א השגחה פרטית מעשה - תשעה באב תשע"ג
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
א השגחה פרטית מעשה - תשעה באב תשע"ג
[באקומען אין אימעיל פון א חשוב'ן ידיד, מיר באדאנקן זיך פאר אים פארן אראפשרייבן די מעשה לויט ווי ער האט דאס מיטגעהאלטן]
אן עלטערע דארפישער פארשוין מיט קורצע הויזן און א קאלירטע העמד און הוילן קאפ מיט טינקעלע ברילן שפאצירט אריין אין ביהמ"ד הגדול פון איחוד קאנטרי אין מאנטיסעלא יצ"ו אינמיטן די שיעור פון הרב שמעון ראאב שליט"א און טראגט אן נישט מער און נישט ווייניגער צי פארקויפן זיינע טלית ותפילין...
דער גבאי נ"י האט אים געבעטן אריינציקומען אין דערנעבענדיגן שטיבל כדי נישט צי שטערן דעם שיעור, דער פארשוין האט אנגעגעבן אז ער האט דאס באקומען פאר 51 יאר צוריק ביי זיין בר מצוה און ער נוצט דאס שוין נישט זינט זיין חתונה און וויל לויז ווערן דערפון.
ער האט געבעטן א ניש-קשה'דיגע פרייז פון $25 פאר די ארטיקלן, אויך האט ער געהאט דארט א 2 קליינע אויסקוקענדע ספרי תורה'לעך וואס האט נישט אויסגעקוקט צי זיין עפעס אינטרעסאנט.
איז געווען דארט א איד מחסידי ליובאוויטש (לאמיר אים רופן 'ראובן') און האציך אריינגעמישט און פרעגט דעם איד ('שמעון') ציוואס ער וויל דאס פארקויפן זאגט ער ווייל ער נוצט דאס שוין נישט האט ער באשלאסן רייך צי ווערן מיט נאך א $25 כאטש ברענגט אים דאס עפעס ניצן... פרעגט אים ראובן אפשר לייגסטו היצט תפילין? שוין נישט געלייגט פאר 40 יאר קיין תפילין אפשר איז היצט די צייט דערצו? ענטפערט שמעון אז ער האט נישט קיין צייט צי די זאכן ווייל ער האט א דאקטארס אפוינטמענט און בכלל האט ער שוין אויפגעהערט מיט די זאכן...
ראובן לאזט נישט נאך און בעט זיך צי אים ווי א גזלן אז ער זאל אריינקומען אין אנדערן שטיבל, נאך א שטיקל משא ומתן איז אים געלונגען משכנע צי זיין שמעון'נן און זיי זענען אריין אינעם אנדערן שטיבל ווי ראובן האט אנגעטוהן זיין קאפל פאר שמעון און ראובן האט זיך אנגעטוהן א ביבער הוט פון איינע פון די ביישויער.
ראובן האט געליינט מיט אים קרי"ש וואס געווענליך ווען מ'ליינט דאס פאר פאר א פארפרעמדן קען דאס אסאך מאל פירן צי אן אפוינטמענט ביים לאקאלען דענטיסט, דא אבער האט שמעון דאס נאכגעזאגט גאנץ פליסענד.
מען האט אים געפרעגט זיין אידישן נאמען, זאגט ער בערל אליעזר, לויט ווי מ'האט פארשטאנען האט זיין טאטע געהייסן קלונימוס, און זיין מאמע לאה.
ביים אויסטוהן די תפילין איז ראובן אויפגעקומען מיט א געניאלען געדאנק, ער זאגט פאר שמעון אז ער קויפט דאס אפ פון אים פאר $25 אבער אנשטאט עס צי נעמען פון אים גיבט ער אים דאס צי האלטן און חלילה וחס נישט פארקויפן ווייל דאס איז עכט שוין זיינס... און איז אים מסביר אז ער זאל הייסן מ'זאל דאס לייגן אין זיין ארון נאך זיין 120, שמעון איז קענטליך נתרגש געווארן דערפון און האט אויפגעהויבן זיין רעכטע האנט און געזאגט "איי פראמיס". ראובן נעמט ארויס זיין אפגעשפארטע געלט אבער זיך נאר געטראפן מיט א 20'ער, ער בעט דארט א איד אויב ער קען אים בארגן $5, באלד זענען געווען 2 אינגעלייט וואס האבן אהינגעגעבן א $5, איז ער שוין ארויסגעקומען מיט ריוח, ער האט באקומען $30 אנשטאט 25.
ראובן האט אים אנגעזאגט אז דאס איז זיין טייער געלט וויבאלד ער ארבייט נישט און האט נישט קיין געלט שבת צי-מאכן אבער ער טוט דאס ווייל ער וויל דער זאל האבן תפילין! ער האט אים געהייסן אנזאגן זיינע קינדער אז זיי זאלן וויסן דערפון אז "ווען די צייט וועט קומען" נאך 120 געזונטע יאר אז מ'זאל מיטלייגן די תפילין אין זיין ארון. זאגט שמעון אז ער גייט דאס פארשפארן ביי זיך אין לעדל אז... ראובן בעסערט אים אויס אז נישט אוועקשפארן נאר זאל זיין אוועילעבל וווען ס'פעלט אויס.
ראובן האט שפעטער אויסגערעכענט א טייל השגחה פרטיות'ער וואס דא איז פארגעקומען.
#1) אז ס'שוין געווען נאך חצות ווען מ'מעג שוין לייגן תפילין.
#2) אז אין זיין קאנטרי ווי מ'פלעגט דאווענען מנחה ת"ב און 2:00 האט מען פאר אן קיין שום סיבה דאס יאר געמאכט אויף 8:00, מילא איז ער געקומען צי איחוד דאווענען.
#3) אן אינטערסאנטע פאקט; ראובנ'ס ערשטע "תפילין לייגן" פאר א פרעמדן איז געווען גענוי 42 יאר צוריק און ת"ב!

