איך ישוב מיר שוין עטליכע טעג צו איך זאל שרייבן דאס פאלגנדע, ווייל עס איז אביסל באריכות און די נושא איז שוין אפשר צופיל צוקייעט, און אמת'ע חידושים איז שוין נישטא. [tag]שרגא[/tag]'ס לענגערע הודעה עטליכע בלעטער צוריק האט מיך אבער אנגערייצט, און איך פיל א פליכט צו אנערקענען וואו ער זאגט ריכטיג און אויך דארט וואו איך זעה עטליכע טעותים. אויך, היות עס קוקט אויס ווי עס ווערט דא אביסל סענסיטיוו איבער די נושא פון או-טי-דיס, עס ברויזט זיך אביסל צווישן אייניגע, עס בוזשעווען ווינטן, סיי איבער'ן טיש סיי אינטער'ן (און אויך פון אונזערע גוטע ברודער לוחמי מלחמות ה' אין איי-וועלט) האב איך אביסל מורא אז די רעגעלמעסיג 'פרידאם אוו ספיטש' וואס הערשט יעצט (און וואס איך טוה שטארק שעצן) וועט נחסם ווערן, ממילא איז אפשר כדאי יא אריינצוכאפן אפאר ווערטער.
צום ערשטן וויל איך איין זאך אנמערקן: עס זעהט מיר אויס אז שרגא און אנדערע האבן גערעדט צוממערסטנס נישט פון או-טי-דיס נאר פון "באמס." ווען איך רעד פון או-טי-די רעד איך נאר פון אזא איינער וואס האט אפגעמאכט א בפירוש'ע החלטה זיך אפצוטיילן אינגאנצן פון דעם ציבור שותו"מ און לעבן א פריי לעבן. איך רעד נישט פון דער וואס ווערט אפגעטיילט למחצה שליש ולרביע. איך רעד נישט פון דער וואס טרעפט זיך איין טאג אינדרויסן ווייל ער'ט זיך אזויפיל געדרייט מיט אנדערע קלים וריקים, און שוין אזויפיל טעג פארגעסן אדער נישט געהאט קיין געדולד צו לייגן תפילין אדער היטן שבת, אבער בעצם עגבערט אים נאך אין מוח אז ער'ז עתיד ליתן את הדין, און האפט נאך איין טאג זיך צוריקצוכאפן מיט א פעסטקייט, אויב נישט דאס יאר יום כיפור דעמאלס נעקסטע, אדער עכ"פ ווען מען הייבט אן רעדן שידוכים פאר זיין עלטסטע קינד. נישט פון אזא איינעם רעד איך. איך האלט די סארט זענען אן נושא וואס קומען בכלל נישט אהער, און זיי אנצורופן או-טי-די איז סתם א צומישעניש און א מיספארשטענדעניש.
יעצט צום עצם נושא...
שוין עטליכע חדשים וואס עס האלט אין איין ארויפקומען: וואס זענען די מאטיוון פון דעם או-טי-די? זה בכה, וזה בכה, דער האלט תאוות, און דער האלט שכל, דער האלט א צובראכענע שטוב, און דער האלט שלעכטע טאטע מאמע, שלעכטע מלמדים, אביוז, סתם פארביטערטקייט, וכו', וכו'. און עס קוקט מיר אלץ אויס אז מען היפט איבער דאס וואס קוקט מיר אויס א פשטות שבפשטות.
מענטשן פארלירן אמונה יעדן טאג צוליב קשיות און חקירה. דאס איז א דבר פשוט, און דער פאקט אז אידן יראים ושלמים ציטערן שוין הונדערטער יארן פון חקירה, און דאס אז היינט ציטערט מען פון אפיקרסישע בלאגס און מ'מאכט שטרענגע תקנות אין די פארומס אנטקעגן דברי מינות וכפירה יוכיח אז ס'איז נישט סתם עפעס געזאגט נאר ס'איז אן ערנסע פחד און מען זעהט די פירות דערפון. זענען די קשיות דווקא סאפיסטיקירטע? אפשר נישט. נאר אז דער פרעגער, דער היינטיגער או-טי-די, איז נישט קיין שפינאזע, איז דער משיב -- דער רב צו ראש ישיבה צו דער אש התורה קירובניק – אויך נישט קיין רמב"ם. יעדער גייט לויט די אייגענע כשרונות.
אין די זעלבע צייט (און דאס איז א פונקט וואס איך האלט גאר וויכטיג), מוז מען אויך מודה זיין אן אנדערן כלל גדול:
קיינער ווערט נישט "או-טי-די בפועל" ווייל דער שכל אליין איז אים מחייב. ס'איז פשוט נישט במציאות אזא זאך. נישט אז רוב ווערן נישט.
קיינער ווערט נישט. אפילו א זעלטענער בעל מוח קען נישט זאגן אויף זיך אז ער האט זיך זיין גאנץ לעבן איבערגעטוישט בלויז אויף א שכליות'דיגע חשבון.
די סיבה דערפאר איז פשוט: שכל אליין נישט מחייב א מענטשליכע פעולה. נאר פסיכאלאגישע געפילן האבן א כח מחייב צו זיין א פעולה.
לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל: א מענטש א בעל מוח זיצט אינמיטן גאס און ער זעט אז עס קומט אים אנטקעגן צו פארן אן קאר. זייענדיג א געבילדעטער און א קלוגער, גיט ער באלד א חשבון אויס, ניצנדיג די כללים פון פיזיקס און מאטעמאטיקע (לאמיר זאגן ער ווייסט פונקטליך די דעטאלן פון דעם קאר, אריינגערעכנט מאסע/ענערגיע/גיכקייט/ווייטקייט/א.א.וו.) אז דער קאר וועט אנקומען צו אים ביז פונקטליך צען סעקונדן, און אויב רוקט ער זיך נישט פון ארט, ווארט אים אפ א זיכערן טויט.
אויב איז דער מענטש בלויז שכל, אויב איז זיין מוח פשוט ווי א קאמפיוטער, האט ער זיך געמאכט א פיינעם חשבון, ס'איז אקוראט און עס שטימט פון אלע זייטן, און יעצט זיצט ער ווייטער מיט א שמייכל ביז דער קאר קומט אן און צעהארגעט אים. דער חשבון איז א פיינער, אבער אויב איז ער פשוט א ראבאט, וועט ער זיך נישט רירן פון ארט.
דער מענטש איז אבער נישט בלויז שכל. ער לעבט מיט א טיפן רצון צו לעבן און מיט פחד פאר'ן טויט, און אט זעהט ער דעם טויט פאר זיך, דאס הארץ נעמט זיך קלאפן און ממילא הייבט ער זיך זאפארט און גיט א שפרינג און רעטעט זיך דאס לעבן. דער שכל האט אים געמאכט א טריקענער חשבון, אבער ס'איז דער פסיכאלאגישער מאטיוו וועלכער האט מחייב געווען די פעולה.
די זעלבע ווען א מענטש קלערט אריין אין עניני אמונה און ער קומט צו שכליות'דיגע החלטות. ער קען מאכן א חשבון צו ער גלייבט אין גאט צו נישט, צו ער גלייבט אין תורה מן השמים, אין דברי נביאים, אין תחיית המתים, וואס אימער עס זאל נאר זיין. די החלטות וועלן אים נישט ברענגן צו טון עפעס אויף למעשה אויב עס איז נישטא אין צוגאב א פסיכאלאגישע מאטיוו, א געפיל וואס ווייזט אין ריכטונג פון א פעולה.
אויב, למשל, איז ביי דעם אינגערמאן אלעס גוט, ער וואוינט זיך גוט מיט די ווייב, די קינדער זענען אין פיינע מוסדות, ער שפירט זיך אלץ א יש און א חלק פון דעם ציבור, ער האט פיין פרנסה, ער ליידט נישט פון קיין יסורים נפשיים פון אלטע זכרונות פון חדר, פון פיזישע צו סעקסועלע אביוז, ער האט א רב צו א רבי מיט וועמען ער האט א קשר, ער האט זיינע חברים, ער איז פרייליך און צופרידן מיט אלעם, איז כמעט נישט מעגליך אז אזא מענטש זאל מאכן א החלטה אוועקצוגיין. ער איז נישט קיין מאמין, איז וואס? ס'איז נישט אז ער וועט זיך באגיין א נארישקייט מיט'ן אפפארן—ס'איז אסאך פשוט'ער דערפון: דער גוף גשמי, דער מוח מיט די הארץ מיט אלע פסיכאלאגישע געפילן ערלויבן נישט א שריט וואס גייט קעגן דער מענטש'ס גאנצע צופרידנהייט.
והא ראי', מע זעהט פאקטיש צווישן אחב"י צענדליגע צענדליגע אזעלכע (ביודעי ומכירי קא אמינא -- און איך שטעל מיך פאר אז רוב דא קענען אויך אזעלכע) וועלכע גלייבן בכלל נישט, זיי זענען כופרים ממש, אבער זיי זענען צופרידענע מענטשן -- און אז דאס לעבן איז גוט, וואס פעלט אויס אוועקצוגיין?
ווידער אנדערע איז דא וועמען דער שכל האט ביי זיי אוועקגענומען די אמונה און דאס אליין ברענגט א פסיכאלאגישע קריזיס. עס קען זיין א מענטש וואס איז שוין לאנג אומצופרידן פון זיין ווייב, פון זיין ארבייט, פון זיין סביבה, אבער ווילאנג ער האט געגלויבט האט ער עס אנגענומען מער ווייניגער באהבה, אזוי האט דער באשעפער געוואלט, און אזוי גייט דער סיסטעם, און וואס קען מען טון... יעצט אז ער גלויבט מער נישט, קומען ארויף די געפילן פון ביטערקייט ביתר שאת, ער הייבט אן קלאר צו זען זיין אומגליקליכקייט אין דעם חסיד'ישער/חרד'ישער לעבנסשטייגער, וכו' וכו'. צומאל זענען זיינע טענות ריכטיגע—מ'האט אים נישט געגעבן קיין עדזוקעישען, מ'האט אים אנגעזעקלט א שידוך מיט א פארביסענע ווייב, אין בית המדרש קוקט אים קיינער נישט אן, ער'ט זיך אלץ געפילט צוקלאפט וועגן די גע'גט'ע עלטערן, דער משוגענער ברודער, דער זיידע דער קבצן—אדער קען זיין זענען זיינע טענות גאר איינגערעדטע. וואס א נפק"מ, דער מציאות איז יעצט פילט ער זיך פארקלעמט, און זיין חוסר אמונה האט דאס אין א גרויסן טייל אנגעברענגט.
צומאל מאכט זיך אויך א צופרידענער אינגערמאן וואס בדרך כלל האט ער גראדע יא געהאט א פיינעם לעבן: א ווייב נישט קיין שלעכטע, א פיינעם פרנסה, א שטיקל בר אוריין אויכעט, גיט א דף יומי שיעור שוין יארן, אבער מחמת די פארלוירענע אמונה הייבט אן צו שפירן שטארק אומבאקוועם. דער עולם ווערט געוואור אז ער'ז אן "אויפגעקלערטער" און מען הויבט אים אן צו רודפ'ן. ס'גייט ארום שמועות, מ'זאגט ער'ז א שטיקל אפיקורס, אן אנדערער זאגט נישט א שטיקל נאר א גאנצער, מ'געט אים שוין נישט קיין עלי' אין בית מדרש, ווער רעדט נאך אויב מ'ווארפט אים ארויס, צו מ'ווארפט די קינדער פון די מוסדות, מ'שפייט אים אן, מ'שרייט אים נאך אין גאס, מ'הענגט אויף אים פאשקעווילן, די ווייב הויבט אים אן צו דערגיין די יארן, די שווער רופט אים אן און באזידלט אים, און דער אינגערמאן קוקט זיך אום און פרעגט מה לי ולצרה הזאת?
אין געציילטע פעלער איז אפשר דא איינער וועמען דאס געשעהט אויך נישט -- ער ליידט נישט צופיל פון דאס פרומע לעבן אויף אן עפענטליכן אופן, אבער זייענדיג א נישט-גלויביקער שפירט ער זיך יעצט טיף אין הארצן אז ער פארשווענדעט דאס לעבן אין א הילוך החיים וואס גיבט אים נישט קיין סיפוק. ער האט למשל כשרונות וואס ער קען נישט ארויסגעבן – ארטיסטישע צו אינטעלעקטועלע – און ער פילט א טיפער אינערליכער אומצופרידנהייט. ער קוקט זיך אום און מאכט א חשבון אז אויב טוישט ער דעם לעבן איז דא אויסזיכטן אז ער'ט האבן מעגליכקייטן אויף צו פארבעסערן זיין גייסטישן צושטאנד.
אויף די סארטן קען זיין עס האט זיך אנגעהויבן מיט שכליות'דיגע החלטות, אבער נישט די שכל האט מחייב געווען צו גיין, נאר ער איז געווען מחשב שכר מצווה נגד עבירה, און געזען אז ס'לוינט אים נישט; ער האט אפגעמאכט אז אויב גלויבן גלויבט ער נישט און צופרידן אין לעבן איז ער אויך נישט, איז וואס טויג אים דאס בלייבן? ער'ט זיך גיין זוכן א לעבן צווישן די גוים און אז עס ארבעט זיך אויס איז גוט און אז נישט, נו איז דאך פריער אויך נישט גוט געווען, איז וואס וועט ער האבן דערלייגט?
איז דער כלל, על כל פנים, אז – קשיות אהער, קשיות אהין – אויף זיך אפצוטיילן פון א גאנצע געמיינדע און א פאמיליע און א סביבה און א גאנצע לעבנסשטייגער, פארלאנגט זיך אז דער מענטש זאל ליידן אזויפיל יסורים נפשיים אז לויט זיין חשבון שטייגן זיי איבער די יסורים וועלכע וועלן קומען פון אוועקגיין. אמת, דער מענטש קען זיך נער'ן. ער האט אפשר נישט ארויס זיין אייגענעם מצב, און ער קען נישט גענוג די דרויסנדע וועלט צו וויסן צו ס'וועט זיך אויסארבייטן. זיין החלטה צו גיין קומט אבער ווייל ער שפירט אז די גייסטישע טובה פון אוועקגיין (ווי אומזיכער עס זאל נישט זיין) שטייגט איבער די גייסטישע טובה פון בלייבן. עס קען זיין אז מיט קשיות האט זיך עס אנגעהויבן, אבער דער סוף איז אז "קשיות" האבן ווייניג צו טון מיט דעם ענדגילטיגן באשלוס אויף צו טוישן א לעבנסשטייגער. צו טענה'ן אויף פארקערט איז, מיין איך, אביסל נאריש.
סאו פאר סאו גוד – אפשר פאר קיינעם דא נישט קיין חידוש.
וואס איז אבער יא וויכטיג צו אנערקענען איז דער פליפ-סייד פון דעם זעלבן מטבע. דער או-טי-די האט טאקע געהאט בעיקר א פסיכאלאגישע מאטיוו צו גיין, אבער פאר די זעלבע סיבה,
דער וואס בלייבט, צו ער איז א מאמין צו נישט, האט אויך נאר א פסיכאלאגישער מאטיוו צו בלייבן. ס'איז נישט קיין צופאל אז רוב געבוירענע חסידים בלייבן חסידים, רוב געבוירענע קריסטן בלייבן קריסטן, רוב געבוירענע מוסלמענער בלייבן מוסלמענער. דער סאציעלער פרייז פון טוישן א לעבנסשטייגער איז אזוי גרויס אז פאר רוב מענטשן לוינט זיך עס פשוט נישט.
ממילא איז דער פרומער אויך נישט פרום מיט שכל. דער פרומער איז נישט פרום ווייל ער האט אן ענטפער אויף אלע קשיות, צו ווייל ער האט א שטערקערע כח המעצר אויף זיינע תאווות, צו ווייל ער איז א גרעסערער בעל אחריות. דער פרומער איז נישט פרום מיט פרינציפן און איז נישט פרום ווייל ער האט איינגעזען שכל'דיג אז ס'איז בעסער צו לעבן דווקא א אידיש לעבן.
דער פרומער מיט אביסל שכל ווייסט וויפיל קשיות ס'איז דא. ער בלייבט פרום נישט ווייל ער דורכגע'חקרנ'ט דעם מורה מיטן כוזרי, צו רב דעסלער מיט ר' אביגדור מילער, נאר ווייל צו זיין א נישט-פרומער איז פשוט נישט קיין אפציע. דער עצם געדאנק פון אפפארן ווארפט אים אין א פסיכאלאגישן אנגסט. נישט נאר אויף צו ווערן פריי ווייסט ער נישט וויאזוי, נאר אויב וויל ער זיך טוישן פון א כניאקישער חסיד אויף א מאדערנער איד פון פייוו טאונס ווייסט ער אויך נישט גענוי וויאזוי. נאך מער: דער פרומער כולל אינגערמאן, למשל, דער וואס איז אלץ געווען א איידעלער און אן ערליכער, ווייסט נישט גענוי וויאזוי פלוצלינג צו ווערן א "באם" אפילו אויב ער וויל – עס נעמט יארן זיך אנקניפן מיט די ריכטיגע חברים און פארשטיין פונקטליך די גאנצע הלוך-ילך פון "באמישקייט". דער בנש"ק וואס איז נישט צופרידן מיט זיין בנש"קשאפט ווייסט אויך נישט וויאזוי צו ווערן א געווענליכער בעלבתישער איד, ער ווייסט נישט פונקטליך וויאזי מען באגייט זיך אן שיך-און-זאקן און א ריבסענע בעקישע, ער ווייסט נישט וואס מענטשן וועלן זאגן, און צו זיין ווייב אדער שווער וועט עס צולאזן און ממילא צוממערסטנס לוינט זיך אים נישט אפילו צו פרובירן. אוודאי, אויב וויל איינער דווקא, קען מען זיך לערנען, אבער די נקודה איז, א מענטש'ס לעבנסשטייגער איז אזוי איינגעווארצלט אז שכל און פרינציפן האבן גאר א קליינער חלק אין דעם.
איז ממילא, סוכ"ס: דער פרומער און דער או-טי-די ביידע קענען זיין בעלי מוחות, בעלי תאוות, בעלי אחריות. זיי קענען ביידע האבן קשיות, און ביידע האבן תירוצים, און זיי קענען ביידע זיין הוילע קארפן-קעפ, עס האט ווייניג מיט דעם עצם החלטה צו בלייבן אדער צו גיין. דאס האט מיר אייביג אויסגעקוקט ווי א פשטות, און עס חידוש'ט מיר אויף די וואס טענה'ן זיך אויף דעם אפילו.
ממילא דאס וואס שרגא און אנדערע זאגן זיי האבן ראיות ברורות אז רובא דרובא וואס פארן אפ האבן נישט קיין קשיות קען זיין טאקע איז ריכטיג, עס איז אבער אויכט א 'רעד הערינג'. קען זיין אז די עצם סיבות פאר'ן אפפארן זענען נישט די קשיות, אבער ממילא איז וואס? קשיות אויף אמונה און טענות אויף די פרומע וועלט און סיבות אויף זיך צו בייזערן איז נאך אלץ דא, צו או-טי-דיס פרעגן עס צו נישט, צו פרומע פרעגן עס צו נישט, צו דאס איז סיבה פאר'ן אפפארן צו פאר'ן בלייבן.ערנסטע קשיות און טענות און פראבלעמען אין די חרד'ישע וועלט עקזיסטירן, און דא אין ק"ש אליין אנערקענט מען עס גענוג, צו במישרין צו בעקיפין, און ווייל או-טי-דיס פרעגן עס מער (אפשר טאקע ווייל זיי געפונען זיך יעצט אין א סביבה וואו קיינער קען נישט זיי נישט הייסט שווייגן) מיינט נישט אז די קשיות פארלאנגען נישט קיין דורכגעטראכטע תשובות.
עד כאן אויף די לענגערע נושא פון או-טי-דיס און די מאטיוון, און די גאנצע ענין פון קשיות.
נאך עטליכע נקודות פאר הר"ר שרגא'ן, וועלכע אנדערע האבן אין טייל אנגעמערקט אבער איך האב וואס צוצולייגן:
די מעשה מיט ושתי'ס וויידל האסטו זעהט אויס אביסל אויבערפלעכליך אפגעלייענט. מיין נקודה איז בכלל נישט געווען דאס וויידל. די נקודה איז געווען אז אויף די ערשטע צוויי פראגן, וועגן אחשוורוש און המן, האב איך געענטפערט אויף אן אופן וואס איך אליין האב נישט געגלויבט. איך וויל אויך באטאנען (און איך מיין אז רוב לייענער האבן פארשטאנען, אבער דזאסט אין קעיס...) אז איך האב דאס נישט אהערגעשטעלט ווי אן אייזן-פעסטע טענה אנטקעגן מסורה, נאר אלץ א רעטארישע/ליטערארישע מיטל, אנצוווייזן א פעלער אין דעם פתגם אין אדם מוריש שקר וכו', און נאך מער, מעורר צו זיין מיט דעם אויפ'ן ענין פון 'טראסט'. פארשטייט זיך אז אויב בויעט מען א בנין פון טעאלאגישע קשיות איז דאס פאר זיך גאנץ א שוואכער.
בנוגע דאס אז א וויידל קען וואקסן אויף א מענטש, דאס איז גוט אויף צו טענה'ן אז עס קען מעגליך זיין במציאות, אמת. איך בין גראדע גוט באקאנט מיט די פענאמענאן פון וויידלען אויף מענטשן. פאקטיש אבער רעדט זיך דא פון א חז"ל וואס אפילו א מאמין ווילט זיך אים זאגן אז עס איז געזאגט געווארן מעטאפאריש, ספעציעל ווען, ווי די גמרא זאגט, דער מלאך גבריאל האט זיך פונקט אונטערגערוקט מיט'ן וויידל און עס אנגעקלעבט. דאס אז מיין ענטפער איז געווען אז "ס'האט נישט פאסירט עכט" איז גראדע איינשטימיג מיט וואס פילע (אבער פארשטייט זיך נישט אלע) פרומע אידן וואלטן געזאגט. דער חלק איז פשוט געווען דעם אויספיר פון דעם מעשה שהיה, אבער, ווי געזאגט, נישט מיין מעין פוינט.
דאס וואס דו שרייבסט וועגן טשיטינג אין די אלגעמיינע וועלט ווערסוס די היימישע, איך גיב דיר גערעכט מיט די בערך'דיגע פראצענטן. די זיטן זענען אבער אנדערש, און כאטש בפירוש טשיטן איז אסאך אסאך העכער אין די אלגעמיינע וועלט, זיך צו ווענדן צו פראפעשינעלס (זונות, סטריפערס, מאסאזש, א.א.וו.) איז לכאורה אסאך א גרעסערע פראצענט צווישן די היימישע, פשוט ווייל פאר א היימישע זיך אנצוטרעפן מיט סתם איינעם מיט וועם צו זינדיגן איז נישט אזוי גרינג. בכל אופן, אז א איד זוכט זיך נאכצוגעבן א תאווה איז ער לובש שחורים ועוטף שחורים אבער או-טי-די ווערט ער נאך נישט, און והא ראי', אז ס'איז מעשים בכל יום. ממילא איז א דוחק צו זאגן אז מען ווערט או-טי-די ווייל אנדערש קען ער נישט נאכגעבן די תאווות.
