די טיפע געפילן פון ירמיה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 16, 2013 1:11 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
די טיפע געפילן פון ירמיה
א גוטן טייערע ברידער, איך דריי זיך ארום א שטיק צייט דא שוין, כ'האב גרויס הנאה פון די ידיעות וואס מ'טרעפט דא, פון די געלונגנע בעלי כשרון וואס געפינען זיך דא. איך ווייס נישט וויפיל כ'קען צולייגן, אבער כ'וועל פרובירן אביסל מיטטיילן מיט יעדן וואס כ'האב שוין קונה געווען, והיה אם תמצא חן בעיניכם והיה זה שכרי, כ'האף אז מ'וועט מיר קענען אויסבעסערן און צולייגן דארט ווי ס'פעלט אויס, ס'זאל זיין א זה נהנה וזה נהנה.
כ'ווייל אנהייבן דיסקאסן אביסל די פסוקים אין תנ"ך. איך פערענליך שפיר א געוואלדיגע קשר מיט אונזערע הייליגע כתבים, און כ'פיל אז די אלגעמיינע עולם האט עס נישט ארויס. אפילו די וואס לערנען נך לערנען עס נאך לשם ידיעה בעלמא, נישט זיך צו מקשר זיין מיט די פסוקים פון אונזערע נבואים. פארדעם לייג איך עס דוקא דא אין קונסט אפטיילונג, ווייל כ'וויל מ'זאל אנהייבן אפרישיעיטן די art וואס ליגט אין נביא.
מענינא דיומא וועל איך איבערשמועסן אביסל מיינע מחשבות ביים לערנען ירמיה היינט נאכ'ן קינות. און צולייגן א הקדמה וואס כ'האב אפגעשריבן ביי מיר א צייט צוריק בהוספת נופך. ואקוה שימצא חן בעיני אדוניי.
די נבואות פון ישעיה – ירמיה – יחזקאל, זענען געזאגט געווארן אין די תקופה פון סוף בית ראשון – חורבן בית המקדש – בנין בית המקדש השני. איך וואלט איינגעטיילט די דריי ספרים אין דריי חלקים, און איך וועל זיי אנרופן מיט ענגלישע נעמען – ירמיהו איז despair ישעיהו איז hope יחזקאל איז majesty. לאמיר ערקלערן - ירמיהו האט מיטגעהאלטן דעם חורבן בית המקדש, ער האט געלעבט לאנגע יארן פאר ס'איז פארברענט געווארן, ער האט שטענדיג געשריגן אז בבל, די נייע שליטה אין מיטל מזרח, וועט קומען אייננעמען דאס לאנד, אבער קיינער האט אים נישט אויסגעהערט. מען האט אים גע'רודפ'ט, געפייניגט, חוזק געמאכט פון אים, ביז צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז ליידער געוועזן גערעכט.
ישעיהו, פון די אנדערע זייט, איז גאר א לאנגער ספר, וואס דער מערקבארסטער חלק דערפון איז געשריבן געווארן שוין נאכ'ן בנין בית שני אדער סוף פון גלות בבל - ישעיה איז געוועזן זייער א טאלאנטפולער שרייבער, און אנדערש ווי ירמיה, זענען זיינע פסוקים פול מיט חיזוק און האפענונג - ממש עס בלאזט אריין א פרישער גייסט ביי דעם וואס ליינט עס דערפאר רוף איך עס hope. יחזקאל איז שוין נישט אזוי פול מיט געפילן, און איז מיר פארנומען מיט די גרויסקייט פון באשעפער, מיט זיין מעכטיגקייט, און מען ווערט נישט אזוי בארירט פון עס ליינען. דערפאר רוף איך עס majesty.
אודאי קען מען טרעפן אלע דריי באשטאנדטיילן ביי יעדן איינעם, פסוקי נחמה אין ירמיה, פסוקי אבילות אין ישעיה, וכדו'. איך וויל נאר ארויסברענגען די דריי מעין געפילן וואס איך טרעף אין די דריי נביאים, און עס איינטיילן לויט דעם. יעצט לאמיר אנהייבן מיט ירמיה. ערשטנס א קורצע ביאגראפיע:
ירמיהו בן חלקיהו איז געוועזן א כהן וואס האט געוואוינט אין א שטעטל מיט'ן נאמען ענתות. ער האט אנגעהויבן זאגן נביאות אין די צייטן פון יאשיהו המלך, וועלכע האט איינגעפירט א נייע רעפארמאציע אין לאנד און צוריק מחדש געוועזן די איינציגקייט פון דעם בית המקדש אין ירושלים. ווען פרעה נכה האט געוואלט אדורכגיין ארץ ישראל, האט אים יאשיהו נישט געלאזט, און פרעה איז אריינגעקומען און האט אים דער'הרג'עט - זיין זון יהויקים האט איבערגענומען די מלוכה.
אין די צייטן פון יהויקים האט זיך אנגעהויבן די נבואה פון ירמיהו, וועלכע האט פאראויסגעזאגט אז בבל וועט קומען אייננעמען ארץ ישראל אויב מען טוט נישט תשובה. אזוי איז טאקע געשען, און נבוכדנצר מלך בבל איז געקומען, ער האט פארשלעפט יהויקים מיט די געלונגענע סאלדאטן און מייסטער אומנים קיין בבל, און האט געשטעלט א פאפעט קינג, צדקיהו - נאך עלף יאר האט צדקיהו געמאכט א מרידה אינעם קעניג, און נבוכדנצר איז געקומען באלאגערן דאס לאנד - איינס א האלב יאר איז דאס לאנד געוועזן באלאגערט, דער מצב איז געוועזן איום ונורא, און ירמיהו האט געשריגן מען זאל זיך אונטערגעבן פאר די בבליים-כשדיים, אבער מ'האט נישט געפאלגט- ביז ענדליך האט דער מלך בבל באוויזן זיך צו אריינבאקומען אין ירושלים, און האט אויסגעשאכטן אנשים נשים וטף, פארברענט דעם בית המקדש און גענומען די איבריגע אידן אין גלות-
ירמיהו האט ער געלאזט אין לאנד, מסתם ווייל ער האט געהערט אז ער האט געשטופט מען זאל זיך אונטערגעבן - און ער האט געוואלט ס'זאל זיין א ישוב אין ארץ ישראל אין שפיץ פון דעם נייעם אויפזעער גדליה בן אחיקם - אבער ישמעאל בן נתניה האט געמאכט א פוטש און גע'הרג'עט גדליה'ן מיט זיינע נאנטע מענטשן, און אין ארץ ישראל איז געווארן טאטאל כאאס - אלע איבערגעבליבענע אידן האבן געוואנדערט קיין מצרים, און ירמיהו איז געגאנגען מיט זיי, וואו ער האט ווייטער געזאגט מוסר און מוכיח געוועזן - ירמיהו איז לכאורה געשטארבן אדער גע'הרג'עט געווארן אין מצרים און איז דארט באערדיגט געווארן.
יעצט לאמיר א קוק טאן אויף ירמיה'ס פערסאנאליטי - ירמיה האט געהאט זייער טיפע געפילן, זייער א סענסטיווער איז ער געוועזן. ער האט יעדע זאך גענומען צום הארץ, און עס האט אים אויפגעשאקעלט עד דכדוכה של נפש - צו דעם איז ער געוועזן א קשה עורף, זיך נישט געשראקן פון קיין מתנגדים. אפילו ווער ער איז געוועזן איינער אלין האט ער ווייטער איבערגעגעבן זיין מעסעדזש פון באשעפער. דאס מיינט נישט אז עס האט אים נישט שטארק בארירט די רדיפות, ער פלעגט זיך אויסוויינען, ממש רייסן די האר פון קאפ אויף די יסורים וואס ער גייט דארך - All in all איז ער געוועזן א פארפייניגטער מענטש וואס כפי הנראה האט ער נישט געהאט קיין גוטן טאג אין זיין גאנץ לעבן.
ירמיהו הנביא האט נישט מורא צו expose'ן זיינע געפילן, זיינע הארץ רייסנדע מיטמאכענישן - מ'קען זאגן אז ער איז דער מערסטע revealing prophet (no pun intended) וואס איז פארהאן - ער טוט זיך אויס נאקעט, דערציילט פאר יעדן זיינע נסיונות, ווי אזוי ער שטארקט זיך. אין ירמיה קען מען באקומען א געהעריגע טור איבער די הארץ און לעבן פון א נביא. כאטש איך מוז מודה זיין אז דער רייזע איז אפטמאל נישט אזוי אנגענעם, איז עס דאך מורא'דיג אינטערעסאנט.