ראדיא באריכטער פאר ק''ש
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:"ראובן"? "שמעון"?
מענטשען אן קיין נעמען?
come on! דו געדענקסט נישט? ראובן איז דער וואס האט געבארגט די קו פון שמעון און דערנאך איז די קו אריינגעפאלן אין א גרוב. It was all over the news.

ערענסטערהייט, עס איז א שיינע מעשה. און די מעשה וועט נאך מעגליך האבן א שיינע המשך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
הוגה האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:"ראובן"? "שמעון"?
מענטשען אן קיין נעמען?
come on! דו געדענקסט נישט? ראובן איז דער וואס האט געבארגט די קו פון שמעון און דערנאך איז די קו אריינגעפאלן אין א גרוב. It was all over the news.![]()
ערענסטערהייט, עס איז א שיינע מעשה. און די מעשה וועט נאך מעגליך האבן א שיינע המשך.
אין די בלאט..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
אויף קול מבשר האב איך געהערט א "השגה פרטית" מעשה פון א EMS וואס איז געווען אויף CALL ביי א גוי, און זיין פרוי האט אים געגעבן די תפילין וואס זיי האבן געהאט (גע'גנב'ט?), ביז די תפילין איז אנגעקומען צו דבר יום ביומו הויפטקאווטיר.
רב דרעזנער פארציילט די גאנצע מעשה, דערנאך פרעגט ער אויס דעם EMS אינגערמאן 4 מאל, דערנאך מאכט ער חזרה אויף די מעשה.

Under influence
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
נישט קיין ספק ער טובל'ט זיך דא פון צייט צו צייט, א טויבער קען הערן צווישן זיינע אינטערוויען אז ער נאשט פון דא איידיען און אינפארמאציע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

הערה צו ר' ישמעאל כהן גדול שליט"א
...און ס'איז נאך דא ווער ס'זאגט אז די ליובאוויטשער מיט זייער תפילין-לייגן פראגראם טויגן נישט. המממ.