין עיקר נקודה ביז אהער – די תוה"ק האט אונז פארווערט צו ליינען קשיות אויף אמונה. ולא תתורו אחרי לבבכם זה מינות, ד.מ. נישט צו קוקען אין מקומות וואס זענען היפך הדעת שהתורה בנויה עליו. דאס איז נישט חלילה ווייל דער יסוד פון אונזערע אמונה איז שוואך, נאר ווייל די מענטשען זענען שוואך ושכלם איננו בריא לבוא עד תכלית האמת בדברים! דעם נישט קלעטערען וואו מען טאר נישט איז נישט מיין אויפטוה, אויך נישט קיין אויפטוה פון די רבנים אין סיטיפילד, נאר די תוה"ק אליין האט עס גע'אסר'ט בלאו.]
תכלית גערעדט, איך האב שוין מקדים געוועהן איך בין נישט ראוי צו זאגען פאר קיינעם קיין מוסר, ובודאי נישט אינעם נושא פון אינטערנעט – אמער, איהר ליינט דאך יעצט וואס איך האב געשריבען אויפען נעץ. איך טוה נישט מער ווי אויסשמועסען הויעך צו מיר אליין כדי זיך צו שטארקען קעגן דעם יצר מתגבר בכל יום.
הרואה סוטה בקלקולה – ווען מען זעהט ווי עס האט אזאנס פאסירט, יזיר עצמו מן היין – מוז מען מאכען פארשידענע גדרים וסייגים און זיך מער (אדער גענצליך) באגרעניצען פונעם אינטערנעט גופא. אויך דער ערליכע מענטש, היות ער האט געזעהן די סוטה בקלקולה, האט עס געשאפט א פגם, און פאר איהם זעלבסט איז יעצט גרינגער געווארען אראפ צו גליטשען. דערפאר זאל ער אליין זיך איינצוימען און איינהאלטען, און אפילו פון יין באופן המותר\מובחר.
דעם גרעניץ מוז קומען אויף א צוויי-פאכיגען שטייגער: בכמות ובאיכות. סיי אין צייט, דארף מען פראבירען למשל מקבל זיין זיך איינצוהאלטען פון גיין אזויפיהל שעות, אדער אפשר אפמאכען א צייט ביינאכט וואס נאך דעמאלס גייט מען שוין נישט אויפען אינטערנעט א.א.וו.
פון דער אנדער זייט דארף מען זיך אויך מחזק זיין און גודר זיין באיכות, דהיינו אין די סארט וועבסייטס וואו מען באזוכט. דער גרעסטע חורבן פונעם אינטערנעט, דער שטערקסטע סתירה צו קדושה ואמונה, זענען די סאושעל נעטווארקינג סייטס. איך מיין מען קען זאגען אהן קיין צווייפעל אז נאך דער שטן האט ערפונדען דעם אינטערנעט האט ער דאונסייזד זיינע ארבייטער, נאך פעיסבוק האט ער ריטיירד און זינט עס איז דא טוויטער האט ער גענומען א וואקאציע ערגעץ וואו, און האלט בלויז מיט וואס טוט זיך מיט זיינע שטנ'ישע ענינים דורך טוויטער.
אונזער פליכט אין די צייט איז זיך אפצורייסען פון אלערליי סאושעל נעטווארקינג למיניהם, און כאטש עס קען זיין גאר שווער (בבחינת מסירת נפש – מען געבט אוועק א שטיק פון זיך), זאל מען קלערן אז מען ברענגט דערמיט א קרבן להשי"ת. טאקע יעצט אין די ניין טעג, ווען דער בענקעניש ווערט אזוי אויסגעשארפט און געשטארקט, האט מען א געלגענהייט מקריב צו זיין 'זבחי רצון' – א קרבן פון די אייגענע רצונות (קדוש"צ), און ווי שטערקער מען איז פארקניפט אלץ מער וועט עס זיין עולה לריח ניחוח.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען קענען ברענגען קרבנות אין ביהמ"ק בב"א.