דאס וואס דו זאגסט וועגן דראגס, לעט מי טעלל יו סאמטהינג: ווען מען גיבט ווען צו רייכערן אביסל מאריוואנא ביי א שבת אחים פון חסיד'ישע אינגעלייט צו ביי א רבי'ןס טיש, וואלט געהערשט א גדלות המוחין וואס מיט א גלעזל משקה קען מען נישט דערגרייכן, און אפשר וואלט געווען ווייניגער או-טי-דיס. מאריוואנא איז נישט עדיקטיוו, און עס האט נישט קיין לאנג-טערם עפעקטס אויפ'ן געזונט, ספעציעל אויב נעמט מען מיט א מאס. (ווידער אלקאהאל, קען זיין ממש א סם המוות, און אויך געפערליך עדיקטיוו, אבער אין די פרומע וועלט רעדן ווייניג דערגעגן.) מער צום פונקט, בנוגע די ווייסע פאודער וואס דו דערמאנסט: איך קען זיך פערזענליך מיט הונדערטער, הונדערטער או-טי-דיס, און צווישן מיינע ידידים קען איך נישט קיין איינציגער וואס שמעקט קאקעין (אדער אנדערע "הארטע" דראגס), זיכער נישט אויף א כסדר'דיגן אופן, און זיכער נישט קיינער וואס איז אדיקטעד. הוא אשר דיברתי, דו רעדסט פון "באמס" און סתם ליידיגגייערס, וועלכע זענען זייער נישט געסעטלט און דרייען זיך נאך צווישן די היימישע עולם (און האבן זיך קיינמאל נישט פולשטענדיג אפגעטיילט), און איך רעד פון או-טי-דיס וואס האבן געמאכט א בפירוש'ע החלטה צו לעבן א נישט-פרום אבער געסעטלט לעבן. די לעצטע זענען בכלל נישט אריינגעטון אין דראגס מער ווי א געווענליכער היימישער איד.
בנוגע די פראגע צו או-טי-דיס האבן א בעסערע לעבן: איך האב שוין
אמאל געשריבן בקיצור וואס איך האלט, איך וויל אבער דא צולייגן, עס חידוש'ט מיר באמת אויף די פראגע אז עס האלט אין איין ארויפקומען. אז עס ציט זיך איינער פון אפגאניסטאן אדער פאקיסטאן קיין אמעריקע און ער ווערט א טעקסי דרייווער אדער ער פארקויפט האלאל סענדוויטשעס פון א וואגאן אויף זעקסטע עוועניו, פרעגט מען אים מיט וואונדער צו דאס איז דען א בעסערע לעבן ווי אין זיין היימלאנד? דער איד וואס איז געקומען פון רוסלאנד קיין אמעריקע אין די אנהייב 1900'ער יארן, און קוים געצויגן חיונה פון פארקויפן פירות און ירקות פון א וועגעלע אין די איסט סייד, האט ער דווקא געהאט א בעסערע לעבן ווי דער איד וואס איז געבליבן אין שטעטל? זינט די וועלט שטייט האבן זיך מענטשן אונטערגענומען צו טוישן זייער מצב מיט ריזיקאלישע שריטן מיט'ן האפענונג אז זייער גורל וועט זיך דורכדעם ענדערן. נישט אלץ זעט זיך אן א שינוי, און אפילו ווען יא, געשעהט עס נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. מסתם טאקע האבן די רוסישע אידן אין די שטעטלעך זיך אויך תיכף גענומען אנאליזירן צו עס האט זיך טאקע געלוינט פאר יאסעל ביילעס אדער משה דער טרעגער צו פארן קיין אמעריקע, און עס איז זיכער געווען די וועלכע האבן אפגעלאכט און געטענה'ט: וואס האט עס אויסגעפעלט אויב יעצט וואוינט דער אמאליגע שטעטל איד מיט די זעלבע דחקות נאר אין א פארכמארעטער טענעמענט מיט די איירישער און די איטאליענע? גיב עס אבער א צוואנציג-דרייסיג יאר, און יאסעל ביילעס קינדער גייען אין קאלעדז און ווערן דאקטוירים און לויערס, אן משה דער טרעגער'ס אייניקלעך פירן אן האליוואד מואווי סטודיאס. איז ווער שעפט נחת צום סוף? דער שטעטל'ישער פיקח ווייסט ניטאמאל וואס מיינט א מואווי און פארשטייט בכלל נישט פארוואס מאכן מואוויס איז בעסער ווי צו זיין א פאקן טרעגער.
זאג איך אויך: דער פענאם האט זיך קוים אנגעהויבן אויף דעם היינטיגן פארנעם. גיב או-טי-דיס נאך א פינף-צען יאר און דערנאך עמער רעדן. איך גאראנטיר אז עס וועט זיין גאר אן אנדערער געשפרעך.