אשריך בעולם הזה?
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]שמעקעדיג[/tag]. דו זאגסט אסאך גוטע נקודות, אבער עס איז צוזאם געווארפן אסאך ענינים אינאיינעם. לאמיר עס צונעמען אחת לאחת.
וועגן זיך פרייען נאר ווייל יענער האט ווייניגער פון דיר. פון דעם האב איך בכלל נישט גערעדט, דאס איז טאקע תנחומין של הבל, כאטש מען קען עס אויך צומאל נוצן אלץ א בארוהינגס פיל. מען טאר זיך נישט אנשטאפן מיט פילן, אבער פון מאל צו מאל פעלט עס אויך אויס צו נעמען.
מיין נקודה איז איין זאך, אז שמחה און צופרידענהייט קומט נישט לויט וויפיל געלט מען האט, אדער לויט וויפיל גוטס מען האט. עס ווענדט זיך נאר אין די ערווארטונגען וואס מען האט. 100 מיליאן דאלער וועט דיר מאכן פרייליך? עס ווענדט זיך. אויב דו וועסט מאכן א גוטן דיל און אריינווישן 100 מיליאן דאלער, דעמאלט וועסטו זיין פרייליך. אויב אבער דו וועסט געווינען די לאטערי פון 550 מיליאן דאלער, ומשום איזה סיבה וועט די רעגירונג דעסיידן אז מען געבט דיר נאר 100 מיליאן דאלער, וועסטו זיין טרויעריג. ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ערווארטונגען.
יעצט דו האלטס אז אזוי ווי דער אייבערשטער האט דיר באשאפן פאר א געוויסע תפקיד און ער פארלאנגט עפעס פון דיר דארף ער דיר אלעס צושטעלן. קודם איז עס נישט אזוי זיכער, נאכדערצו ווען דו האסט טאקע נישט אויסגעפירט דיינע תפקידים 100 פראצענט. ועוד די מציאות איז אז דער אייבערשטער האט זיך נישט מחייב געווען דיך אלעס צוצושטעלן אויף א גאלדענעם טאץ, דאס איז דער פאקט. פארוואס דאס איז אזוי איז דא אסאך סיבות, מפני מה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן, אמאל איז דאס די סיבה ווייל אויב וועט ער אלעס געבן וועט מען אינגאנצן פארגעסן פון אים, און אזוי זאגט די גמרא אויך ביי די מן אז דערפאר האט עס דער אייבעשרטער געגעבן יעדן טאג עקסטער און נישט איינמאל פאר א גאנץ יאר, ווייל אזוי וועט מען יעדן טאג דארפן נאכאמאל בעטן. נאכדעם קען זיין נאך סיבות וועגן גלגול וכדו'. אבער עס איז נישט משנה די סיבה פארוואס דאס איז אזוי, אבער דאס איז זיכער אז די מציאות איז אז דער אייבערשטער האט זיך נישט מחייב געווען צו געבן אלעס אזוי פון פאראויס, אלעס זאל לויפן גוט. ממילא ווען מען לעבט מיט דעם געדאנק אז עס "קומט נישט" אז מען זאל האבן אלעס גוטס, נאר יעדע גוטע זאך איז א באזונדערע חסד, דעמאלט איז מען שטענדיג פרייליך.
און די מימרא וואס דו ברענגסט מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, שטייט נישט אין ערגעץ. עס קומט פון א לשון הגמרא אין תענית "כי יהיב רחמנא שובעא לחיי הוא דיהיב", וואס דאס האט גאר אן אנדערע אפטייטש, אז עס איז געווען דעמאלט צוויי פראבלעמען, א הנגער און א מגיפה, האבן די חכמים געזאגט אז מען זאל בעטן נאר אויף עסן, און עס פארשטייט זיך אליין אז לכבוד דעם וועט זיך מוזן אויפהערן די מגיפה, ווייל טויטע מענטשן קענען נישט עסן.
הכלל, גארנישט קומט נישט. אלעס איז קלארע חסדים. אבער דער אייבערשטער איז א גוטער, ער געבט בשפע, און אויב מען דארף מער קען מען בעטן נאך און ער געבט, אבער אויף אלעם דארף מען זאגן ש'כח.
און נאך א נקודה. מען מעג זאגן ש'כח און דאנקן אפילו ווען ער מוז געבן אויך, ווען דו געבסט פאר דיינע קינדער א נייע סוט, ערווארטסטו אז זיי זאלן דיר זאגן ש'כח, אפילו ווען דו דארפסט עס סיי ווי קויפן.
און מיט דיינע אלע קשיות וואס דו פרעגסט דא ווערט זייער גוט פארענטפערט דיין לעצטע קשיא פארוואס מען האט נאר מתקן געווען צו מאכן א ברכה אויף די דברים הכרחים. טאקע דערפאר ווייל אויבן אויף טראכט א מענטש אז מילא די עקסטערע געשמאקע זאכן וואס דער אייבערשטער געבט, אויף דעם דארף איך אים דאנקן, אבער פאר די דברים הכרחים דאס דארף מיר דאך דער אייבערשטער סיי ווי געבן, עס קומט אים נישט קיין ש'כח פאר דעם. דערפאר האט מען דוקא אויף דעם מתקן געווען צו מאכן א ברכה ווייל דאס פארשטייט מען נישט אליין.
און ווי געזאגט, אויב מען נעמט דאס טאקע גוט אריין אין קאפ און מען לעבט מיט דעם, האט מען שטענדיג א פרייליכע לעבן.
איך מיין אז איך האב אנגערירט אלע נקודות וואס דו האסט געשריבן. און אויב נישט לאז דיך הערן.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
א קליינע הוספה. תוספות אין מסכת ברכות זאגט פשט אין די ברכה פון בורא נפשות, בורא נפשות רבות וחסרונן - דאס זענען די דברים הכרחים. על כל מה שבראת - דאס איז די זייטיגע געשמאקע זאכן וואס מען וואלט געקענט לעבן אן דעם, תוספות כאפט אן אלץ משל "עפל", אז מען וואלט געקענט לעבן אן דעם אויך, עס איז נאר באשאפן געווארן "לתענוג בעלמא".
(ומכאן קצת סתירה צו די וואס האלטן אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויב מען ענדזשויט זיך אויף די וועלט)
(ומכאן קצת סתירה צו די וואס האלטן אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויב מען ענדזשויט זיך אויף די וועלט)
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איינע פון די מפרשי השו''ע שרייבט אז דעריבער זאגט מען נברך 'אלוקינו' שאכלנו משלו, ווייל די אייבישטער איז מחויב ע''פ דין אונז צו שפייזן. וכשמעקעדיג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
איך וויל אריינווארפן מיינע צוויי סענס איבער די נושא.
לאמיר זאגן איין טאג וועלן סייענטיסטס אויפקומען מיט א קאר וואס קען רעדן און האט עמאשינס, און דאן וועל איך קויפן דעם קאר. צו וועל איך דען ערווארטען אז דער קאר זאל מיך זאגן א גרויסע ברייטע יישר כח יעדעס מאל איך מאך אן אויל טשעינזש אדער איך טויש א פלעט טייער? אוודאי נישט, ווייל יעדער בר דעת פארשטייט אז ווען א מענטש קויפט א קאר איז אוטאמאטיש אריינגערעכנט און דעם אז מען מוז כסדר קעיר נעמען פון עס און פארעכטן.
יעצט לאמיר זעהן די נעקסט לעוועל, ווען א מאמע זייגט אדער געט א באטי פאר א פיצל קינד וואלט זי דען ערווארטעט א ייש''כ לו יהא דער קינד קען רעדן?
מסתבר איז אז נישט ווייל די מאמע פארשטייט אז ווען זי נעמט זיך אונטער צו האבן א קינד קומט דאס מיט א פעקעדזש דיעל וואס רעכנט אריין זייגן, באטי'ס וכדו'. און פארדעם טאקע רוב נישט היימישער יודן זענען נישט רעדי צו האבן א פעמילי ביז די דרייסיג-פינפ און דרייסיג.
אויב אזוי האט מיך אלעמאל געבאדערט וואס איז דער גרויסער חיוב אז איינמאל דער קינד קען שוין רעדן און פארשטייט שוין זאכן מוז ער דאנקען און מכבד זיין זיין טאטע פאר אלעס וואס ער טוט פאר אים? דער חובת הלבבות איז פיל מיט דעם צוצוגלייכן דער חיוב פון כיבוד אב צו דער חיוב פון עבדות השם ווייל מען מוז האבן הכרת הטוב. אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ביי ביידע נישט שייך קיין הכרת הטוב אדער דאנקבארקייט. ווייל סך הכל געט זיך דער טאטע אפ מיט א קאר וואס ער האט געקויפט מרצונו הטוב (אדער אולי מחמת תאוותו..) און דער באשעפער מאכט אז דער קאר וואס ער האט באשאפן זאל האבן גאז מיט אויל טשעינזשעס דהיינו אונז מענטשן זאלן האבן עסן מיט לופט וואס אן דעם קענען מיר נישט עקזיסטירען.
לפי זה קומט דער גאנצער מושג פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט נישט אריין סיי כלפי א טאטע און סיי כלבי הקב''ה.
אויסער אפשר איינער וואס האט אן אויסערגעווענליכער גוט לעבן אדער עפעס א ספעציעלער טאטע וואס געבט זיך עקסטרע שטארק אן מיטן קינד. באט לויט וויפיל איך האב שוין געזען פאלן זייער ווייניג מענטשן אריין אין דעם קאטעגאריע. און נישט צויפיל טאטעס פון 10-13 געבן זיך עפעס ספעציעל אן מיט יעדן קינד.
און מחמת טענה זו האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען דער חיוב פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט כלפי הקב''ה.
און ספעציעל אזעלכע מימרות וואס זענען ממש נישט צום פארשטיין ווי למשל ''על כל נשימה ונשימה תהלל קה'', אדער ''הקב''ה מתאווה לתפילתן של צדיקים'' וואס דארט ווער איך אינגאנצען צומישט. ואכהמ''ל

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דער חובת הלבבות איז עס מדמה צו איינער וואס טרעפט א קינד אין די גאס, און נעמט אים אריין צו זיך, פונקט ווי א אייגן קינד.
לגוף הדברים, דוכט זיך דער חובת הלבבות איז עס מסביר אז דער אייבישטער האט ווען געקענט באשאפן דעם מענטש א חסר כל,, ער זאל זיך פלאגן א גאנץ לעבן צו שטעלן א גראדן טריט, וכדו'. כעת, אז מיר זענען צוגעוואוינט אז וואקן קענען מיר אבער פליען נישט, ערווארטן מיר צו קענען וואקן, און מיר וואלטן געווען מלא שבח והודאה אויב ביום מן הימים ריליעסט דער אייבישטער א נייער אפדעיט צום "מענטש" פראדוקט, מיט א פיטשור צו קענען פליען. דער אייבישטער האט אבער געקענט מאכן אז מען זאל קענען גיין נאר מיט א שטעקן.
אגב וואונדער איך זיך לויט די מאמיני עוואלוציע, פארוואס טאקע האט דער מענטש נאכנישט באקומען קיין אפדעיט פאר די לעצטע זעקס טויזענט יאר.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]ברסלבער[/tag], איך וויל דיר נאך אמאל באדאנקן פאר דער הערליכע ארטיקל (לדעתי באלאנגט עס אין די תורה אפטיילונג). דו האסט א שטארקע כח הכתיבה און דו ברענגסט גוט ארויס א נקודה.
איך וויל דא אבער אביסל מער צונעמען די נושא, בעיקר וויל איך בעז''ה זיך באציען צו די הערות פון [tag]אליצפן[/tag] און [tag]שמעקעדיג[/tag]. וזאת למודעי שדברות קודש הללו נשמעו מפי קודש ממלל רברבן הוגה'טע תליט''א קודם ברכת המזון בסעודתא דחקל תפוחין קדישין, ותודתינו נתונה בזה להמכון להדפסת דברות קודש שהמציאו לנו פנינים אלו לזכות את הרבים.
מידות און מאראלישע עטיקס זענען נישט געשטעלט צוליב רעכטן אדער צו מאכן בעסער פאר יענעם. עס איז דא 'דיר' צו מאכן בעסער, און צו פארשענערן 'דיין' לעבן.
בעל כרחך אתה חי. ס'איז א פאקט אז דו ביסט דא אויף דער וועלט, און עס איז אויך א פאקט די צושטאנד אין וואס דו געפונסט זיך כרגע, סיי צו עס איז גוט און סיי צו עס איז שלעכט. יעצט ליגט בידך צו טון מעשים וואס קענען דיר בעסער מאכן אדער ערגער.
לאמיר קודם נעמען צוויי מידות לדוגמא, כעס און נקמה. אויב איינער שטויסט דיר איז עס דען נישט מער ווי רעכט אז דו זאלסט אים צוריק שטויסן? כ'מיין אפילו די קל רחום שטראפט מידה כנגד מידה, פארוואס זאלסטו אים נישט צוריק טון כאיוולתו? די ענטפער איז אז דו ביסט גערעכט אז יענעם קומט זיך א שטויס, אבער אויב דו ווילסט זיין א בעסערע מענטש, דו ווילסט אויסארבייטן דיין חומר דאן נעם נישט נקמה, זיי אים מוחל. אויב וועסטו אלעמאל טון וואס איז 'ריכטיג' וועסטו אלץ זיין ביזי שטויסן און שלאגן מיט 'רעכט', אבער אויב וועסטו זיך צוגעוויינען מוחל צו זיין וועסטו זיין א בעסערע רואיגער און מער אויסגעארבייטער מענטש.
די זעלבע איז מיט כעס ווען ספרי מוסר רעדן בגנות כעס, רעדן זיי אין פעלער וואו דו האסט רעכט צו זיין בכעס (ווייל ווען דו האסט נישט רעכט איז עס א דבר פשוט). מיט דעם אלעם אויב וועסטו נישט כועס זיין ווען דו האסט רעכט זיך צו בייזערן, אויב וועסטו זיך צוגעוויינען צו זיין א נח לרצות, א רואיגער מענטש, וועסטו ווערן refined, דיין לעבן וועט דיך ווערן זיסער, און עס וועט זיין מער אנגענעם פאר אלע ארום דיר.
הכרת הטוב איז נישט עפעס וואס מען דארף טון ווייל עס קומט 'יענעם'. הכרת הטוב איז א מיטל ווי אזוי זיך צו פארבעסרן דאס לעבן, און אין די זעלבע צייט זיך זעלבסט צו ריפיינען - ווערן א בעסערע מענטש. א מענטש גייט אלעמאל אדורך אסאך נעגאטיווע עקספיריענסן און אויך אסאך פאזיטיווע עקספיריענסן. אויב וועט די מענטש זיך קאנצעטרירן אויף די נעגאטיווע וועט ער אלץ ארום גיין צוטראגן, ער וועט נישט קענען געהעריג פונקציאנירן אין די טאג טעגליכע געברויכן. סך הכל וועט דאס גורם זיין אז ער וועט זיין א דיפרעסטע מענטש, און זיין ציטראגנקייט וועט ציען צו זיך מער נעגאטיוו. משא''כ אויב גייט ער צו די עקסטרעמע פארקערטע, און ער קאנצעטרירט נאר אויף די פאזיטיווע עקספיריענסן, וועט ער ווערן א פרייליכע מענטש, און זיין גוטע שטימונג וועט ציען מער פאזיטיוו צו זיך. לאמיך אביסל בעסער ערקלערן.
שמעקעדיג (נישט די ניק, כ'רעד פון אן עכטע שמעקעדיג) איז א 28 יעריגע יונגערמאן, זיין ווייב איז אקעי אבער ווייט פון וואס ער וואלט געוואלט אז זי זאל זיין. ער האלט שוין אין זיין פערטע פרנסה אבער דאך דעקט ער קוים די מאנאטליכע בודזשעט, ווער רעדט נאך פון וויקעישאנס אדער קויפן א הויז. איינער פון די קינדער איז אביסל א שווערע נאטור וכו' וכו'.
מיט 'רעכט' איז ער באבלאזן אויף זיין ווייב. כ'מיין פארוואס מוז איר פאנדזשעלאו אלעמאל זיין פיר סייזעס גרעסער ווי איר מאס, אזש זי זעהט אויס ווי א מעוברת קבוע? פארוואס קען זי נישט זיין ווי קאווע טרינקער'ס ווייב און אים בעטן צו וואטשען מאוויס? אנשטאט דעם קריטיקירט זי אים אלעמאל. פארוואס קען זי נישט ארויסגיין מיט אים צו די פענסי רעסטוראנטן אין מאנהעטן אזוי ווי זיינע אנדערע פריינט טוען?
און רעדנדיג איבער פענסי רעסטוראנטן, זיינע חברים האבן אלעמאל גענוג געלט ארויסצוגיין און האקן א לעבן, זיי פארן כסדר אויף וואקאציע, און ער דעקט ניטאמאל זיינע צרכים ההחרכיים. און ער זאל נאך זאגן יישר כח באשעפער שעשה לי כל צרכי? פארוואס? און ער איז גערעכט.
אבער די אויסגעארבייטער refined פרייליכע איינגענעמע שמעקעדיג, דרך אחרת היתה לו. ער וועקט זיך אויף אינדערפרי און די ערשטע זאך זאגט ער wow! איך לעב! יישר כח אייבישטער! מודה אני. דערנאך טוט ער זיך אן און ער טראכט צו זיך can you imagine ווען איך וואלט נישט געהאט וואס אנצוטון? איך וואלט געמוזט גיין מיט פידזשאמאס אויפן גאס. אוי וואס פארא בושות וואלט דאס געווען. יישר כח אייבישטער! מלבוש ערומים. ער טוט אן שיך, המכין מצעדי גבר. טרונקט א דעלישעס ווארימע טעיסטערס טשויס קאווע, אה! יישר כח אייבישטער! שהכל נהיה בדברו. זיין עסס-האל בעל הבית רופט אים אריין אין אפיס פאר די חדש'ליכע רעפארט און דערלאנגט אים א גלעזל קאלטע וואסער. ער טראכט צו זיך ווי געשמאק א גלעזל קאלטע וואסער איז אין אזא קאלטע טאג, און ער זאגט ''יישר כח באס פאר די וואסער''. ער קומט אהיים אויסגעמוטשעט פון א שווערע טאג ארבייט און ווי נאר ער מאכט אויף די טיר שמעקט ער די געשמאקע נאכאמאל וואס זיין ווייב האט געקאכט. ער רופט זיך גלייך אן ''אה, ס'שמעקט א מחיה, כ'קען קוים ווארטען צו עסן''.
איך ווייס אז די משל האט גענומען די צוויי עקסטרעמען. אבער זאגט מיר וועלכע שמעקעדיג וואלט איר געוואלט זיין? וועלכע שמעקעדיג וואלט איר געוואלט פאר א מאן, טאטע, זיידע אדער חבר? וועלכע שמעקעדיג איז א מער אויסגעארבייטער און בעסערע מענטש?
די זעלבע איז מיט ברסלבער'ס שמועס. דו מעגסט עקספעקטן מער. דו מעגסט מקנא זיין ביל געיטס אדער אפילו דיין ברודער אדער שכן. אבער אויב ווילסטו א רואיגער, זיסערע, געשמאקערע לעבן דאן זייט נישט מקנא און עקספעקט נישט מער ווי פת במלח, מים במשורה און א בעט אויף דער ערד. ואם אתה עושה כן, אשריך בעולם הזה, וועסט האבן א פרייליכע זיסע לעבן, מענטשן וועלן דיך ליב האבן און זיי וועלן זיך וועלן דרייען מיט דיר. און עס וועט דיר בפועל אויך גוט זיין, ווייל יעדער איינער וויל ענדערש טון ביזנעס מיט א פרייליכע פאזיטיווע מענטש.
איך ווייס אז איך רעד פון מדריגות, און מען קען נאך אסאך מער מאריך זיין בענין זה. אבער טראכט אריין פאר א מינוט, כ'בין זיכער אז איר קענט לכה''פ איין מענטש וואס איז ווי שמעקעדיג נומער צוויי, קוק ווי זיס זיין לעבן איז.[/justify]

בהמשך צו מיין פריערדיגע תגובה דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר זענען מחנך אונזערע קינדער צו זאגן ש'כח אויף אלעס, טראץ דעם וואס מעגליך די זאכן קומט זיך זיי ע''פ דין ויושר. ווען מען געוואוינט קינדער צו זאגן ש'כח געוואוינט מען זיין צו פאוקעסן אויף די גוטס און פאזיטיוו. קינדער וואס זענען נישט געוואוינט צו זאגן ש'כח, ווייל עס קומט זיך זיי, וואקסן שפעטער אויף צו זיין נעגאטיווע באדאסטע מענטשן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
הוגה, נקמה באופן וואס דו רעדסט איז נישט דאס וואס מען מיינט, ואכמ"ל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
דעת תורה האט געשריבן:הוגה, נקמה באופן וואס דו רעדסט איז נישט דאס וואס מען מיינט, ואכמ"ל.
. איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט/פרעגסט. דו האלטסט אז מיין נקודה איז נישט ריכטיג?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]הוגה[/tag]. זאגסט זייער גוט, און דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט מיין נקודה. דאס איז די פאקט אז אויף די וועלט ליידט מען. און ווער עס וויל קען זיך ארום דרייען אויף די וועלט מלא טענות אויף יעדן איינעם. אבער ווער עס וויל יא האבן א פרייליך לעבן, האט ער די ברירה נישט צו ערווארטן צו סאך, און דעמאלט וועט ער האבן א פרייליך לעבן.
אגב, מקור פון דעם איז אין שיחות הר"ן סימן ש"ח. ער זאגט דארט אז דאס קען אפילו א גוי פארשטיין, עס איז פשוט א פראקטישע זאך וואס האט נישט צוטוהן מיט אידישקייט. אפילו א קלוגער גוי פארשטייט אז אויב ער וויל האבן א גוט לעבן, זאל ער נישט ערווארטן צו באקומען כל טוב, ווייל די וועלט איז נאר פיל מיט צער. ער זאגט נאר אז פאר א איד איז עס גרינגער, ווייל ער ווייסט אז ער מוטשעט זיך מיט א ציהל, און דערנאך וועט ער באקומען שכר.
אגב, מקור פון דעם איז אין שיחות הר"ן סימן ש"ח. ער זאגט דארט אז דאס קען אפילו א גוי פארשטיין, עס איז פשוט א פראקטישע זאך וואס האט נישט צוטוהן מיט אידישקייט. אפילו א קלוגער גוי פארשטייט אז אויב ער וויל האבן א גוט לעבן, זאל ער נישט ערווארטן צו באקומען כל טוב, ווייל די וועלט איז נאר פיל מיט צער. ער זאגט נאר אז פאר א איד איז עס גרינגער, ווייל ער ווייסט אז ער מוטשעט זיך מיט א ציהל, און דערנאך וועט ער באקומען שכר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
פרעגטס זייער גוט. אבער דאס איז טאקע דער פאקט. ווען א מענטש זאל האבן א קלארע אמונה, האט ער א געשמאקע גוטע לעבן, און ווי ווייניגער אמונה מען האט, איז די לעבן אלץ שווערער. און ממילא גייט דאס אוטאמאטיש דער שכר ועונש, ביזטו גוט און וואויל, דו טוסט מצות וואס דאס ברענגט אמונה און דאס איז אליין אמונה, אוטאמאטיש וועסטו האבן א גוט לעבן, און פארקערט פארקערט.
ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב, את המות ואת הרע. דאס גייט געקניפט און געבינדען.
תמותת רשע רע. די שלעכטס אליין הרג'ט דעם רשע.
אש יוצאה מגופן של רשעים וזהו הגיהנום.
ועוד הרבה.
ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב, את המות ואת הרע. דאס גייט געקניפט און געבינדען.
תמותת רשע רע. די שלעכטס אליין הרג'ט דעם רשע.
אש יוצאה מגופן של רשעים וזהו הגיהנום.
ועוד הרבה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
יא, איך קען שוין די טריק!
ס'גייט דיר נישט גוט? האסט נישט קיין אמונה!
נאך אלץ נישט גוט? אה, גלייבסט נישט גענוג, און אזוי ווייטער עד כי יבוא שילה.
נישט קיין שום חיוב צו גלייבן אז אלץ וואס גאט טוט איז גוט פארן די מענטש.
פון אפאר העפי-ענד מעשה'לעך, קען מען נישט בויען קיין יסודות.
אז מ'גלייבט אין "השגחה", דאן גלייבט מען אז אלץ איז מן השמים. אבער אז ס'גוט? מאן דכר שמיה?

Under influence
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך האב נישט גערעדט פון קיין טריקס, און נישט פון קיין שום חיוב. איך האב גערעדט פון א מציאות וואס איך האב אליין אויספרובירט, און איך האב געזעהן אז דאס איז אמת ויציב (עכ"פ ביי מיר).
א טאג וואס איך בין שטארק מיט אמונה, בין איך פרייליך און צופרידן נישט קיין חילוק ווי שלעכט דער טאג גייט. און א טאג וואס איך בין שוואך אין אמונה, בין איך נישט צופרידן אפילו ווען עס גייט מער ווייניגער גוט.
דאס איז די פאקט! און אדרבה פרוביר עס אויך אויס.
א טאג וואס איך בין שטארק מיט אמונה, בין איך פרייליך און צופרידן נישט קיין חילוק ווי שלעכט דער טאג גייט. און א טאג וואס איך בין שוואך אין אמונה, בין איך נישט צופרידן אפילו ווען עס גייט מער ווייניגער גוט.
דאס איז די פאקט! און אדרבה פרוביר עס אויך אויס.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
די מענטש האט א נאטור אז ער וויל פטור ווערן פון יסירים אויך האט ער א נאטור אז ער וויל כסדר שטייגען, אנקומען צי נאך.
סאיז נישט בכדי שיעשה א מענטש זאל נישט האבן עקספעקטעשנס. אויב די האסט נישט קיין עקספעקטעשענס טוסטו גארנישט.
דער אינגערמאן וואס הערט אז סברענט זיין הויז אויף יענע מינוט עקספעקט ער נישט קיין פרנסה, אויב בלייבט ער און די מצב נאכדעם וואס די פייער קריזיס גייט פארביי, וועט ער נישט זוכען קיין דזשאב.
סאיז נישט בכדי שיעשה א מענטש זאל נישט האבן עקספעקטעשנס. אויב די האסט נישט קיין עקספעקטעשענס טוסטו גארנישט.
דער אינגערמאן וואס הערט אז סברענט זיין הויז אויף יענע מינוט עקספעקט ער נישט קיין פרנסה, אויב בלייבט ער און די מצב נאכדעם וואס די פייער קריזיס גייט פארביי, וועט ער נישט זוכען קיין דזשאב.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
קאווע, דאס איז זיכער אז אלעס וואס גאט טוט איז גוט פאר א מענטש, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. פארשטייט זיך אז איינער וואס איז אויפן רבוש"ע'ס שווארצע ליסטע, אזוי ווי פרעה וכדומה, איז קלאר אז וואס דער אייבישטער טוט צו אים איז נישט לטובתו. (און אפשר כל מה וכו' קען טאקע נאר ר"ע אדער נחום איש גמזו זאגן).
ס'איז דא מחלוקה צווישן דעם חזו'"א און די ספרי חסידות בגדר הענין פון בטחון, צי די פשט איז אז די עצם זאך וואס זעהט אויס שלעכט איז מצד עצמו גוט, אדער ניין עס וועט שפעטער ארויסקומען א טובה. כרגע געדענק איך נישט די פונקטליכע שיטות, מסתמא אנדערע וועלן וויסן.
ס'איז דא מחלוקה צווישן דעם חזו'"א און די ספרי חסידות בגדר הענין פון בטחון, צי די פשט איז אז די עצם זאך וואס זעהט אויס שלעכט איז מצד עצמו גוט, אדער ניין עס וועט שפעטער ארויסקומען א טובה. כרגע געדענק איך נישט די פונקטליכע שיטות, מסתמא אנדערע וועלן וויסן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
וואו שטייט דאס? און וואס איז די פשט דערפון? וואס האט פעיסן פעקט מיט כפירה?