טרויעריגע האלאקאוסט פילם פאר ט' באב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעצט געענדיגט קוקן דעם חורבן ביהמ"ק קליפ, צוגעברענגט אויבן דורך לעיקוואד.

שוידערליך. ואינו דומה שמיעה לראיה.

אבער איך מערק אן א ריזיגער חילוק פון דאן ביזן חורבן השואה. בעת ביים חורבן הבית זענען אידן געווען ברום המעלה, גענאסן פון אן אייגענע מלוכה און סאלדאטן אן קיין מורא פארן טויט (בכלל איז דאס לעבן פון א מענטש נישט געווען ווערד צופיל), זיי האבן מורד געווען אין די רוימער, און האבן געקעמפט ווי העלדן ביזן טויט מיט די שונאים, ווי עס רופט זיך, געשטארבן מיט כבוד (דיגניטי), הגם נישט אויסגעהאלטן לויט די תורה, און זיי זענען נישט איינגעגאנגען אויף קיינע פשרות נאר מיט דרייסטקייט געלאכט דעם טויט אין פנים, איז ביי די צווייטע וועלט מלחמה געווען פונקט פארקערט, ריכטיג כצאן לטבח, אן קיין שום ווידערשטאנד, אידן זענען געווען צוזייעט און צושפרייט אין גלות צווישן מערערע פעלקער אין אייראפע און געהאט זייערע אייגענע שוועריגקייטן און געליטן פון זייערע מלוכות מיט פארשידענע גזירות, און דאך זענען זיי ליידער אויסגעשאכטן געווארן מיט שאנדע און נידריגקייט לעיני כל העמים, וואס פארגרעסערט דעם הארצווייטאג.

סיי וויאזוי, בעטן מיר, אבינו מלכנו, נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם. בקרוב ממש אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט