רבי שמואל דוב ווייס שו"ב דענווער טאראנטא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

רבי שמואל דוב ווייס שו"ב דענווער טאראנטא

שליחה דורך דולה ומשקה »

הרבני החסיד רבי שמואל דוב ווייס ז"ל איז געבוירען בשנת תרפ"ד בעיר הערמנשטאט, ראמעניע, צו זיין פאהטער הרב ר' אהרן ווייס ז"ל ולאמו מ' גליקל שפרינצא ע"ה. אלס יונגעל ביז צו די בר מצוה האט ער געלערנט אין דעעש ווי ער איז אנגעשטאנען ביי זיין באבע מרת חי' רחל אלמנת ר' דוד לייב ווייס. נאכען בר מצוה איז אריבער קיין אויוואר ווי ער האט געלערנט ביי רבי יוסף משה מייזליש, וואס האט אויך משמש געוועהן דארט ברבנות. נאכען לערנען א שטיק צייט, איז 'שמואל' אריבער קיין טאשנאד צו לערנען בישבתו הרמתה פון רבי מרדכי בריסק בעל שו"ת מהר"ם בריסק, נאך א פאהר איז 'שמואל' געגאנגען קיין קראלי צו די ישיבה פון רבי שמואל גרויס, דארט האט אויך געלערנט צוויי פון זיינע ברידער ר' שמשון און ר' דוד לייב.

בשנת תש"ב לערנעדיק אין טאשנאד, אכצען יעריגע בחור, איז ער געווארען געצווינגען צו ארבעטן די עבודת הפרך "מונקאטאבער" אין די 'באניא' געגענט. נאך וואס דער נאציס האבען אקופירט אונגארען איז ער אנגעקומען למחנה השמדה אין עסטרייך. נאכען קריג איז ער אנגעקומען קיין רומה' אין איטאליע, ווי ער איז אריין אין די ישיבה "מאור הגולה" ווי ער איש שטארק נתקרב געווארען צו רבי בנימין בארזיקאווסקי און רבי אייזיק מאשקאוויטש. דארט האט ער געלערנט ביז ער אנגעקומען קיין אמעריקא.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: רבי שמואל דוב ווייס שו"ב דענווער טאראנטא

שליחה דורך יידל »

המשך חייו ביטע. א דאנק!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: רבי שמואל דוב ווייס שו"ב דענווער טאראנטא

שליחה דורך דולה ומשקה »

תקופת אחר המלחמה

גלייך נאך דער קריג, ויי יעדער אוד מוצל מאש, איז זיך געגאנגען נאך פרעגן איבער בני משפחתו צו איז אולי נאך איינער געראטעוועט געווארען מבין שיני אריות, ער האט געשקיט בריעוו ווי אימער עס האט זיך געלאזט, עס איז נישט געוועהן קיין שיעור וערך צו די גרויסע שמחה ווען איין טאג באקומט ער א בריעוו אז זיינע צוויי ברידער זענען ביים לעבען געבליבען. זיינע צוויי ברידער שמשון און דוד לייב, זענען באפרייט געווארען אינאיינעם. ר' דוד לייב האט מחליט געוועהן צוריק צו פארען קיין סעמיקלאש דארט ווי זיי האבען געוואינט אין די גוטע צייטען פארן חורבן, געוואויר צו ווערען אולי איז נאך א משפחה מיטגליד געבליבען ביים לעבען, אין אויך בנוגע זייער הויז און די חפיצם ורכוש. ער איז צוריק מיט ליידיגע הענט, נישט קיין נפשות אין נישט קיין נכסים. דער ברידער שמשון האט נישט געהאט קיין כח איז געבליבען אין דער די פי לאגער.

ווען ר' שמואל האט באקומען די ידועה אז זיינע ברידע זענען ביים לעבען, האט ער צו זיי געשקיט א בריעוו אז זאלען קומען צו איהם קיין רומה. אין נאך עטליכע וואכען זענען זיי טאקע אריין אין 'מאור הגולה' ישיבה, ווי מ'האט זיי גערופען "שלשה אחים". ר' שמואל האט מיט די געלט וואס ער האט באקומען פון דער "דזשאוינט" האט ער געקויפט חסידישע מלבושים, זאגענדיק: "אויב מיר זענען ביים לעבען געבליבען, זענען מיר מחיוב ממשיך צו זיין דער מסורה אזוי גענוי ווי די פריעדיגע דורות, נישט ווערען נאך געשלעפט ברוחות הזמן". אזא הנהגה האט אויס גערופען שטוינוג ביי די אנדערע פליטים, וואס אבען באקומען דערפון גרויסע התחזקות.

די "שלשה אחים" האבען אפגעשיקט א בריעוו צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע ווי אהין זאלען זיי זיך באזעצן ארץ ישראל אדער אמעריקא, דער סאטמאר רב האט צוריק גענפערט צו פארען קיין אמעריקא, ווי זיי זענען טאקע אנגעקומען חודש אב תש"ז. שמשון און דוד לייב זענען תיכף אריין אין די נייטרא ישיבה ווי זיי האבען יונק געוועהן מתורתו של הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל.

ר' שמואל וואס האט זיך נאך אין 'רומה' געלערנט הלכות שחיטה, האט ער דא אין אמעריקא באקומען א כתב-קבלה פון הגאון רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל אב"ד חוסט, ובעל שו"ת חסד יהושע, נאכען פארהער האט דער חוסט'ער רב בודק געוועהן ר' שמואל'ס חלף, אין איהם געהייסען שחט'ן א עוף, אין געבעטן זוגתו הרבנית ע"ה צו צוגרייטען א סעודה מיט דעם עוף אין זיי האבען געגעסן דערפון. פון דעמאלס אן האט ר' שמואל אין דער חוסט'ער רב געווארען געבינדען בקשר הדק.

אין יענע צייטען פון נאכען אנקומען קיין אמעריקא איז ער אריין למרן האדמו"ר מסאטמאר זי"ע, ווי דער סאטמאר רב האט דערציילט פאר ר' שמואל אז א רב פון דער טווערסקי משפחה וואס איז א קרוב משפחה צום מהר"ש מבאבוב איז געוועהן ביי איהם, אז ער זוכט א שו"ב וש"ץ.

ומעשה שהיה כך היה:
אין די תקופה וואס ר' שמואל איז אנגעקומען לארה"ב איז אויך אנגעקומען רבי שלמה מבאבוב זצ"ל. ר' שמואל וואס האט גוט געקענט דעם באבוב'ער רב נאך פון רומה איטאליע, איז ער אריין צום באבוב'ער רב אין ער האט זיך פארגעשטעלט ווער ער איז אין ער האט אויך דערמאנט פאר דער באבוב'ער רב אז ער האט זיך געלערנט הלכות שחיטה אין באקומען א כתב קבלה, און ער זוכט טאקע א פאסטן. האט איהם דער באבוב'ער רב גענפערט אז ער ווייסט טאקע פון א קהלה וואס איז נויטיק אין א שו"ב, און לדעתו איז ער טאקע דער ריכטיגע מענטש דערפאר. דער באבוב רב האט תיכף דעמאלס אנגערופען לבן-אחותו רבי שלמה משולם זוסיא טווערסקי (בן רבי יעקב ישראל ממילוואקי חתן בעל 'קדושת ציון מבאבוב] וואס האט אנגעפירט מיט א רבנית פאסטן אין דענווער קאלאראדא, אין איהם מציע געוועהן אז ער זאל אויפנעמען ר' שמואל אלץ שו"ב אין זיין קהלה. דער דענווער רב האט געזאגט נו ער קען שוין אריבער קומען. ר' שמואל האט געגעבען א זאג אויף זיך אז היות ער איז א חסידישע יונגערמאן איז דאס טאקע וואס זיי זוכן דארט? דער דענווער רב האט צוריק געזאגט אדרבה אדרבה קום אריבער. וכך הוי ר' שמואל איז אריבער געפארען קיין דענווער, ונתקבל לשו"ב ושליח ציבור, אין בלויז פון זיין שחיטה בשר עוף ובהמה האבען די יראים געגעסן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט