ציוני האט געשריבן:
ביי עמוד ב'
אונטערן קעפל ותשועה ברוב יועץ
האסט נישט פארשטאנען פשט אין יענע ווערטער!!
ער זאגט אז ער האט געוואלט זעהן וואס ס'וועט למעשה ווערן פונעם כינוס, נישט פונעם צעטל!!
זיין לשון: "דאס (יענערבריוו) איז געווען געשריבן אזוי ווי מ'האט געזען" (מיינענדיג וויאזוי ס'האט אויסגעזען דעמאלטס וואס מ'האט נאך נישט געוויסט אלע דעטאלן)
פשט איז מ'האט נאך בשעתו נישט געוואוסט קלאר אויף וועלעכע רעלסען די כינוס ארבעט זיך אויס, וועגן דעים האט מען ארויסגעגעבן א האלב הארציגן בריוו לכבוד'ן סקולענער רבי'ן אין שטיצע פארן כינוס.
און אדמו"ר מסאטמאר ענדיגט דארט צו יענעם פאראגראפ: "למעשה פרובירן זיך די עסקנים צוצושטעלן, אויף אזא מין אופן ס'זאל קענען שטימען אז ס'זאל נישט זיין כנגד דאס וואס מיר האבן מקבל געווען"
דאס מיינט ער אז די עסקנים האבן זיך נאר לעצטענס פארפליכטעט אז די רעדנערס און וואס מ'וועט רעדן וועלן זיין לרוח סאטמאר, דאס איז עפעס וואס מ'האט נישט געוויסט פאר זיכער 2 וואכן צוריק.
יעצט גיי ליין עס איבער מיט ניטראלע אויגן ברילן