לאמיר זען די פאעטישע ווערטער פון ירמיה, ווי אזוי ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס נביא:
ד וַיְהִי דְבַר-יְהוָה, אֵלַי לֵאמֹר. ה בְּטֶרֶם אצורך (אֶצָּרְךָ) בַבֶּטֶן יְדַעְתִּיךָ, וּבְטֶרֶם תֵּצֵא מֵרֶחֶם הִקְדַּשְׁתִּיךָ: נָבִיא לַגּוֹיִם, נְתַתִּיךָ. ו וָאֹמַר, אֲהָהּ אֲדֹנָי יְהוִה, הִנֵּה לֹא-יָדַעְתִּי, דַּבֵּר: כִּי-נַעַר, אָנֹכִי. {ס} ז וַיֹּאמֶר יְהוָה אֵלַי, אַל-תֹּאמַר נַעַר אָנֹכִי: כִּי עַל-כָּל-אֲשֶׁר אֶשְׁלָחֲךָ, תֵּלֵךְ, וְאֵת כָּל-אֲשֶׁר אֲצַוְּךָ, תְּדַבֵּר. ח אַל-תִּירָא, מִפְּנֵיהֶם: כִּי-אִתְּךָ אֲנִי לְהַצִּלֶךָ, נְאֻם-יְהוָה.
אין די צווייטע פסוק זעט מען די פאעטישע ווערטער: "נאך איידער דיין באשאף אין דיין מוטער'ס בויך האב איך פון דיר געוואוסט, און נאך איידער די ביסט געבוירן האב איך דיר געהייליגט, איך האב דיר באשטימט אלס נביא פאר די פעלקער." פון דא זעען מיר די געוואלדיגע אחריות וואס ירמיה האט געשפירט צו זיין נביא אלס א הייליגע אויפגאבע צו וואס ער איז געווארן באשטימט נאך איידער זיין געבורט. מערקט די הערליכע אופן ווי אזוי ירמיה דרוקט זיך דאס אויס.
ירמיה וויל נישט גיין. דאס זעט מען אפט אין די נביאים, אז זיי האבן אין אנהויב נישט געוואלט טון זייער שליחות, אבער דא זעט מען נאך א פוינט. "אל תירא מפניהם כי אתך אני להצלך". גאט זאגט פאר ירמיה אז ער זאל נישט מורא האבן פון זיי - דא זעט מען גלייך זיין vulnerability, זיין אנגסט און פחד זיך ארויסצושטעלן קעגן די מאסן.
אין דעם צווייטן קאפיטל הייבט זיך אן די תוכחה, ירמיה שוינט נישט קיין ווערטער - לאמיר נעמען א שטיקל און באטראכטן, זען וואספארא קונסט ס'ליגט דערין:
מִנְעִי רַגְלֵךְ מִיָּחֵף, וּגְרוֹנֵךְ מִצִּמְאָה; וַתֹּאמְרִי נוֹאָשׁ--לוֹא, כִּי-אָהַבְתִּי זָרִים וְאַחֲרֵיהֶם אֵלֵךְ.
ירמיה בעט זיך ביי כלל ישראל: טו תשובה, וועסטו נישט דארפן גיין אין גלות מיט בארוועסע פיס, בשעת דיין מויל איז אויסגעטרוקנט פון דארשט. אבער כלל ישראל איז שוין אזוי פארזונקען אין זייערע תאוות - מ'הערט אפילו נישט די לאגישע טענות. אהבתי זרים (פרעמדע אפגעטער) ואחריהם אלך. ווי א דראג עדיקט.
כְּבֹשֶׁת גַּנָּב כִּי יִמָּצֵא, כֵּן הֹבִישׁוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל; הֵמָּה מַלְכֵיהֶם שָׂרֵיהֶם, וְכֹהֲנֵיהֶם וּנְבִיאֵיהֶם.
ירמיה האלט אין איין ארויסברענגען אין דעם גאנצן ספר ווי אלע, אלע ממש, זענען דורכגעפוילט, די חשוב'סטע מענטשן, די פירער פון לאנד זענען פיל מיט שמוץ. אפילו די כהנים און נביאים זענען בעלי עבירה (דערמאנט אייך פון קאווע שטיבל...?)
אֹמְרִים לָעֵץ אָבִי אַתָּה, וְלָאֶבֶן אַתְּ יְלִדְתָּנוּ, כִּי-פָנוּ אֵלַי עֹרֶף, וְלֹא פָנִים; וּבְעֵת רָעָתָם יֹאמְרוּ, קוּמָה וְהוֹשִׁיעֵנוּ. כח וְאַיֵּה אֱלֹהֶיךָ, אֲשֶׁר עָשִׂיתָ לָּךְ--יָקוּמוּ, אִם-יוֹשִׁיעוּךָ בְּעֵת רָעָתֶךָ: כִּי מִסְפַּר עָרֶיךָ, הָיוּ אֱלֹהֶיךָ יְהוּדָה.
אין די פסוקים ליגט אזא טיפע געדאנק. ער ברענגט ארויס דעם ביבער'ס געוויין פון די אידן. מען גייט צו העלצער און שטיינער, און מען ביקט זיך צו זיי "דו ביסט מיין טאטע! דו האסט מיר באשאפן!" שפעטער ווען ס'קומט די צרות לויפט מען צום באשעפער (ווייל טיף אין הארץ ווייסן זיי דאך אז גאט קען באמת העלפן און די אפגעטער קענען נישט, נאר זיי קענען זיך נישט איינהאלטן) און מען בעט "קומה והושיענו!"
זאגט ירמיה סארקאסטיש, לאמיר זען, ווי זענען דיינע געטער וואס דו האסט געמאכט? זאלן זיי דיר העלפן?! ווייל אזוי גרויס ווי דער צאל פון דיינע שטעטלעך, אזויפיל אפגעטער האסטו! דהיינו, יעדעס שטעטל האט אן אנדער אפגאט, זאל יעדער מתפלל זיין צו זיי. די ווייסט אז זיי קענען נישט העלפן, הא? איז וואס ביסטו געלאפן צו זיי in the first place?
ירמיה קען נישט פארשטיין ווי אזוי אידן קענען אפלאזן דעם מקור החיים, דעם הייליגן באשעפער, און גיין צו נארישע אפגעטער וואס קענען נישט העלפן. אויף דעם ארויף זאגט ער דעם באקאנטן פסוק:
הַהֵימִיר גּוֹי אֱלֹהִים, וְהֵמָּה לֹא אֱלֹהִים; וְעַמִּי הֵמִיר כְּבוֹדוֹ, בְּלוֹא יוֹעִיל. יב שֹׁמּוּ שָׁמַיִם, עַל-זֹאת; וְשַׂעֲרוּ חָרְבוּ מְאֹד, נְאֻם-יְהוָה. יג כִּי-שְׁתַּיִם רָעוֹת, עָשָׂה עַמִּי: אֹתִי עָזְבוּ מְקוֹר מַיִם חַיִּים, לַחְצֹב לָהֶם בֹּארוֹת--בֹּארֹת נִשְׁבָּרִים, אֲשֶׁר לֹא-יָכִלוּ הַמָּיִם.
אים וואונדערט ווי אזוי קיינער טוישט נישט אויף זייער גאט פאר קיין געלט, בו בזמן וואס זייערע געטער קענען גארנישט טון. אבער אונז אידן, נישט בלויז וואס מיר לאזן איבער דעם באשעפער, מען גייט זיך זוכן געטער וואס קענען אפילו נישט compete'ן מיט אונזער גאט! ווי אזוי קען מען שעפן וואסער פון גרובער וואס זענען פול מיט לעכער?! גאט זאגט, "מיין פאלק האט פארקויפט מיין כבוד, פאר גארנישט פון פאר נישט. ניטאמאל האבן זיי באקומען עפעס פאר'ן פארקויפן!"

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חנינא קרא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
חנינא קרא האט געשריבן: אלע איבערגעבליבענע אידן האבן געוואנדערט קיין מצרים, און ירמיהו איז געגאנגען מיט זיי, וואו ער האט ווייטער געזאגט מוסר און מוכיח געוועזן - ירמיהו איז לכאורה געשטארבן אדער גע'הרג'עט געווארן אין ירושלים און איז דארט באערדיגט געווארן.
היינו, שנביא ירמיה בא בחזרה, ממצרים לירושלים?
Under influence
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
כפאסט מיין קאפ שווינדעלט אביסעל איז ירמיה געווען ביים ערשטען בית צו ביי די צווייטע
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קאווע טרינקער, עס זעט מיר אויס אז דו ביסט גערעכט ר' חנינא האט געמאכט א טעות, איך מיין אז ירמיה איז געשטארבן אין מצרים.
בכל אופן, יהא בואכם לברכה, ר' חנינא, כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט פון אייערע ווערק, און איך קוק ארויס אויף אייערע ווייטערדיגע שרייב ארבעט. איך האלט שטארק פון ירמיה. דא אין ק"ש ווייסט מען שוין אז איך האב מקובל אויף א געוויסע פסוק אין ירמיה אויף וועמען עס גייט ארויף, און לדעתי האט ער געוואוסט וואס ער רעדט. ממש אן אפענע נבואה.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יישר כח פאר די הערליכע ארבייט. איך האב קיינמאל נישט אדורך געלערנט נך כסדרן. נאר דא און דארט, אדער די הפטורה'ס. איך האב לעצטענס געטראכט אז איך וויל אדורך לערנען נ''ך. איך ווינדער מיך אויב איר קענט מציע זיין גוטע מפרשים היינטיגע אדער פארצייטישע. איך לערן געווענטליך מיט רש''י, מצודת און מלבי''ם. אויך בין איך נייגעריג ווער איז דאס חנינא קרא?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 16, 2013 1:11 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
א דאנק פאר די ווארמע קאמפלעמענטן אייך, אחי ורעי.
שותה קאווע און יאיר זענען גערעכט, איך האב בטעות געשריבן ירושלים ווען איך דארף ווען שרייבן מצרים.
ר' חנינא קרא ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין ש"ס אלס א בקי אין תנ"ך (וידועים דברי התוספות ב"ק סוף פרק הפרה שלא כל התנאים והאמוראים היו בקיאים בתנ"ך). זעט יבמות דף מ', ברכות דף ל. אין יבמות זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך, אז ר' חנינא קרא האט זיך אנגערופן הלכה כר' יהודה, און ר' ינאי האט אים פארשריגן פוק קרי קרייך לברי. איך קען זיך נישט העלפן נאר זען א געוויסע סארקאסטישע באמערקונג דא, ווי מה לך אצל נגעים ואהלות, כלך לך אצל מקרא!
זייט אויך אזוי גוט און בליקט אריין אין רש"י מגילה דף כב: ר' חנינא קרא שהיה בעל מקרא ויודע בגירסא ובטעמיה.
א פירוש אויף נ"ך זאגט יואליש זייער גוט, דאס בעסטע איז זיך אליין פארטיפן אין די פסוקים, אן קיין הילף פון זייטיגע מפרשים. מיטלעבן אביסל מיט די צייטן פון די נביאים און אריינגין אין זייערע הערצער. אבער אויב מ'וויל פשוט פשט, איז מצודות דאס סאמע בעסטע. רש"י איז על פי רוב גאר שוואך, מישט אויס מדרשים און פשט צופיל. רד"ק גייט אריין אין פשט'לעך אסאך, צומאל אין טעאלאגישע משא ומתן'ס בנוגע פשט לויט די נוצרים און יהדות, און דאס שטערט דעם פלוס פון די געטליכע רייד. מלבי"ם זאגט גוטע זאכן, אבער ירמיה זאגט נאך בעסערע.

הוגה האט געשריבן:יישר כח פאר די הערליכע ארבייט. איך האב קיינמאל נישט אדורך געלערנט נך כסדרן. נאר דא און דארט, אדער די הפטורה'ס. איך האב לעצטענס געטראכט אז איך וויל אדורך לערנען נ''ך. איך ווינדער מיך אויב איר קענט מציע זיין גוטע מפרשים היינטיגע אדער פארצייטישע. איך לערן געווענטליך מיט רש''י, מצודת און מלבי''ם. אויך בין איך נייגעריג ווער איז דאס חנינא קרא?
ר' חנינא קרא ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין ש"ס אלס א בקי אין תנ"ך (וידועים דברי התוספות ב"ק סוף פרק הפרה שלא כל התנאים והאמוראים היו בקיאים בתנ"ך). זעט יבמות דף מ', ברכות דף ל. אין יבמות זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך, אז ר' חנינא קרא האט זיך אנגערופן הלכה כר' יהודה, און ר' ינאי האט אים פארשריגן פוק קרי קרייך לברי. איך קען זיך נישט העלפן נאר זען א געוויסע סארקאסטישע באמערקונג דא, ווי מה לך אצל נגעים ואהלות, כלך לך אצל מקרא!
זייט אויך אזוי גוט און בליקט אריין אין רש"י מגילה דף כב: ר' חנינא קרא שהיה בעל מקרא ויודע בגירסא ובטעמיה.
א פירוש אויף נ"ך זאגט יואליש זייער גוט, דאס בעסטע איז זיך אליין פארטיפן אין די פסוקים, אן קיין הילף פון זייטיגע מפרשים. מיטלעבן אביסל מיט די צייטן פון די נביאים און אריינגין אין זייערע הערצער. אבער אויב מ'וויל פשוט פשט, איז מצודות דאס סאמע בעסטע. רש"י איז על פי רוב גאר שוואך, מישט אויס מדרשים און פשט צופיל. רד"ק גייט אריין אין פשט'לעך אסאך, צומאל אין טעאלאגישע משא ומתן'ס בנוגע פשט לויט די נוצרים און יהדות, און דאס שטערט דעם פלוס פון די געטליכע רייד. מלבי"ם זאגט גוטע זאכן, אבער ירמיה זאגט נאך בעסערע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הערליך חנינא, ויהא בואך לברכה.
אביסל מער אויף זיין בעקראונד קען מען ארויסנעמען, די באשעפער האט נישט געלאזט ירמיה'ן זיך באהעפטן מיט געזעלשאפט אדער חתונה האבן, אין פרק ט"ז זאגט דער נביא ויהי דבר ה' אלי לאמר לא תקח לך אשה ולא יהיו לך בנים ובנות במקום הזה...
...כי כה אמר ה' אל תבוא בית מרזח ואל תלך לספוד ואל תנד להם כי אספתי את שלומי מאת העם הזה נאם ה' את החסד ואת הרחמים... ...ובית משתה לא תבוא לשבת אותם לאכל ולשתות.
און דאס האט צוגעגעבן צו ירמיהו'ס צוטראגנקייט, און אויך אלע צרות וואס ער האט געליטן, זיין משפחה האט זיך אפגעזאגט פון עם ווען ער האט אנגעהויבן זאגן פרעניות, איז איז נישט געווען זייער פאפולער, ווער וויל דען הערן אזעלכע שרעקליכע נבואות?
און דא זעט מען אבער, אז מיט די אלע צרות וואס ס'איז עם געקומען האט ער מיט דעם אלעם געדאנקט דעם באשעפער פאר'ן עם אויסוועלן אלץ נביא,
אתה ידעת ה זכרני ופקדני והנקם לי מרדפי אל לארך אפך תקחני דע שאתי עליך חרפה טז נמצאו דבריך ואכלם ויהי דבריך [דברך] לי לששון ולשמחת לבבי כי נקרא שמך עלי ה אלקי צבקות יז לא ישבתי בסוד משחקים ואעלז מפני ידך בדד ישבתי כי זעם מלאתני יח למה היה כאבי נצח ומכתי אנושה מאנה הרפא היו תהיה לי כמו אכזב מים לא נאמנו יט לכן כה אמר ה' אם תשוב ואשיבך לפני תעמד ואם תוציא יקר מזולל כפי תהיה ישבו המה אליך ואתה לא תשוב אליהם כ ונתתיך לעם הזה לחומת נחשת בצורה ונלחמו אליך ולא יוכלו לך כי אתך אני להושיעך ולהצילך נאם ה' כא והצלתיך מיד רעים ופדתיך מכף ערצים.
נאך א טאן וואס מ'זעט דורכאויס ספר ירמיהו און איכה, די אנטי עסטעבלישמענט, ער האט צוגעזעהן די קארופציע וואס איז צוגעגאנגען אין ירושלים דורך די כהנים, נשיאים, און נביאי שקר.
נאך דא אסאך צו רעדן, אבער כ'מוז לויפן כאפ'ן א מנחה מעריב.
א גרונגען אויספאסטן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
גם אני מצטרף ייש"כ ר' חנינא פארן אויפרענגען אזא וויכטיקן און הערליכן נושא ווי אונזער אור אלטער תנ"ך וואס ליידער לערנען מיר עס נישט גענוג מיט די קינדער.
אז מען רעדט פון ירמיה הנביא קען מען צונעמען אזויפיל פסוקים וואס זענען שטיקער גין-גאלד. נאר צוויי דריי דוגמה'ס אין קאפיטל ט':
מִי-יִתְּנֵנִי בַמִּדְבָּר, מְלוֹן אֹרְחִים, וְאֶעֶזְבָה אֶת-עַמִּי, וְאֵלְכָה מֵאִתָּם: כִּי כֻלָּם מְנָאֲפִים, עֲצֶרֶת בֹּגְדִים.
הלואי איינער שטעלט מיר אריין אין א מדבר, אדער א הקדש'ל פון שנארערס, איך וועל פארלאזן מיין פאלק און זיך אפטראגן פון זיי: זיי זענען אלע זינדיקער, א כאפטע פאררעטער.
כֹּה אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת, הִתְבּוֹנְנוּ וְקִרְאוּ לַמְקוֹנְנוֹת וּתְבוֹאֶינָה; וְאֶל-הַחֲכָמוֹת שִׁלְחוּ, וְתָבוֹאנָה. וּתְמַהֵרְנָה, וְתִשֶּׂנָה עָלֵינוּ נֶהִי; וְתֵרַדְנָה עֵינֵינוּ דִּמְעָה, וְעַפְעַפֵּינוּ יִזְּלוּ-מָיִם. כִּי קוֹל נְהִי נִשְׁמַע מִצִּיּוֹן, אֵיךְ שֻׁדָּדְנוּ; בֹּשְׁנוּ מְאֹד כִּי-עָזַבְנוּ אָרֶץ, כִּי הִשְׁלִיכוּ מִשְׁכְּנוֹתֵינוּ
אזוי זאגט גאט זיין הערשאפט, קלערט אייך איבער און רופט די קלאגערינס זאלן זיי קומען; שיקט נאך די קלוגע ווייבער, זאלן זיי שנעל הייבן א קלאג אויף אונז, אונזערע אויגן זאלן לאזן טרערן און די אויגן לעפלען זאלן רינען וואסער. עס הערט זיך א קול פון ציון: וויאזוי זענען מיר געווארן בארויבט? מיר שעמען זיך זייער ווי מיר האבן פארלאזט דאס לאנד אונזערע וואינונגען האט אונז פארווארפן.
מען קען מאריך זיין א אגאנצע נאכט אין די הייליגע פייערדיקע רייד פונעם נביא נאר איצט איז באלד רבינו תם. לאמיר חאפן א מנין און אויספאסטן.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
חנינא קרא, מתוק מתוק! איך בין באנומען געווארן ביז טרערן! ווי הערליך שיין און פאעיטיש איז נ״ך. און וויאזוי דו ברענגסט דאס אזוי געפיליש ארויס. בן תמליון האסט מיר אויך מחיה געווען. וואו בין איך געווען ביז היינט? איך זעץ מיר שוין לערנען נ״ך! גוד ביי קאווע שטיבל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 16, 2013 1:11 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
לאמיר אביסל אריבערשפרינגען מיט עטליכע צענדליג קאפיטלען, און באקומען אן intimate בליק אויף ירמיהו'ס שטורמישע מחשבות אין פרק כ'. ירמיהו זאגט שוין די ביטערע נביאות'ן, מען פייניגט אים, מען רודפ'ט אים. ער איז אן אויסגעשפילטער מענטש. ער שלעפט זיך אין די גאסן און דערציילן זאכן וואס קיינער וויל נישט הערן. און ירמיה איז פארביטערט און צובראכן, די געפילן נעמען אים איבער, און ער האלט עס מער נישט אויס. לאמיר זען די פסוקים און איבערטייטשן. (איך וועל מאכן דעם תרגום אין אן אנדער סארט אות, צו אפטיילן פון מיינע אייגענע געדאנקען):
ירמיהו הנביא איז דא אין א קאנפליקט, ער שפירט ווי ער איז דער שליח פון גאט, ער מוז ארויסגעבן וואס ער האט צו זאגן, ערפילן זיינע מאראלישע פליכטן. אבער ער הייבט נאר אן צו רעדן און – אוי ואבוי! ער קען נישט צוריקהאלטן זיין געשריי, ער ווערט אגרעסיוו. דאס הארץ בלוטיגט אים פון די שרעקליכע עוולות וואס קומען פאר קעגן זיין פאלק. און ער קען דאס נישט באהאלטן פון זיינע דברי תוכחה. וואס פאסירט? מען הייבט אים אן צו רודפ'ן פאר'ן אויסזאגן דעם אמת.
ירמיה זאגט דא גאר א טיפע געדאנק. ווי גרויס דער צער וואס ער האט געליטן פאר'ן זאגן וואס ער האט געדארפט זאגן, אזוי גרויס איז געווען דער צער פאר'ן נישט זאגן. ירמיה איז געווען א טיף מאראלישער מענטש וואס האט געשטרעבט פאר אמת און יושר, און פאר אזא מענטש קאכט און פלאקערט דעם יושר אין הארץ. ער האט פרובירט נישט זאגן. פרובירט צו ווידערשפעניגן אין זיין אינערליכע, געטליכע שטימע. אבער ס'איז נישט געגאנגען. די ווערטער ואס ער האט געזאלט זאגן האבן געזידט אין זיינע ביינער. ער האט זיי געמוזט ארויסגעבן. ער קען דאס אין זיך נישט איינהאלטן. איז דא א רעכטדענקנדער מענטש וואס האט זיך נאך נישט געטראפן אין אזא סיטואיציע?
זיין סענסטיווקייט עסט אים אויף. ער קען נישט אויסהאלטן דאס וואס מען לאכט פון אים, מען שפילט זיך מיט אים. איבערהויפט טוט אים ווי די צוויי פנימ'דיגע "פריינט" וואס ער האט. זיי רעדן צו אים, קריגן ארויס זיינע סודות און שוואכקייטן, און פארשפרייטן זיי ווייטער. אה, וויפיל אומרעכט איז פארהאן אויף די זינדיגע וועלט!
די ענדגילטיגע יושר פון ירמיה איז אים מחזק. ער גלייבט אז צום סוף וועט יושר זיגן, ער ווייסט נישט ווי אזוי. אבער ער האט א שטארקער גאט. א גאט וואס איז פונקט ווי אים. יושר'דיג און רעכטפארטיג ביז גאר. ער וועט נישט דורכלאזן אזא עולה. ער וועט זיכער מאכן אז דער ערליכער גייט ארויס א זיגער. דאס איז די איינציגסטע טרייסט וואס א רעכטדענקנדער מענטש ווי ירמיה געפינט אין אזא זינלאזע וועלט.
די שווערע דילעמעס, די נונדנדע ספיקות, די יסורי הנפש, די טיפע קאנפליקטן, זיי נעמען א toll אויף ירמיה'ס גייסט. ער פאלט אריין אין א טיפע דעפרעסנדע מאמענט, וואס איז ארגועבלי איינע פון די נענטסטע שטיקער אין גאנץ תנ"ך צו די אינערליכע געפילן פון א נביא.
פארוואס קומט זיך פאר דעם אומשולדיג מבשר אזא עונש?
אה, וואו נעמט מען אזעלכע אפענע מנהיגים, האבן נישט מורא צו אנטפלעקן זייערע גייסטישע מצבים. ירמיה הנביא קלאגט. אויף וואס קלאגט ער? אויפ'ן חורבן בית המקדש? אויף די צרות פון כלל ישראל? אויף זייערע עבירות? ניין. ער קלאגט אויף זיין אייגענעם לעבן! ער וויל וויסן פארוואס ס'קומט זיך אים זיך צו געפינען אויף אזא פארדארבענע וועלט. אזא מושחת'דיגע מקום וואו שלעכטס און זינד געווינען, און צדק און יושר ווערן באצאלט מיט שאנדע. און וואו איבער אלעם, ער דארף זיין דער איינציגער וואס באמערקט דאס. אויב האסטו שוין געוואלט באשאפן אזא חרוב'ע וועלט, וויינט ירמיה צו גאט, פארוואס האסטו געמוזט נעמען איין איידעלע נשמה און אים פארווארפן דארט?!
פארוואס האט מען זיך געפרייט ביי מיין געבורט? וויל ער וויסן. כדי איך זאל קענען ליידן א גאנץ לעבן? זאל מען ענדערש איינמאל טרויערן אויף מיין טויט, ווי איך זאל דארפן דארכגיין די יסורי הנפש זיבעציג יאר. פארוואס, איז ירמיה אינטערעסירט צו דערגיין, איז מיין הריון נישט פארבליבן בלויז דאס – א הריון? א הרת עולם!
ז פִּתִּיתַנִי יְהוָה וָאֶפָּת, חֲזַקְתַּנִי וַתּוּכָל; הָיִיתִי לִשְׂחוֹק כָּל-הַיּוֹם, כֻּלֹּה לֹעֵג לִי. ח כִּי-מִדֵּי אֲדַבֵּר אֶזְעָק, חָמָס וָשֹׁד אֶקְרָא: כִּי-הָיָה דְבַר-יְהוָה לִי לְחֶרְפָּה וּלְקֶלֶס, כָּל-הַיּוֹם.
דו האסט מיר איבערגערעדט, גאט. ס'איז דיר געלונגען. איך בין צו שפאט און צו שאנד. יעדער לאכט פון מיר.
ווען איך עפן נאר מיין מויל שריי איך, און איך רוף אויס, "דאס איז א רויבעריי! אן עולה!"
די ווערטער פון גאט זענען מיין שאנד און מיין דערנידערונג א גאנצן טאג.
ירמיהו הנביא איז דא אין א קאנפליקט, ער שפירט ווי ער איז דער שליח פון גאט, ער מוז ארויסגעבן וואס ער האט צו זאגן, ערפילן זיינע מאראלישע פליכטן. אבער ער הייבט נאר אן צו רעדן און – אוי ואבוי! ער קען נישט צוריקהאלטן זיין געשריי, ער ווערט אגרעסיוו. דאס הארץ בלוטיגט אים פון די שרעקליכע עוולות וואס קומען פאר קעגן זיין פאלק. און ער קען דאס נישט באהאלטן פון זיינע דברי תוכחה. וואס פאסירט? מען הייבט אים אן צו רודפ'ן פאר'ן אויסזאגן דעם אמת.
ט וְאָמַרְתִּי לֹא-אֶזְכְּרֶנּוּ, וְלֹא-אֲדַבֵּר עוֹד בִּשְׁמוֹ, וְהָיָה בְלִבִּי כְּאֵשׁ בֹּעֶרֶת, עָצֻר בְּעַצְמֹתָי; וְנִלְאֵיתִי כַּלְכֵל, וְלֹא אוּכָל
האב איך געזאגט, איך וועל זיי מער נישט דערמאנען. מער נישט רעדן גאט'ס רייד. אבער דאן האבן דיינע ווערטער געברענט ווי א פייער אין מיין הארץ, ווייל עס איז געווען איינגעהאלטן אין מיינע ביינער. איך האב עס מער נישט געקענט צוריקהאלטן.
ירמיה זאגט דא גאר א טיפע געדאנק. ווי גרויס דער צער וואס ער האט געליטן פאר'ן זאגן וואס ער האט געדארפט זאגן, אזוי גרויס איז געווען דער צער פאר'ן נישט זאגן. ירמיה איז געווען א טיף מאראלישער מענטש וואס האט געשטרעבט פאר אמת און יושר, און פאר אזא מענטש קאכט און פלאקערט דעם יושר אין הארץ. ער האט פרובירט נישט זאגן. פרובירט צו ווידערשפעניגן אין זיין אינערליכע, געטליכע שטימע. אבער ס'איז נישט געגאנגען. די ווערטער ואס ער האט געזאלט זאגן האבן געזידט אין זיינע ביינער. ער האט זיי געמוזט ארויסגעבן. ער קען דאס אין זיך נישט איינהאלטן. איז דא א רעכטדענקנדער מענטש וואס האט זיך נאך נישט געטראפן אין אזא סיטואיציע?
. י כִּי שָׁמַעְתִּי דִּבַּת רַבִּים, מָגוֹר מִסָּבִיב, הַגִּידוּ וְנַגִּידֶנּוּ, כֹּל אֱנוֹשׁ שְׁלֹמִי שֹׁמְרֵי צַלְעִי; אוּלַי יְפֻתֶּה וְנוּכְלָה לוֹ, וְנִקְחָה נִקְמָתֵנוּ מִמֶּנּוּ
איך האב געהערט אסאך בארעדן מיר, זיי פארזאמלען זיך ארום מיר. זיי pretend'ן צו זיין מיינע גוטע פריינט, אבער זיי קוקן ארויס אויף מיין דורכפאל. "קומט לאמיר אים בארעדן", זאגן זיי. "מיר וועלן אים אריינכאפן אין א נעץ, מיר וועלן אים איינרעדן זיך ארויסצוגעבן פאר אונז, דערנאך וועלן מיר אין אים נקמה נעמען.
זיין סענסטיווקייט עסט אים אויף. ער קען נישט אויסהאלטן דאס וואס מען לאכט פון אים, מען שפילט זיך מיט אים. איבערהויפט טוט אים ווי די צוויי פנימ'דיגע "פריינט" וואס ער האט. זיי רעדן צו אים, קריגן ארויס זיינע סודות און שוואכקייטן, און פארשפרייטן זיי ווייטער. אה, וויפיל אומרעכט איז פארהאן אויף די זינדיגע וועלט!
. יא וַיהוָה אוֹתִי כְּגִבּוֹר עָרִיץ, עַל-כֵּן רֹדְפַי יִכָּשְׁלוּ וְלֹא יֻכָלוּ; בֹּשׁוּ מְאֹד כִּי-לֹא הִשְׂכִּילוּ, כְּלִמַּת עוֹלָם לֹא תִשָּׁכֵחַ. יב וַיהוָה צְבָאוֹת בֹּחֵן צַדִּיק, רֹאֶה כְלָיוֹת וָלֵב; אֶרְאֶה נִקְמָתְךָ מֵהֶם, כִּי אֵלֶיךָ גִּלִּיתִי אֶת-רִיבִי.
אבער גאט איז מיין שטארקער גיבור, דערפאר וועלן מיינע רודפים נישט מצליח זיין מיר אונטערברענגען. זיי וועלן זיך שטארק שעמען, די וואס האבן זיך באנארישט. א בושה וואס זיי וועלן קיינמאל פארגעסן. איך וועל זען א נקמה פון זיי, ווייל מיין גרויסער גאט קען דורכזען דעם ערליכן מענטש, ער קוקט אריין אין מיין הארץ. ער ווייסט וואס איך טראכט, ווייל איך האב אים אנטפלעקט מיינע רדיפות.
די ענדגילטיגע יושר פון ירמיה איז אים מחזק. ער גלייבט אז צום סוף וועט יושר זיגן, ער ווייסט נישט ווי אזוי. אבער ער האט א שטארקער גאט. א גאט וואס איז פונקט ווי אים. יושר'דיג און רעכטפארטיג ביז גאר. ער וועט נישט דורכלאזן אזא עולה. ער וועט זיכער מאכן אז דער ערליכער גייט ארויס א זיגער. דאס איז די איינציגסטע טרייסט וואס א רעכטדענקנדער מענטש ווי ירמיה געפינט אין אזא זינלאזע וועלט.
די שווערע דילעמעס, די נונדנדע ספיקות, די יסורי הנפש, די טיפע קאנפליקטן, זיי נעמען א toll אויף ירמיה'ס גייסט. ער פאלט אריין אין א טיפע דעפרעסנדע מאמענט, וואס איז ארגועבלי איינע פון די נענטסטע שטיקער אין גאנץ תנ"ך צו די אינערליכע געפילן פון א נביא.
יד אָרוּר הַיּוֹם, אֲשֶׁר יֻלַּדְתִּי בּוֹ: יוֹם אֲשֶׁר-יְלָדַתְנִי אִמִּי, אַל-יְהִי בָרוּךְ. טו אָרוּר הָאִישׁ, אֲשֶׁר בִּשַּׂר אֶת-אָבִי לֵאמֹר, יֻלַּד-לְךָ, בֵּן זָכָר--שַׂמֵּחַ, שִׂמְּחָהוּ. טז וְהָיָה הָאִישׁ הַהוּא, כֶּעָרִים אֲשֶׁר-הָפַךְ יְהוָה וְלֹא נִחָם; וְשָׁמַע זְעָקָה בַּבֹּקֶר, וּתְרוּעָה בְּעֵת צָהֳרָיִם. יז אֲשֶׁר לֹא-מוֹתְתַנִי, מֵרָחֶם; וַתְּהִי-לִי אִמִּי קִבְרִי, וְרַחְמָה הֲרַת עוֹלָם. יח לָמָּה זֶּה מֵרֶחֶם יָצָאתִי, לִרְאוֹת עָמָל וְיָגוֹן; וַיִּכְלוּ בְּבֹשֶׁת, יָמָי.
פארשאלטן זאל זיין דער טאג וואס איך בין געבוירן. דער טאג וואס מיין מאמע האט מיר אראפגעברענגט זאל נישט זיין געבענטשט.
פארשאלטן זאל זיין דער מענטש וואס איז געקומען דעציילן מיין פאטער די גוטע בשורה, "דו האסט געבוירן א יונגעל!" און דערמיט אים דערפרייט ביז גאר. דער מענטש זאל זיין פארווארפן ווי סדום ועמורה וואס גאט האט איבערגעדרייט, ער זאל קיינמאל ווערן געטרייסט. ער זאל הערן געשרייען צופרי, און יאמערליכע קולות נאכמיטאג.
פארוואס קומט זיך פאר דעם אומשולדיג מבשר אזא עונש?
ווייל ער האט מיר נישט גע'הרג'עט נאך אין מיין מוטער'ס קערפער, וואו מיין מאמע וואלט געווען מיין קבר, און איר מוטער- לייב אן אייביגע פארשוואנגערונג. פארוואס בין איך ארויסגעקומען צו דער וועלט? צו זען פלאג און פיין? צו ענדיגן מיינע טעג אין שאנדע?
אה, וואו נעמט מען אזעלכע אפענע מנהיגים, האבן נישט מורא צו אנטפלעקן זייערע גייסטישע מצבים. ירמיה הנביא קלאגט. אויף וואס קלאגט ער? אויפ'ן חורבן בית המקדש? אויף די צרות פון כלל ישראל? אויף זייערע עבירות? ניין. ער קלאגט אויף זיין אייגענעם לעבן! ער וויל וויסן פארוואס ס'קומט זיך אים זיך צו געפינען אויף אזא פארדארבענע וועלט. אזא מושחת'דיגע מקום וואו שלעכטס און זינד געווינען, און צדק און יושר ווערן באצאלט מיט שאנדע. און וואו איבער אלעם, ער דארף זיין דער איינציגער וואס באמערקט דאס. אויב האסטו שוין געוואלט באשאפן אזא חרוב'ע וועלט, וויינט ירמיה צו גאט, פארוואס האסטו געמוזט נעמען איין איידעלע נשמה און אים פארווארפן דארט?!
פארוואס האט מען זיך געפרייט ביי מיין געבורט? וויל ער וויסן. כדי איך זאל קענען ליידן א גאנץ לעבן? זאל מען ענדערש איינמאל טרויערן אויף מיין טויט, ווי איך זאל דארפן דארכגיין די יסורי הנפש זיבעציג יאר. פארוואס, איז ירמיה אינטערעסירט צו דערגיין, איז מיין הריון נישט פארבליבן בלויז דאס – א הריון? א הרת עולם!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 16, 2013 1:11 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
א הערצליכן דאנק, דג ממולא און בן תמליון פאר אייערע הוספות. איין קלייניקייט: דער רד"ק פארפירט ווי אזוי זאל זיין מעגליך אז ירמיה זאל נישט מעגן הייראטן, ס'איז דאך א חיוב פון פרו ורבו. ער טענה'ט אז גאט האט נאר געמיינט ער זאל נישט חתונה האבן מיט די לייט פון ענתות. אבער כמדומה לי אז ער האט אריינגעשמאלצן דברי הלכה אין א פלאץ ווי עס קומט נישט אריין. ווער האט גערעדט צו ירמיה, מיינט איר? זיין געטליכע קול! די מאראלישע, אינערליכע שטימע. ווער פון אונז האט נישט אמאל אריינגע'גנב'עט א מחשבה'לע אין קאפ, צו לוינט זיך צו ברענגען קינדער אויף אזא קראנקהאפטער וועלט? ווי קען מען זיך משער זיין וויפיל ערגער עס איז ווען דאס גאנצע לאנד איז פארדארבן און קעגן דיר? מען פארלירט דאך דעם ווילן צום לעבן. האבן קינדער וויל דער רד"ק? פרו ורבו? ווי קען מען טראכטן פון אזוינע זאכן ביים ליינען די דורכנעמנדע יאוש אין וואס ירמיה האט זיך געפינען?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
לאמיר אביסל מאריך זיין אויף די זאכן וואס מיר האבן דערמאנט פריער.
אבער נישט אלעמאל איז זיין טאן געווען די זעלבע, אין פרק כ' זאגט די נביא גאר שארפע תערומות אויפן באשעפער:
יב וה' צבא-ות בחן צדיק ראה כליות ולב אראה נקמתך מהם כי אליך גליתי את ריבי יג שירו ליהוה הללו את ה' כי הציל את נפש אביון מיד מרעים יד ארור היום אשר ילדתי בו יום אשר ילדתני אמי אל יהי ברוך טו ארור האיש אשר בשר את אבי לאמר ילד לך בן זכר שמח שמחהו טז והיה האיש ההוא כערים אשר הפך יהוה ולא נחם ושמע זעקה בבקר ותרועה בעת צהרים יז אשר לא מותתני מרחם ותהי לי אמי קברי ורחמה הרת עולם יח למה זה מרחם יצאתי לראות עמל ויגון ויכלו בבשת ימי.
גאר שארפע ווערטער!
גאר אסאך פסוקים זענען געווידמעט נאר אויף ארויסצוברענגען די שלעכטקייט פון די נשיאים וכוהנים, אין איכה ווערט עס עקזאמפליפיצירט אינעם פסוק
מֵחַטֹּאות נְבִיאֶיהָ, עֲוֹנֹת כֹּהֲנֶיהָ: הַשֹּׁפְכִים בְּקִרְבָּהּ, דַּם צַדִּיקִים.
אין ירמיה האלט ער אין איין מקונן זיין:
שמעו דבר ה' בית יעקב וכל משפחות בית ישראל. כה אמר ה' מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי וילכו אחרי ההבל ויהבלו... ...הכהנים לא אמרו איה ה' ותפשי התורה לא ידעוני והרעים פשעו בי ... ...אלכה לי אל הגדלים ואדברה אותם כי המה ידעו דרך ה' משפט אלקיהם אך המה יחדו שברו עול נתקו מוסרות.
אין זיין מוסר וואס ער געט פארן פאלק זעט מען א גאנצע צייט די ווערטער גר יתום ואלמנה אל תעשקו, ודם נקי אל תשפכו, דאס איז א theme וואס לויפט דורכאויס די גאנצע ספר.
______
ר' חנינא האקט, הערליך שיין! און איז אזוי שיין מתרגם די פסוק וואס איך ברענג דא.
געבענטשט זאך זיין די טאג וואס האט דיר אריינגעברענגט דא, און די טאג זאל שוין אויפגעראכטן ווערן בנחמת ציון ובבנין ירושלים.
געפילטע פיש האט געשריבן:און דא זעט מען אבער, אז מיט די אלע צרות וואס ס'איז עם געקומען האט ער מיט דעם אלעם געדאנקט דעם באשעפער פאר'ן עם אויסוועלן אלץ נביא,
אתה ידעת ה זכרני ופקדני והנקם לי מרדפי אל לארך אפך תקחני דע שאתי עליך חרפה טז נמצאו דבריך ואכלם ויהי דבריך [דברך] לי לששון ולשמחת לבבי כי נקרא שמך עלי ה אלקי צבקות יז לא ישבתי בסוד משחקים ואעלז מפני ידך בדד ישבתי כי זעם מלאתני יח למה היה כאבי נצח ומכתי אנושה מאנה הרפא היו תהיה לי כמו אכזב מים לא נאמנו יט לכן כה אמר ה' אם תשוב ואשיבך לפני תעמד ואם תוציא יקר מזולל כפי תהיה ישבו המה אליך ואתה לא תשוב אליהם כ ונתתיך לעם הזה לחומת נחשת בצורה ונלחמו אליך ולא יוכלו לך כי אתך אני להושיעך ולהצילך נאם ה' כא והצלתיך מיד רעים ופדתיך מכף ערצים.
אבער נישט אלעמאל איז זיין טאן געווען די זעלבע, אין פרק כ' זאגט די נביא גאר שארפע תערומות אויפן באשעפער:
יב וה' צבא-ות בחן צדיק ראה כליות ולב אראה נקמתך מהם כי אליך גליתי את ריבי יג שירו ליהוה הללו את ה' כי הציל את נפש אביון מיד מרעים יד ארור היום אשר ילדתי בו יום אשר ילדתני אמי אל יהי ברוך טו ארור האיש אשר בשר את אבי לאמר ילד לך בן זכר שמח שמחהו טז והיה האיש ההוא כערים אשר הפך יהוה ולא נחם ושמע זעקה בבקר ותרועה בעת צהרים יז אשר לא מותתני מרחם ותהי לי אמי קברי ורחמה הרת עולם יח למה זה מרחם יצאתי לראות עמל ויגון ויכלו בבשת ימי.
גאר שארפע ווערטער!
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך א טאן וואס מ'זעט דורכאויס ספר ירמיהו און איכה, די אנטי עסטעבלישמענט, ער האט צוגעזעהן די קארופציע וואס איז צוגעגאנגען אין ירושלים דורך די כהנים, נשיאים, און נביאי שקר.
גאר אסאך פסוקים זענען געווידמעט נאר אויף ארויסצוברענגען די שלעכטקייט פון די נשיאים וכוהנים, אין איכה ווערט עס עקזאמפליפיצירט אינעם פסוק
מֵחַטֹּאות נְבִיאֶיהָ, עֲוֹנֹת כֹּהֲנֶיהָ: הַשֹּׁפְכִים בְּקִרְבָּהּ, דַּם צַדִּיקִים.
אין ירמיה האלט ער אין איין מקונן זיין:
שמעו דבר ה' בית יעקב וכל משפחות בית ישראל. כה אמר ה' מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי וילכו אחרי ההבל ויהבלו... ...הכהנים לא אמרו איה ה' ותפשי התורה לא ידעוני והרעים פשעו בי ... ...אלכה לי אל הגדלים ואדברה אותם כי המה ידעו דרך ה' משפט אלקיהם אך המה יחדו שברו עול נתקו מוסרות.
אין זיין מוסר וואס ער געט פארן פאלק זעט מען א גאנצע צייט די ווערטער גר יתום ואלמנה אל תעשקו, ודם נקי אל תשפכו, דאס איז א theme וואס לויפט דורכאויס די גאנצע ספר.
______
ר' חנינא האקט, הערליך שיין! און איז אזוי שיין מתרגם די פסוק וואס איך ברענג דא.
געבענטשט זאך זיין די טאג וואס האט דיר אריינגעברענגט דא, און די טאג זאל שוין אויפגעראכטן ווערן בנחמת ציון ובבנין ירושלים.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יישר כח חנינא און אלע אנדערע ביישטייערער דא. איך זעה אז דא און איך אויך די פסוקים קוקן אן די דעמאלטסדיגע מצב פון ירמי'ס שטאנדפונקט. וואס ציט מיר אבער מער צו וויסן איז ווי אזוי האבן עס די יודן געזעהן? וואס האבן די אנדערע רבנים (נביאים) געהאלטן איבער ירמיה און איבער די פיזישע און גייסטישע מצב. וואס איז טאקע געווען די מצב ביי כלל ישראל, און וואס איז געווען די גורם אז זיי האבן אים נישט אויסגעהערט? Hind sight view is 20/20 זאגט מען. וואו וואלטן אונז געשטאנען ווען מיר וואלטן דארט געווען? וואס פאר א לקח קענען מיר ארויסנעמען פון דעמאלטס אויף אונזערע מצב?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
הוגה פשוט אין גראד זעען מיר אין ירמיהו וויאזוי דער עולם האט עס אויפגענומען. מען האט איהם אנגעקוקט ווי א משוגע'נער וואנזיניקער וואס חלומ'ט גאט רעדט צו איהם. עס גייט אונז גוט מען מאכט א לעבן מ'האקט מ'שטופט קומט ער מיט טרויעריקע נבואות אז מיר זענען מאראליש באנקראט און עס קומט א חורבן? דער עולם האט ענדערש צוגעהערט צו די נביאי שקר וואס האבן געשריגן עס איז גוט עס פעלט אונז גארנישט גוטע צייטן קומען. דעם לויזיקן בעל דמיון ירמיהו האט מען באווארפן מיט שטיינער אריינגעלייגט אין גרוב און תפיסה.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
בן תמליון האט געשריבן:הוגה פשוט אין גראד זעען מיר אין ירמיהו וויאזוי דער עולם האט עס אויפגענומען. מען האט איהם אנגעקוקט ווי א משוגע'נער וואנזיניקער וואס חלומ'ט גאט רעדט צו איהם. עס גייט אונז גוט מען מאכט א לעבן מ'האקט מ'שטופט קומט ער מיט טרויעריקע נבואות אז מיר זענען מאראליש באנקראט און עס קומט א חורבן? דער עולם האט ענדערש צוגעהערט צו די נביאי שקר וואס האבן געשריגן עס איז גוט עס פעלט אונז גארנישט גוטע צייטן קומען. דעם לויזיקן בעל דמיון ירמיהו האט מען באווארפן מיט שטיינער אריינגעלייגט אין גרוב און תפיסה.
בקיצור, איך דארף אנהייבן אויסצוהערן אלטר משה גאלדבערגער, נחמי' גאטליב, געשטעטנער און אמסיל. איך וויל נישט האבן א פנים ווי די יודן בימי ירמיהו.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פילון
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 7:59 pm
- געפינט זיך: אלכסנדריה, מצרים
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל
איך בין נישט אנגעקומען צו לערנען אין תשעה באב מער ווי די ערשטע צוויי קאפיטלעך אין איכה, ס'איז מיר אויסגעקומען ממש ווי צוויי אנדערע מענטשן וואלטן געהאט געשריבן די צוויי קאפיטלעך. אין די ערשטע קאפיטעל זעען מיר א מענטש וועלכע וויינט איבער דעם חורבן אבער ער נעמט אן אויף זיך די שטראף און זאגאר באשולדיגט זיך און זיין פאלק פארן ברענגן אויף זיך די חורבן, "חֵטְא חָטְאָה יְרוּשָׁלִַם, עַל-כֵּן לְנִידָה הָיָתָה", "צַדִּיק הוּא יְהוָה, כִּי פִיהוּ מָרִיתִי". אזוי אויך איז ער אין אזא צעבראכענע שטאפל, ער בעט פארשידענע תפילות פונ'ם אויבערשטער, קודם אז דער אויבערשטער זאל בכלל קוק'ן אויף דעם פאלק'ס זייט, "רְאֵה יְהוָה אֶת-עָנְיִי, כִּי הִגְדִּיל אוֹיֵב", "רְאֵה יְהוָה וְהַבִּיטָה, כִּי הָיִיתִי זוֹלֵלָה", "רְאֵה יְהוָה כִּי-צַר-לִי, מֵעַי חֳמַרְמָרוּ", און דערנאך אז דער אויבערשטער זאל אויך שטראפן די גויים, "הֵבֵאתָ יוֹם-קָרָאתָ, וְיִהְיוּ כָמֹנִי", "תָּבֹא כָל-רָעָתָם לְפָנֶיךָ וְעוֹלֵל לָמוֹ, כַּאֲשֶׁר עוֹלַלְתָּ לִי עַל כָּל-פְּשָׁעָי".
אבער ירמיהו פון די צווייטע קאפיטעל איז גאר א צווייטע ירמיהו. קודם איז ער סאך שארפער. אויך באשולדיגט ער נישט קיינעם נאר דער אויבערשטער אליינס, קיין ווארט נישט איבער אונזערע זינד. און פון זיינע ציפעדיגע ווערטער טראפט טענות כביכול אויפ'ן אויבערשטער. מיט ווייטאג פרעגט ער "אֵיכָה יָעִיב בְּאַפּוֹ אֲדֹנָי, אֶת-בַּת-צִיּוֹן--הִשְׁלִיךְ מִשָּׁמַיִם אֶרֶץ, תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵל?! וְלֹא-זָכַר הֲדֹם-רַגְלָיו, בְּיוֹם אַפּוֹ?". ער ווארפט פאר דעם אויבערשטער, "עָשָׂה יְהוָה אֲשֶׁר זָמָם, בִּצַּע אֶמְרָתוֹ אֲשֶׁר צִוָּה מִימֵי-קֶדֶם--הָרַס, וְלֹא חָמָל!". און ער פרעגט מיט ביטערניש "רְאֵה יְהוָה וְהַבִּיטָה, לְמִי עוֹלַלְתָּ כֹּה: אִם-תֹּאכַלְנָה נָשִׁים פִּרְיָם עֹלְלֵי טִפֻּחִים, אִם-יֵהָרֵג בְּמִקְדַּשׁ אֲדֹנָי כֹּהֵן וְנָבִיא".
אבער ירמיהו פון די צווייטע קאפיטעל איז גאר א צווייטע ירמיהו. קודם איז ער סאך שארפער. אויך באשולדיגט ער נישט קיינעם נאר דער אויבערשטער אליינס, קיין ווארט נישט איבער אונזערע זינד. און פון זיינע ציפעדיגע ווערטער טראפט טענות כביכול אויפ'ן אויבערשטער. מיט ווייטאג פרעגט ער "אֵיכָה יָעִיב בְּאַפּוֹ אֲדֹנָי, אֶת-בַּת-צִיּוֹן--הִשְׁלִיךְ מִשָּׁמַיִם אֶרֶץ, תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵל?! וְלֹא-זָכַר הֲדֹם-רַגְלָיו, בְּיוֹם אַפּוֹ?". ער ווארפט פאר דעם אויבערשטער, "עָשָׂה יְהוָה אֲשֶׁר זָמָם, בִּצַּע אֶמְרָתוֹ אֲשֶׁר צִוָּה מִימֵי-קֶדֶם--הָרַס, וְלֹא חָמָל!". און ער פרעגט מיט ביטערניש "רְאֵה יְהוָה וְהַבִּיטָה, לְמִי עוֹלַלְתָּ כֹּה: אִם-תֹּאכַלְנָה נָשִׁים פִּרְיָם עֹלְלֵי טִפֻּחִים, אִם-יֵהָרֵג בְּמִקְדַּשׁ אֲדֹנָי כֹּהֵן וְנָבִיא".
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
הוגה האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:הוגה פשוט אין גראד זעען מיר אין ירמיהו וויאזוי דער עולם האט עס אויפגענומען. מען האט איהם אנגעקוקט ווי א משוגע'נער וואנזיניקער וואס חלומ'ט גאט רעדט צו איהם. עס גייט אונז גוט מען מאכט א לעבן מ'האקט מ'שטופט קומט ער מיט טרויעריקע נבואות אז מיר זענען מאראליש באנקראט און עס קומט א חורבן? דער עולם האט ענדערש צוגעהערט צו די נביאי שקר וואס האבן געשריגן עס איז גוט עס פעלט אונז גארנישט גוטע צייטן קומען. דעם לויזיקן בעל דמיון ירמיהו האט מען באווארפן מיט שטיינער אריינגעלייגט אין גרוב און תפיסה.
בקיצור, איך דארף אנהייבן אויסצוהערן אלטר משה גאלדבערגער, נחמי' גאטליב, געשטעטנער און אמסיל. איך וויל נישט האבן א פנים ווי די יודן בימי ירמיהו.
הא נישט שלעכט. הערן מיר ווען אויס אלטר משה נאך פון ווען ער איז אריין אין ביהמ"ד און אויסגעקלאפט זיין מחאה אויף די ארויפגעצווינגענע רבנות אויף דאס שלאגן און הרג'נען מענטשן די אלע יארן און צונעמען פרנסות, דאס קארופטירטער אני ואפסי אמלוך אא"ו. ווען מיר וואלטן געהאט א מנהיגות וואס וואלט באמת געהאט דעם טובת הציבור אין געדאנק, אפשר וואלטן מיר נישט געווען אין אזא טרויערדיקן מצב היינט ווי פאלשקייט, בלינדע מערכות דאמינירט אבער דער פשוטער גוט-מיינענדער איד איז צוטרעטן און גענומען אדווענטעזש. די קינדער באקומען א חינוך וואס לערנט זיי נישט אויס צו קענען ברענגען פרנסה אין שטוב בעת וואס דער דיין הייסט איהם האבן צען קינדער נגד הלכה. בחורים ווארפט מען ארויס אין די גאסן און מיר דא וואס שרייבן אן אמת ווארט זענען די אפיקורסים. שוין איך טראג אוועק דעם הערליך נושא פון די רעלסן און באלד וועט איר זאגן איך בין א משוגענער חוזה שחרות.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 16, 2013 1:11 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
די חברים דא רירן אן דינע סטרונעס. לאמיר קודם פרובירן צו ענטפערן הוגה'ס שאלה:
בימי ירמיהו האבן זיך געמערט נביאים ווי שוואמען נאך א רעגן. נביאות איז געווען א ביזנעס, מען האט געזאגט וואס דער עולם וויל הערן. כאפט נאר אריין א בליק אין ירמיהו פרק כח:
חנניה בן עזור זאגט וואס דער עולם וויל הערן. די סכנה איז שוין אזוי נאנט, נבוכדנצר איז שוין מער ווייניגער בעל הבית אויפ'ן לאנד, ער האט שוין אוועקגענומען אלעס, אבער מען האלט נישט ביים קוקן אויף די פאקטן און זיך מאכן א חשבון הנפש. אנשטאט פארטרייבט מען די שווערע מחשבות מיט פוסטע אילוזיעס פון חנניה בן עזור. ווי אזוי האבן די אידן געדארפט וויסן ווער עס איז גערעכט? זאגט אונז ירמיה, זיי האבן נישט געדארפט וויסן. ערשט נאכ'ן פאסירונג איז מען געוואויר געווארן ווער עס איז א נביא שקר און ווער עס איז א נביא אמת. איז וואסזשע האבן מיר טענות צו זיי? צו וואלט דען נישט געקענט פאסירן אז כורש מלך פרס זאל אייננעמען בבל עטליכע צענדליג יאר פריער און נבוכדנצר זאל נישט קענען אויספירן זיינע פינסטערע פלענער? מיר וואלטן דיין געהאט א ספר חנניה צווישן די כתבי הקודש, ווי חנניה הנביא האט שוין פאראויס געזען אז נבוכדנצר וועט נישט קענען אייננעמען דאס הייליג לאנד. כאטש איך בין זיכער אז חנניה וואלט געמאכט א שוואכערע ארבעט ווי ירמיה.
אבער נישט דאס איז די עמקות וואס ליגט אין ירמיה, נישט די פאליטישע חשבונות וואס צוליב ירמיה'ס פעסימיזם האט ער ריכטיג פאראויסגעזען דעם פאליטישן עתיד. די עמקות איז אין זיין נשמה. דאס קענען מיר ארויסענעמן דערפון. אז דו זעסט א פייער ברענט, רוף דיך אן, בלייב נישט שטיל! ירמיה האט טאקע געליטן דערפאר יסורים. מעגליך אז די פריערדיגע סינעריא וואלט פארגעקומען און דאן וואלט ירמיהו פארבליבן לחרפון ולדראון עולם, קיינער וואלט נישט געוואוסט פון אים צו זאגן. זיינע מאראלישע אמביציעס וואלטן פארבליבן באגראבן צווישן די חורבנות אין אלט שטאט ירושלים. אט דאס איז דאך דער קהלת'דיגער געדאנק וואס מיר טרעפן אומדירעקט אין ירמיה'ס ווערטער. אבער מיר קענען ארויסנעמען פאר אונז א שטארקייט, מיר זענען נישט די ערשטע צו זוכן מאראל ווי מען קען איר נישט געפינען, און נישט די לעצטע צו פילן אז עס איז נתאכזבה תקוותינו צו זען א שיין אין די טונקלקייט. איך בין נישט אזוי אפטימיסטיש ווי ירמיה אז צום סוף וועט צדק זיגן. אבער חיזוק קען איך טרעפן דערפון.
הוגה האט געשריבן:יישר כח חנינא און אלע אנדערע ביישטייערער דא. איך זעה אז דא און איך אויך די פסוקים קוקן אן די דעמאלטסדיגע מצב פון ירמי'ס שטאנדפונקט. וואס ציט מיר אבער מער צו וויסן איז ווי אזוי האבן עס די יודן געזעהן? וואס האבן די אנדערע רבנים (נביאים) געהאלטן איבער ירמיה און איבער די פיזישע און גייסטישע מצב. וואס איז טאקע געווען די מצב ביי כלל ישראל, און וואס איז געווען די גורם אז זיי האבן אים נישט אויסגעהערט? Hind sight view is 20/20 זאגט מען. וואו וואלטן אונז געשטאנען ווען מיר וואלטן דארט געווען? וואס פאר א לקח קענען מיר ארויסנעמען פון דעמאלטס אויף אונזערע מצב?
בימי ירמיהו האבן זיך געמערט נביאים ווי שוואמען נאך א רעגן. נביאות איז געווען א ביזנעס, מען האט געזאגט וואס דער עולם וויל הערן. כאפט נאר אריין א בליק אין ירמיהו פרק כח:
א וַיְהִי בַּשָּׁנָה הַהִיא, בְּרֵאשִׁית מַמְלֶכֶת צִדְקִיָּה מֶלֶךְ-יְהוּדָה, בשנת (בַּשָּׁנָה) הָרְבִעִית, בַּחֹדֶשׁ הַחֲמִישִׁי; אָמַר אֵלַי חֲנַנְיָה בֶן-עַזּוּר הַנָּבִיא אֲשֶׁר מִגִּבְעוֹן, בְּבֵית יְהוָה, לְעֵינֵי הַכֹּהֲנִים וְכָל-הָעָם, לֵאמֹר. ב כֹּה-אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת, אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל--לֵאמֹר: שָׁבַרְתִּי, אֶת-עֹל מֶלֶךְ בָּבֶל. ג בְּעוֹד שְׁנָתַיִם יָמִים, אֲנִי מֵשִׁיב אֶל-הַמָּקוֹם הַזֶּה, אֶת-כָּל-כְּלֵי, בֵּית יְהוָה--אֲשֶׁר לָקַח נְבוּכַדְנֶאצַּר מֶלֶךְ-בָּבֶל, מִן-הַמָּקוֹם הַזֶּה, וַיְבִיאֵם, בָּבֶל. ד וְאֶת-יְכָנְיָה בֶן-יְהוֹיָקִים מֶלֶךְ-יְהוּדָה וְאֶת-כָּל-גָּלוּת יְהוּדָה הַבָּאִים בָּבֶלָה, אֲנִי מֵשִׁיב אֶל-הַמָּקוֹם הַזֶּה--נְאֻם-יְהוָה: כִּי אֶשְׁבֹּר, אֶת-עֹל מֶלֶךְ בָּבֶל. ה וַיֹּאמֶר יִרְמְיָה הַנָּבִיא, אֶל-חֲנַנְיָה הַנָּבִיא, לְעֵינֵי הַכֹּהֲנִים וּלְעֵינֵי כָל-הָעָם, הָעֹמְדִים בְּבֵית יְהוָה. ו וַיֹּאמֶר, יִרְמְיָה הַנָּבִיא, אָמֵן, כֵּן יַעֲשֶׂה יְהוָה; יָקֵם יְהוָה, אֶת-דְּבָרֶיךָ, אֲשֶׁר נִבֵּאתָ לְהָשִׁיב כְּלֵי בֵית-יְהוָה וְכָל-הַגּוֹלָה, מִבָּבֶל אֶל-הַמָּקוֹם הַזֶּה. ז אַךְ-שְׁמַע-נָא הַדָּבָר הַזֶּה, אֲשֶׁר אָנֹכִי דֹּבֵר בְּאָזְנֶיךָ, וּבְאָזְנֵי, כָּל-הָעָם. ח הַנְּבִיאִים, אֲשֶׁר הָיוּ לְפָנַי וּלְפָנֶיךָ--מִן-הָעוֹלָם: וַיִּנָּבְאוּ אֶל-אֲרָצוֹת רַבּוֹת, וְעַל-מַמְלָכוֹת גְּדֹלוֹת, לְמִלְחָמָה, וּלְרָעָה וּלְדָבֶר. ט הַנָּבִיא, אֲשֶׁר יִנָּבֵא לְשָׁלוֹם--בְּבֹא, דְּבַר הַנָּבִיא, יִוָּדַע הַנָּבִיא, אֲשֶׁר-שְׁלָחוֹ יְהוָה בֶּאֱמֶת.