תשעה באב תשע"ג סטייל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ביסט גערעכט אז מיין תשובה איז נישט אין פלאץ, סארי.

אבער די טענה אז דאס איז די מערסט מסוכנ'דיגע פלאץ פאר יידען איז אויך נישט עקסטער אין פלאץ. קיין איין פלאץ איז נישט פארזיכערט און קיינער ווייסט נישט וואס וועט מארגען זיין. דארט איז לפחות דא א מעגליכקייט פאר די יידען זיך צו פארטיידיגען וואס איז נישטא אין קיין שום אנדערע פלאץ אין דער וועלט. צו נעמען די איינציגסטע פלאץ ווי עס איז דא א מיליטער און די פילע אנדערע כוחות וואס מ'דארף צו האבען א זעלבסשטענדיגער מציאות און טענה'ן אז דארט גאר איז די מערסטע מסוכן איז אביסעלע קאמיש.

און דאס וואס מנוצט אביסעל אמעריקאנער געלט און כוח, איז וואס? איז דען דער אמעריקאנער פרעזידענט נישט גוט אויף צו זיין דער שליח ההשגחה צו העלפען יודען? אין די היינטיגע מציאות ווי די וועלט פירט זיך איז נישטא קיין מדינה וואס איז נישט אנגעוואנדעדן אויף אנדערע. די עצם מציאות אז יידען האבען די יכולת צו פירען אן אייגן לאנד אינגאנצן אוטונאמיש און זענען שולט למעשה אויף זייערע שונאים איז צו דו ווילסט יא צו נישט א דערגרייך וואס איז קיינמאל נישט געווען און טראגט מיט זיך אן א סוף מעלות בגשמיות וברוחניות.

אלעמאל קען זיין בעסער און עס איז אוודאי בעסער אז א משיח זאל קומען בדרך נס מן השמים און משליט זיין זיך אליינס אוי די גאנצע וועלט, אבער אין די מציאות ווי מיר לעבן איז נישטא קיין זאך וואס מ'קען רופען שיבת ציון מער פון דאס וואס איז דא, בעסער האט נישט קיין שיעור.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך וויל דא קלארשטעלן אז די אלע וואס זענען אויפגעברויזט געווארן אויף מיין מימרא האבן עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט. איך האב בכלל נישט געהאט אין פלאן אריין צו גיין אין די נושאים פון ציונית, שיטה הקדושה, התגרות באומות, אתחלתא דגאולה און נשתכחה תורת הבעש''ט. איך האב מיך נאר באצויגן צו די פינאמענאן וואס מען זעהט היינט גאר ווייניג מענטשן קלאגן תשעה באב. אויף דעם האב איך געענטפערט אז ס'שווער צו זיין צובראכן איבערן גלות ווען זאכן גייען גאנץ גוט פון אלע זייטן. אזא בעל הבית'שע תירוץ. איך גיי נישט אריין צו ס'איז ריכטיג אדער נישט. לעיקוואד האט שוין שיין באשריבן לגבי די ריכטיגקייט דערפון, עיי''ש.

דא האט איר די קאנטעקסט:

הוגה האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .

בכלל איז היינט אסאך שווערער צו קלאגן נאך דעם וואס מיר זעהן אז שיבת ציון האט זיך אנגעפאנגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

1. אין געוויסע תקופות בזמן הבית זענען די אידן געווען באשיצט אין אר"י דורך אפמאכן מיט אנדערע פעלקער, ווי למשל מצרים בימי ירמיהו, וואס די נביא האט זיי געזאגט זיי זאלן זיך נישט פארלאזן אויף מצרים קעגן בבל.

2. דאס אז אידן זענען אין א שטענדיגע סכנה איז געווען אין אסאך תקופות בימי שני הבתים, נאר די זעלבע שומר ישראל וואס האט זיי דעמאלס אפגעהיטן טוהט דאס היינט אויך.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

[tag]לעיקוואד[/tag] איך זעה נישט די מעלות ברו"ג פון האבן א אייגענע מיליטער און מכלומפרשט שולט זיין אויף אנדערע מדינות, ווען דאס גאנצע זיכערקייט הענגט אויף א האר, אידן אין אמעריקע לעבן רעלאטיוולי אין אסאך מער א זיכערע לאנד ווי אידן אין ארץ ישראל.

אוודאי אם השם לא ישמר... אבער זיך צו פרייען מיט דעם און זאגן דאס איז באמת גוט נאר בעסער האט נישט קיין שיעור? איך פארגין אלע מיינע שונאים אזא לאנד מיט אזא זיכערקייט.

און כ'ווייס נישט פארוואס די מאכסט אזוי אוועק אמעריקע', הילף, נעווער מיינד די געלט אבער די כוח? דו האלטסט באמת אז אן אמעריקע'ס בעקאפ וואלט איינער מורא געהאט צו גיין אין מלחמה מיט ארץ ישראל? דו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

[tag]געפילטע פיש[/tag] אמת, אבער ס'שטייט דאך אז די דריטע גאולה וועט זיין מער פון די ערשטע צוויי, (פרעג מיך נישט יעצט וואו ווייל איך בין אין בעט), בקיצור, אויב דאס מיינט מען מיט שיבת ציון ןואלט איך ענדערש געטשאסט גלות, ס'נישט פאר מיר.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

DotCom האט געשריבן:בקיצור, אויב דאס מיינט מען מיט שיבת ציון ןואלט איך ענדערש געטשאסט גלות, ס'נישט פאר מיר.


כ'האב נייעס פאר דיר, ס'נישט דא קיין טשויסעס... עס איז פונקט ווי ווען די ליובאביטשער רבי וועט נתגלה ווערן אלץ משיח וועסטו דיך מוזן אפווישן די נאז און מיטגיין. אידישקייט איז נישט קיין פרי קאנטרי... :o
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די אלע וויכוחים זענען גוט פאר איינעם וואס קען נישט קיין נ"ך, איינער וואס קען נ"ך ווייסט אז אויסער קורצע תקופות אין דוד המלך'ס צייטן, האבן אידן קיינמאל נישט געלעקט האניג אין הייליג לאנד, און פון א ריין היסטארישע קוק ווינקל, אן קיין טעעלאגישע וויכוחים, איז היינט די שענסטע תקופה פאר אידן אין ארץ ישראל. עס איז זייער ווייטאגליך, איך וויל נישט זיין קיין ציוני, אבער אז מען לערנט נ"ך אן קיין משוא פנים און אן תורה'לעך, איז קלאר אזוי.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

DotCom האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag]דו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

דאס איז גראדע נישט ריכטיג. מד"י קען אפשווישן דאס גאנצע מיטל מזרח מיט איין דרוק אויפן קנעפעל.

אבער ביזט גרכעט מיט דיין גערעסערן פוינט וואס דו מאכסט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

DotCom האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag] אמת, אבער ס'שטייט דאך אז די דריטע גאולה וועט זיין מער פון די ערשטע צוויי, (פרעג מיך נישט יעצט וואו ווייל איך בין אין בעט), בקיצור, אויב דאס מיינט מען מיט שיבת ציון ןואלט איך ענדערש געטשאסט גלות, ס'נישט פאר מיר.

קודם כל איז נישט אזוי זיכער אז די גאולה העתידה וועט זיין על טבעי, לויטן רבמ"ם וועט עס פשוט זיין אז אידן יראי השם וועלן זיך אומקערן צום הייליג לאנד, מאכן א מלוכה און בויען דעם בית המקדש, און ווי לעיקוואד זאגט, איך ווייס נישט אויף וועם מ'ווארט.

DotCom האט געשריבן:דו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

זיי האבן שוין איינמאל פראבירט, דריי לענדער צוזאמען אין יארע זעקס און זיבעציג, און טו מיי בעסט נאלעדזש זענען זיי געווען אומערפאלגרייך. נאכאמאל פראבירט אום דריי און זיבעציג, דאס מאל אויף פיר פראנטן אויף איין מאל, זיי זענען נישט געווען געהעריג צוגעגרייט צו דעם, און דער שומר ישראל האט נישט אנטוישט דאס מאל אויך נישט. אז דו ווילסט קענסט עס רופן ישראל מלחמה טאקטיקן, אז דו ווילסט קענסט עס רופן השגחה עליונה, אזוי צו אזוי, זע איך נישט פארוואס יעצט זאל עס זיין אנדערש.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

[tag]געפילטע פיש[/tag] די אלע מלחמות האבן זיי געהאט אמעריקע'ס הילף, סיי געלט און סיי כוח, איך האב גערעדט ווען נישט וואס אמעריקע העלפט צו.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

זר זהב האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag]דו האלטסט טאקע אז איראן מיט די אנדערע אראבישע מדינות קען נישט איינשלונגען ארץ ישראל אליין מיט א וויש מיט די נאז?

דאס איז גראדע נישט ריכטיג. מד"י קען אפשווישן דאס גאנצע מיטל מזרח מיט איין דרוק אויפן קנעפעל.

אבער ביזט גרכעט מיט דיין גערעסערן פוינט וואס דו מאכסט


מדינת ישראל קען און איראן קען אויך, פאקיסטאן קען זיכער.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דאס האבן מיר שוין געשמועסט אז בזמן הבית איז נישט געווען בעסער. אזוי ארבעט פאליטיק, מ'מאכט אפמאכן מיט אנדערע לענדער, מ'מאכט allegiances, מ'פאראייניגט זיך, שמור לי ואשמור לך, ס'נעמט אבער גארנישט אוועק פון די סופרעמיסי פון א לאנד.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פאקיסטאן קען אויך. איראן קען נישט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

אין נ"ך שטייט אויך וויזאוי די נעקסטע גאולה וועט זיין, כ'וועל שפעטער אהערברענגען בל"נ
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

DotCom האט געשריבן:אין נ"ך שטייט אויך וויזאוי די נעקסטע גאולה וועט זיין, כ'וועל שפעטער אהערברענגען בל"נ

גיי ווייז עס פאר'ן רמב"ם, זעט אויס ער האט נישט געזעהן קיין סתירה צו דעם.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

אקעי, פון וועלכן רמב"ם רעדסטו?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
רוזעוולט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:42 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך רוזעוולט »

זר זהב האט געשריבן:פאקיסטאן קען אויך. איראן קען נישט

פאקיסטאן קען נישט מצד ווייטקייט, איראן קען נישט מצד נישט-האבן-קיין-אטאם...
סוי פאקיסטאן קען ענדערשער נישט...
פאר גוגל טאלק, roosevalt13 @ gmail ,פאר קאווע שטיבל cnectd גרופ אפלייט צו פין #1a188fg
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

DotCom האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag] די אלע מלחמות האבן זיי געהאט אמעריקע'ס הילף, סיי געלט און סיי כוח, איך האב גערעדט ווען נישט וואס אמעריקע העלפט צו.

מיין אופיניען איז אז איר זאלט אייך זעהן מער צו דרייען אינעם היסטאריע פארום!
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:ער ווערט דערמאנט אין קינות דעם יאר

און פאריאר נישט?
איך האב זיך אויך באגעגנט מיט "הוגה" מערערע מאל, און אויך ממרום שלח אש.


איך האב זיך באגעגנט מיט שמעקעדיג...
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

במחילת כבוד החכמים אין שטיבל, איך ווייס נישט אויב מען מעג ליינען די ווערטער, לבי לבי על חלליהם, עס איז לכה"פ אן אבק פון אפיקורסות, אויב נישט מער.

לעיקוואד האט געשריבן:אויב וואלטן מיר דווקא געוואלט וואלטן מיר געקענט בויען א בית המקדש אויך, נאר קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין, די פרייע אוודאי נישט און די פרומע אויך נישט, זיי ווארטן אויף עפעס א בית המקדש של אש זאל אראפפאלען פון הימל.

אוי לאזניים שכך שומעות! זאגסטו נישט ביי מנחה היינט "כי באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה"? האבן מיר נישט גענוג ראיות און מימרות אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפקומען בנוי ומשוכלל מן השמים? "זיי ווארטן אויף עפעס א ביהמ"ק זאל אראפפאלן פון הימל"? פארוואס אזעלכע דברי זלזול כלפי טויזענטער אידן יראים ושלמים?

און פון וואנעט נעמסטו אז פרומע אידן זענען נישט אינטרעסירט אין א ביהמ"ק?

געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל איז נישט אזוי זיכער אז די גאולה העתידה וועט זיין על טבעי, לויטן רמב"ם וועט עס פשוט זיין אז אידן יראי השם וועלן זיך אומקערן צום הייליג לאנד, מאכן א מלוכה און בויען דעם בית המקדש, און ווי לעיקוואד זאגט, איך ווייס נישט אויף וועם מ'ווארט.

די זעלבע זאך, עס איז יא זיכער, עס איז פאראן טויזענטער ראיות דערויף, איי האסט געטראפן עפעס א פארשטופטן רמב"ם וואס מען איז זיך נישט נוהג עס צו לערנען, נו, ס'איז נישט די איינציגסטע קשיא אויפן רמב"ם, נעקסטע שבת הגדול דרשה וועסטו עס פארענטפערן, אבער וואס עפעס שטעלן אלע מאמרי חז"ל און ספה"ק אין א זייט און מאכן חוזק פון דעם, כאילו ממש מען פארשטייט נישט אויף וועמען און אויף וואס מען ווארט??? (חוץ מזה וואס אפילו דער רמב"ם שרייבט יראי השם, און מיר האנדלען היינט מיט פונקט דאס פארקערטע)

חכמים הזהרו בדבריכם, והזהרו במחשבותיכם! ס'איז נישט קיין קינדער שפיל.

(יעצט הייבט אן ברענגען אויבער-חכמ'ישע ראיות, קלוגער ווי אלע חכמים וצדיקים פון די לעצטע טויזענטער יארן)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

שמעקעדיג, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די כוחות זיך איינצורייסן, אנדערע האבן שוין לאנג שלום געמאכט מיט'ן מצב.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

יא יא, און די היפאקריוודע גייט ווייטער ווען צומאל נעמט מען אן נ"ך כפשוטו און דער וואס פרעגט איז פשוט ווייל ער קען נישט נ"ך, און אויב נ"ך זאגט אמאל אנדערש ווי מען וויל טרעפט מען א רמב"ם וואס קימערט זיך נישט מיטן נ"ך... קוק צוריק אביסל.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]שמעקעדיג[/tag], בארואיגט אייך. כ'פארשטיי אז איר האט געהאט א שטארקע התעוררות היינט ביי קינות. אבער ווער נאך ווי אייך פארשטייט גאנץ גוט אז אלע דא זענען מצפה ומחכה לביאת המשיח בכל יום שיבא. עס איז נאר אזוי ווי ווען גוגל גיבט פיר וועגן צו די זעלבע דעסטינאציע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

DotCom האט געשריבן:אקעי, פון וועלכן רמב"ם רעדסטו?

ס'איז נישט איין ספעציפישע שטיקל, נאר זיין ברייטערע שיטה אין וויאזוי די גאולה דארף, אדער דארך נישט, אויסצוזעהן. אקעי, איך זעה אז שמעקעדיג האט נישט ליב וואס איך זאג, לאמיר זיך ווענדען צו עם.

קודם כל, ס'נישט א פארשטופטע שיטה זיינס אין מורה, נאר איבעראל אינעם יד זאגט ער עס.

לאמיר אנהויבן מיטן גמרא אין חלק, וואס שיטת שמואל איז דארט דאמר שמואל אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד.

יעצט די רמב"ם אין זיין הקדמה צו פרק חלק זאגט אזוי, די משנה זאגט כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב, רעדט ער דארט ארום פון ימות המשיח, און שכר ועונש בכלל. ס'א הערליך שטיקל, איך וואלט דיר זייער געצה'ט עס צו לערנען.

ער הייבט אן אז ס'דא אפאר מיני כיתות (שיטות) לגבי שכר ועונש, ביים צווייטע כיתה זאגט ער אזוי:

וכת שניה תסבור ותחשוב, שהטובה המיוחלת הוא ימות המשיח, מהרה יגלה, וכי באותו הזמן יהיו בני אדם כולם מלאכים, כולם חיים וקיימים לעד, ויגבהו בקומתם וירבו ויעצמו, עד שיושיבו כל העולם לעד לעולם. ואותו המשיח, כפי מחשבתם, יחיה בעזר הי"ת. וכי באותן הימים תוציא הארץ בגדים ארוגים ולחם אפוי, ודברים הרבה כאלה שהם מן הנמנעות.
וכי הרעה היא שלא יהיה האדם מצוי באותן הימים ולא יזכה לראותו. ומביאים ראיה בדברים רבים מצויים לחכמים, ובכתובים במקרא יסכים פשטם למה שהם אומרים או לקצתו.

ס'הייסט אז די כת לכאורה האט ראיות פון פסוקים און נבואות וואס זאגן בפירוש אז אזוי גייט טאקע זיין.

ער רעכענט אויס נאך אפאר שיטות, און ענדיגט צו
אבל מה ששואלים העם כולו ההמון והמבינים: היאך יקומו המתים: ערומים או לבושים, ואם יעמדו באותן תכריכים עצמן שנקברו בהם ברקמתם ובציורם וייפוי תפירתם, או במלבוש שיכסה גופם בלבד; וכשיבוא המשיח אם יהיו שוים העשיר והדל, או אם יהיו בימיו חזק וחלש, והרבה שאלות כאלו בכל עת.

אנטשולדיגט, אבער איך קען זיך נישט העלפן פון זען א שטארקע סארקאסטישע טאן אין זיינע ווערטער.

אקיצור, ער גייט אריין אין אן אריכות דארט, צום סוף זאגט ער:

אמנם ימות המשיח הוא זמן שתשוב המלכות לישראל ויחזרו לארץ ישראל, ויהי אותו המלך גדול מאוד, ובית מלכותו בציון יגדל שמו וזכרו יהיה מלא הגויים יותר מן המלך שלמה, וישלימו אתו כל האומות ויעבדוהו כל הארצות לצדקו הגדול ולנפלאות שיהא על ידו. וכל מי שיקום עליו, יאבדהו השם יתעלה וימסור אותו בידו. וכל פסוקי המקרא מעידים על הצלחתו והצלחתנו עמו. ולא ישתנה במציאות שום דבר ממה שהוא עתה, אלא שהמלכות תחזור לישראל, וזהו לשון החכמים "אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד". ויהיו בימיו עשירים ואביונים, גיבורים וחלשים כנגד זולתם.

אבל באותם הימים יהיה נקל מאוד על בני אדם למצוא מחייתם, עד שבעמל מעט שיעמול אדם יגיע לתועלת גדול. וזהו שאמרו עתידה ארץ ישראל להוציא גלוסקאות וכלי מילת. לפי שבני אדם אומרים כשימצא אדם דבר מוכן ומזומן, פלוני מצא פת אפוי ותבשיל מבושל. והראיה על זה מה שנאמר ובני נכר איכריכם וכורמיכם, להודיע שיש שם זרע וקציר. ולכן קצף החכם הזה, שאמר המאמר הזה, על תלמידו כשלא הבין דברו, וחשב שהוא על פשוטו, והשיבו כפי השגתו. ולא הייתה אותה התשובה תשובה האמיתית. והראיה על שלא השיב לו על אמיתתו מה שהביא ראיה אל תען כסיל כאולתו. והתועלת הגדול אשר תהיה באותם הימים הוא שננוח משעבוד מלכיות שהוא מונע אותנו מעשיית המצוות כולם, ותרבה החכמה כמו שנאמר כי מלאה הארץ דעה, וישבתו המלחמות כמו שנאמר ולא ישא גוי אל גוי חרב, ויהיה נמצא בימים ההם שלימות רבה ונזכה בו לחיי העולם הבא.

אין הלכות מלכים פסקנט די רמב"ם להלכה ווי שמואל, אז אין בין, אלא שעבוד מלכיות, און זאגט "אל יעלה על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם, או יהיה שם חידוש במעשה בראשית, אלא עולם כמנהגו נוהג."
אין הלכות תשובה זאגט ער עס נאכאמאל, "אבל ימות המשיח הוא העולם הזה, ועולם כמנהגו הולך, אלא שהמלכות תחזור לישראל וכבר אמרו חכמים הראשונים אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד".

און זאג מיר נישט אז דער רמב"ם איז א יחיד נגד רבים, ווייל מיט די י"ג עקרים איז ער אויך א יחיד נגד רבים, ובפרט מיטן עיקר אז א איד מוז גלייבן אין משיח, וואס אנדערע ראשונים האבן געהאלטן אז ס'קען נישט קיין קיין עיקר אויב רבי הילל האט שוין געזאגט אז אין להם משיח לישראל. און אויב וואלט דאס געהייסט כפירה ווי אזוי קען די גמרא עם אנרופן בשם "רבי" הילל? אבער ביי די י"ג עקרים זאגט מען אז די רמב"ם איז אונזער וועג ווייזער, ולאורו נלך, אבער ווען ס'קומט אז ער זאגט עפעס וואס איז אומבאקוועם זאגט מען אז ער איז נאר א דעת יחידאה. חוץ מזה וואס די רמב"ם איז געווען דער ערשטער פוסק און מעגליך דער איינציגסטער וואס האט זיך באנומען מיטן משיח, געמאכט הלכות אויף ימות המשיח, און מסדר געווען די גאנצע השתלשות.

אין אגרת תימן האקט ער שטארק אויף די אמונה אין משיח אלץ א בעל מופת, נאר ער זאגט אז משיח וועט זיין א פשוטע מענטש, הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו. איי וויאזוי וועט מען וויסן אויב ער איז דער עכטער משיח? פשוט, טאמער שטייט אויף א ערליכע איד מזרע דוד, וואס איז מחזיר אידן לאמונתם ולארצם, איז מכניע דורך זיינע מלחמות, און בויעט אויף ירושלים און די בית המקדש, דער איז דער עכטער משיח, משיח איז דא, שבת ביסטו געווען אין בית המקדש, מיטגעהאלטן די מוסף של שבת, מיט די שבתדיגע יום געשפילט דורך די לויימ'ס מוזיקאלישע כלים, אבער מאנטאג 9 אזייגער מוזטו זיין צוריק ביי די ארבעט...

און אז די רמב"ם האט געזען אין יאשקע און מוחמד א הכנה צו ביאת משיח, וואס וואלט ער געזאגט אויף די ציונים? Food for thought.

ויה"ר שנזכה במהרה לביאת משיח צדקינו, לא משנה באיזה צורה ואופן, והימים האלו יתהפכו ליום טוב, וימלא הארץ דעה את השם, וגר זאב עם כבש. אמן.

_______________

דער עולם האקט, די געמיטער זענען אנגעצויגן, האלטס אויס, מ'גייט שוין באלד אויספאסטן. און א יישר כח פארן מיר מאכן פארגעסן אז איך פאסט פאר די צייט וואס ס'האט מיר גענומען צו שרייבן דעם תגובה. (מעג מען מסיח דעת זיין פון טענות בעניני גאולה ומשיח?
פארשפארט