אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג

שליחה דורך שלום בערגער »

טײַערע חבֿרים, דאָס איז מײַן ערשט שטיקל װאָס איך װאַג זיך אַרױפֿצושטעלן אױף ק“ש. זײַט אַזױ גוט און לאָזט װיסן װאָס איר מײנט. איך דאַרף אײַך מודה זײַן אַז ס׳איז שױן פֿריִער אַרױסגעגעבן געװאָרן אין פֿאָרװערטס, מיט עטלעכע יאָר צוריק. זאָל דאָס זײַן אַ תּיקון צו שכחה.

אויף יענער זײַט
שלום בערגער

דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס כ´בין אַריבער דעם מויער. קיין פֿויגל האָט געעפֿנט אַ פּיסק און געצוויטערט. קיין ווינטל האָט ניט אויפֿגעבלאָזן. בלויז טעלעבענדעט זיך אַ ביסל אויפֿן שטיינערנעם ראַנד.

און דערנאָך זיך אַראָפּגעלאָזט. כ´האָב זיך איבערגעטאָן אין אַ קאַפֿע. זיך אָפּראַזירט. אַרויס ווי יענע זעלטענע זאַך: אַ נײַער מענטש. די קליידער זײַנען אַלטע, געהאַלטן יאָרן לאַנג אין מײַן קעלער, נאָר די געדאַנקען און דער פּערזאָן זײַנען נײַ.

דאָס ערשטע איז געווען צו געפֿינען אַן אַכסניא. די צרה, כ´בין נקי, קיין פּעני ניט צו בײַ דער נשמה. דאָס געלט וואָס כ´האָב יאָ איז פֿון יענער זײַט, ממש אַ שרעק אָנצוקוקן. מיטן אָדלער און די פֿײַלן און דעם געזיכט פֿון יענעם רשע וואָס כ´האָב נעכטן געמוזט האַלטן פֿאַרן גרעסטן גיבור, דעם גואל־הדור.

אויף דער ערד האָב איך געזען אַ פּלאַסטיש געלטקאַרטל און הינטערן ווינקל אַ געלטמאַשין.

דאָרטן בײַם מאַשין האָב איך געמאַכט אַ גרויס סקאַנדאַל מכּלומפּערשט ווײַל דאָס קאַרטל אַרבעט ניט, געשאָלטן זיך, געקלאַפּט אין מאַשין מיט ביידע פֿאויסטן, אויסגעבראָכן אין אַ געוויין. איך קוק ניט אויס ווי אַ שלעפּער, כ´האָב זיך גוט אָפּגעגאָלט, כ´טראָג אַן אָנצוג.

ס´איז אמת וואָס מע זאָגט! די היגע זײַנען רחמנים בני רחמנים. אַ פֿרוי, מסתּמא אין די פֿופֿציקער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער, שלעפּט איר טעכטערל - אַ יאָר אַכט? נײַן? כ´דערמאָן זיך מיט אַ שוידער אין מײַנע פֿאַרלוירענע קדישלעך, ווער ווייסט וווּהין פֿאַרלוירן געגאַנגען - און דערזעט מיך אַ פֿאַרוויינטע.

זי ווייסט אויף זיכער אַז כ´בין אַ בלאָפֿער. אירע אויגן שטראַלן מיט אַ דערשטיקטן געלעכטער.

"קוק, זיסקייט, דער אָרעמאַן נעבעך, מיר מוזן אים עפּעס געבן, ס´איז דאָך אַ מצווה”

און אַזוי, גלאַטיק ווי אַ לאָקש פֿון אַ לעפֿל, פֿלאַטערט אַרויס פֿון איר דלאָניע אַ שטיקל פּאַפּיר. איך ווייס ניט פֿון דער היגער וואַלוטע - נאָר געלט איז דאָך געלט, האָב איך אָפּגעווישט די טרערן און אַ נייג געטאָן דעם קאָפּ. ניט געוואָלט אַפֿערברענגען אויף די ליפּן דעם אַקצענט פֿון יענער זײַט. דאָס וועל איך אַוודאי באַלד מוזן טאָן, נאָר אויף די אייגענע טערמינען.

דאָס מיידל האָט מיך לאַנג נאָכגעקוקט, ווי כ´בין עפּעס אַ משוגענער.

איך זע עס ווערט טונקל. אַ נאַכטלעגער דאַרף איך אַוודאי געפֿינען, מע זאָגט אויף יענער זײַט אַז די היגע פּאָליציי....

פּלוצען בין איך שטיין געבליבן אַ געפּלעפֿטער. אויף יענער זײַט. כ´בין שוין אויף יענער זײַט, הייסט עס אַז יענער זײַט איז שוין די זײַט און מײַן זײַט איז שוין אַריבערן מויער. כ´בין פֿאַרוואָגלט אין פֿאַלשן אָרט.

אַזאַ קינדערשפּיל אין דאָס, אַ ווערטער־קונץ, נאָר כ´קען נאָך אַלץ ניט אַרויס פֿון מיטאַמאָליקן קלעם, און די טרערן הייבן אָן רינען פֿון די אויגן. מים פֿון די עיניים, ווי די באָבע פֿלעג זאָגן.

פּלוצעם אַ געטופּ. עמצער ווײַטער מיטן וועג האָט געהערט דאָס געוויין און געקומען צו לויפֿן.

טאַקע, בנאמונת, יענע מיידל וואָס איר מאַמע איז די בעל־צדקהטע. זי איז שוין געשטאַנען פֿאַר מיר אין די אויגן, אַ פּלאַסטישע אײַנקויף־זעקל אין איין האַנט. די אויטאָס האָבן פֿאַרשטויבט איר גרין שול־אוניפֿאָרם.

דאָס מיידל, דאָס סאַמע בילד פֿון אומשולדיקייט און מחוץ-צײַטיקייט, האָט זיך צעלאַכט קורץ און האַרט. "איר זײַט פֿון יענער זײַט," האָט זי געזאָגט מיר־ניט דיר־ניט.

זי נעמט מיך פֿאַר דער האַנט און שלעפּט מיך אַ האַלבע שעה אָן קיין ווערטער מער. איך ווייס ניט די היגע געאָגראַפֿיע. סוף־כּל־סוף קומען מיר אָן צו אַ טיר, עס הענגט אַ גרויסער פֿאַרזשאַווערטער שלאָס. אַ סטיקער צוגעלקעפּט: "זיי וועלן ניט אַריבער."

פֿון אַ רוקזאַק שלעפּט זי אַרויס אַ קליינע שליסל וואָס הענגט פֿון אַ ראָזעווען געשטריקטן קייטל, אַזאַ וואָס ווערט פּראָדוצירט פֿון מיידלעך אין זומערקעמפּ.

די טיר עפֿנט זיך אויף אַ מאָדנעם געשיקטן אופֿן, גלײַך די וואָלט געוואָלט ווײַזן דער וועלט, אַז זי איז ניט אַזוי ווי זעט אויס, נאָר אַ פֿיפֿיקע טיר וואָס קומט דער וועלט אַנטקעגן.

דאָס מיידל האָט אָנגעצונדן דאָס לאָמפּ און אָן אָ וואַרט האָט זי אָנגעוויזן אויף אַ פֿאָטעל, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט. נאָר דעמאָלט האָב איך באַמערקט אַז די פּאָליצעס זײַנען אָנגעפּראָפּט מיט ביכער, ביכער אויף מײַן לשון. פֿון יענער זײַט.

די ווענט אויך געהאָנגען מיט פּאָרטרעטן, פֿון מײַן (געוועזענעם!) אָנפֿירער, פֿון אונדזערע נאַטירלעכע טשיקאַוועסן, פֿון קאַפֿעען וואָס כ´האָב שוין בײַ זיך אין מוח אָפּגעזעגנט מיט זיי.

דאָס מיידל האָט פֿאַרריגלט די טיר פֿון אינעווייניק און צוגערוקט צו מיר אַ צווייטן פֿאָטעל. זיך געמאַכט באַקוועם, האָט זי אַרויסגענומען פֿון רוקזאַק אַ פּען (אַ ראָזעווער, מיט בלימעלעך באַפּוצט) און אַ העפֿט (מיט אַ פֿיי־און־רעגנבויגן אָנגעמאָלט אויף דער הילע).

"מיר האָבן אַזאַ אויפֿגאַבע פֿאַר שולע," האָט זי אַנגעהויבן. "מיר דאַרפֿן אינטערוויויִרן אַן אײַנוווינער פֿון אַן אַנדער ראַיאָן."

כ´האָב שטום צוגעשאָקלט.

"יעדער וויל וויסן וועגן אײַער זײַט, איז הייבט שוין אָן און דערציילט."

"דערציילן וואָס?" האָב איך קוים אַרויסגעקרעכצט.

"אַלץ," האָט זי אַ זאָג געטאָן. "ווען דו ענדיקסט" - האָט זי אַ בליק געטאָן אויף דער טיר - "קענסט אַרויס."

האָב איך אָנגעהויבן פֿון סאַמע אָנהייב.


דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר