א ווירטואלן טיי אווענט! א ניק פון ק"ש בעהט מ'זאל אים העלפן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

א ווירטואלן טיי אווענט! א ניק פון ק"ש בעהט מ'זאל אים העלפן

שליחה דורך יואב »

טיי אווענט'ס, צו אנדערע הילף אקציעס האבן זיך שוין אריינגעגלידערט אונערהאלב אונזער געזעלשאפט אלס א טעגליכער ערשיינונג. ס'איז זאגאר א ווינקל פון א שפרידלדיגן עקענאמיע צווישן קרייזן 'בזעת אפיך תאכל לחם' האט זיך געטראפן חל צו זיין מיט אלע פירושים. אנדערע גלייכן אנצולייגן אונזער ארעמקייט אויפן 'לא לחכמים לחם'. נו גוט, זאל זיין אזוי. אזוי קלוג, אזוי ארעם, טאקע א חידוש.

פי-אר פאר נצרכים, קען שטעלן גייקאו אין שאטן במלוא מובן המילה. הגם די פאר אויסגעדראשענע פראזן, און סלאגאנען פון 'מאין יבא עזרי', 'עזרי מאין', 'ער בעהט זיך ביי אונז', 'הערטס זיין געשריי', 'האט רחמנות' וועלעכע ווערן כסדר ריסייקעלט, קומט אריין היבש א ווייטען נומער בנוגע קריעטיוועטי. מ'מעג שוין טרעפן עפעס חדשות זאלציג צו מאכן די טרערן.

איראניש איז אבער ווען דאס ליידיג צעטל לויטעט צום ביישפיל "מאין יבוא עזרי" מיט שרעקעדיגע אותיות, און דאן אן קיין שום וואס, ווען, וואו ליינט זיך "פרטים יבואו". ס'טייטש א איד שרייט איך ברעך אונטער, און לא די ס'פארלאנגט זיך מיר זאלן צוווארפן א נדבה, ווערן מיר אויפגעפאדערט צו האלטן די געמיטער געשפאנט פאר דעטאלן וועלעכע פארשפרעכט נאכצופאלגן. כאילו דאס איז א פרישן רעסטוראנט וואס גרייט זיך צו קלאפן מזוזות, אדער א פרישע דורכברוך פון דזשי ענד דזשי וואס וועט אט אט אויפטאנצן אויפן אויבערפלאך. אבער ווי געזאגט, אז איינער ברויך חתונה מאכן, זאל דער גראפיקער , אויסגאבעס, און אנדערע אידן אויך מאכן געלט. דער היימישער עקענאמיע ראקט, הלכה ולא למעשה.

אלענפאלס, אין דער איצטיגער פאל, וויל איך מאכן א ווירטואלן טיי אווענט פאר א דרינגד צוועק איך וועל אויסשמועסן אין די קומענדע שורות. מ'גיימער דאס נישט דראמאטאזירן מיט מלאכי חבלה'דיגע פלאקאטן, רעגן בויגנס אדער בליצן; נישט קיין בלוט גע'טובל'טע אותיות "הצילו", טויט שטראף אדער גאר ערגער; און לגמרי נישט קיין פרטים יבואו. כ'האף דער אשכול וועט פארשווינדן ווערן בחיפזון, און דער מצב וועט זיך פארבעסערן.

די מעשה איז אזוי. כ'האב מיך באקענט מיט א קלוגער, פארשטענדליכער, תוכן'דיגער ניק, א לייטישער מעמבער בק"ק קאווע שטיבל. ער האט געזעהן מיין דזשיטאלק אדרעס אין איינע פון די אשכולות, און ער האט זיך פארבינדן מיט מיר. ער, ווי אסאך אנדערע וועלעכע גלייכן צו טשעטן, פלעגט פיל מאל פראבירן ציען א שמועס. דער אינגערמאן רעדט זיך שוין אויס א לענגערן צייט איבער זיין ביטערן פעקל, אבער לעצטנס האט דאס דערגרייכט א ווייטאגליכן קלימאקס. דער אינגערמאן שרייט "ראטעוועט" מיר.

א גליקליכער בחור געוועזן, געזיצן און געהארוועט בין כותלי הבית מדרש ממש יומם ולילה. א מושלם במידות, א מתמיד עצום, א גלענצענדע נחת ביינדל פאר זיינע עלטערן. הגיע לפרקו האט מען געזיכט א "טאפ" מיידל, אזאנס וואס ס'פארלאנגט זיך פאר א "טאפ" בחור. אז 'הבחור המופלג בתורה ויראת שמים' אויפן חתונה בריוול איז גארנישט געווען איבערגעטריבן, זאל 'הכלה הבתולה המהוללה' זיך פאסן פארן עזר כנגדו. דער טאג פון נחת האט געגרייכט. מ'האט אפגעראכטן א חתונה, דער עולם האט געווינטשן אין די מאסן. אויגן פארגלייזטע רביים האבן בסירוגין אפגעראכטן זייערס א מצווה טענצל--מייסטענס דערפון האבן ווי געווענדליך זיכער געמאכט איבערצוהאקן דעם צווייטן טאנץ. ליצים האבן ארויפגעווארפן זייערס א שטריימל אויפן יונגערן ברודער וועלעכער טראגט א הוט משום סיבה, און די בן ארבעים לבינה'ניקעס ולמעלה האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער אונטערן רושם פון היי וואלטעדזש שוויגער וויצן. בקיצור, א דורכשניטליכער בית נאמן בישראל, און א פרישן קוואל נחת איז געשטאנען ביים שוועל פון זיך אנהייבן. דא האט אבער דער טאטאניק ווי אין א בייזער חלום, זיך אנגעשטויסן אינעם אייז בארג.

ס'איז ביי אים געוועזן זוגתו קשה לו כספחת, און דאס גהינם האט אים געבראטן אין פרצוף. מ'האט פראבירט דאס, אפשר יענץ, פארוואס נישט אזוי, אבער ס'איז בלויז ערגער געווארן. נישט וועלענדיג זיך טרעפן אין צען יאר ארום מיט א שטוב קינדער, איינער א מאלעסטער, דער צווייטער א וויקטים, האט ער איר אהין געגעבן דאס פארלאנגטע, ועל כן נקרא שמו גרוש עד היום הזה.

דאס טיטול גרוש רוהט שוין אויף זיין קאפ פאר א שיינע פאר יאר, און דאס לעבן ווערט אים ערגער ברוחניות ובגשמיות מיט א טאג עס גייט פארביי.

דאס לעבן זיינע האט זיך גענצליך געטוישט. קודם דער שטיקל אפשניט פונעם אשת חיל טאנץ ביזן גט, האט אים ממש געהרגעט. די קאשמארן ער איז אריבער איז געוועזן אויסטערליש, און ער ליידט נאך דערפון גייסטיש ביזן היינטיגן טאג. ער האט גענצליך פארלוירן טראסט אינעם מענטשהייט, און א שווארץ וואלקן פון אגנסט און דערביטערניש האט פארכאפט זיינע געוויסן. ער איז צעמישט, צושאקעלט, עלנד, דערביטערט, פארפלאגט, און שרייט 'קצתי בחיי'.

דערנאך גייט ער סתם אזוי אדורך דורכשניטליכע פראבלעמען עס פלאגט א געווענדליכן גרוש. דאס איז שוין אויל צום פייער.

ניטאמאל האט ער חברים-ליידאקעס וואס קענען 'טשילן' מיט אים, פשוט ער מיט זיין פרומען פארגאנגהייט קען זיך נישט מיט זיי, און פאסט שווער אריין דארטן. ווידעראום זיינע (געוועזענע) חברים זענען דאך צוגענאגלט צום גמרא, וואס ער האט זיין טעם דערצו אויך גענצליך פארלוירן.
העכסט פארשטענדליך מיט די עלטערן זיינע פארשטייט ער זיך אויך נישט, און דאס לעבן זיינע זויגט אויף כוחות אויף יעדן פראנט.

ער וויל זיך שטעלן אויף די פיס, ער וויל נאכאמאל חתונה האבן, ער וויל ווייטער פירן א לעבן, אבער ער קען נישט. ער איז גייסטיש צובראכן אויף שברי שברים, און שטייט עלנד אליינס. ער וויל גיין פאר הילף, ער שרייט ער דארף האבן א פסיכילאג עימערדזשענסי; ער האט אבער נישט די נויטיגע 200 דאללער א שעה, און ווייסט נישט וואו, און צו וועם זיך צו ווענדן.

לא פסיכילאג אני, לא עושר אני, ולא עסקן אני. האב איך אים פארגעשלאגן אפשר שטעלט ער ארויף אן ארטיקל דא, און גוטע אידן אינעם שטיבל וועלן אים זיכער העלפן. ובפרט ווען ער איז א חבר הקהילה דא, און עניי עירך קודמין.
ער האט זיך צו געכאפט צו אזא פלאן, אבער זאגט אז ס'וועט זיין שווער אויב ער אליינס שרייבט דאס. ממש א כופר אין דאס וואס זיינע מלמדים האבן געשריגן 'קענען קענסטו, דו ווילסט נאר נישט'. (זייענדיג א מציין האט מען עס אים מסתם נישט געשריגן).

אלזא, האבן מיר באשלאסן במקום שאין איש, וועל איך מאכן דעם ווירטואלן טיי אווענט. יעצט איז אזוי.
פינאנציעלע הילף וועט זיין די לעצטע, לאמיר דאס קודם לייגן אין א זייט. קודם ווער עס האלט ער קען העלפן, א פסיכעלאג זעלבס, א גוטער עסקן אין דעם פעלד, איינער וואס האט אדורכגעמאכט אן ענליכען מעשה, אא"וו.
דער אפיעל איז אויסדריקליך געמאכט פאר אידן וואס ווילן, און ווייסן וויאזוי צו העלפן. ס'לאזט זיך גלייבן אז א צימעס וויירוס גייט זיך אריינבאקומען אין דעם אשכול. דאס איז נישט קיין שמייכל, או טי די, אדער צימעס אשכול. קיינער דארף נישט שפאקולירן הויעך ווער, און אלע זיסע קאמענטס לבית אבותם זאל מען לאזן אין אנדערע אשכולות. ניין, ס'איז נישט איך זעלבס. ניין, ס'איז נישט קיין פאלשע מעשה. דאס איז אן אמת'ער פאל פון א געוויסע חבר הקהילה וואס דארף דרינגד הילף, ער ווייסט נישט פון וואו, און איך ווייס אויך נישט. געלט פאר א פסיכילאג דארף מען אוודאי אויך, איך זאג נאר מ'זאל דאס לאזן אויף שפעטער ווייל ס'וועט זיך אנהייבן מיט קשיות אפשר איז דאס א געמיינער שווינדל, און וואו וועט מען שיקן די געלט, ס'איז דאך גילוי, אא"וו. אלזא, יענטעס מיט כל מיני פגעים רעים אשר הנחילו לנו אבותינו, זאפאסן נייגער, און איבריגע קריכענדע קשיות ביטע טרעטס אפ. ווער ס'איז באמת גרייט צו העלפן, קען און ווייסט וויאזוי צו העלפן, ביטע זיך פארבינדן צו מיר אין אישי, אדער אויף דזשיטאלק
Youvman@gmail.com
אויב ער איז ערענסט וועל איך אים פארבינדן צום בעל המעשה, און לאמיר האפן מ'וועט קענען פארשפארן דעם אשכול בקרוב. המצפה לרחמנים וגומלי חסדים
יואב, א היימישער באניצער פה בק"ק קאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

א שנעלע ריספאנס..
לויט ווי איך ליין אביסל דא, טראכט איך אז [tag]שמעקעדיג[/tag] קען אביסל די ליין און ער קען מן הסתם בייהילפיג זיין.
עווינעי, אסאך הצלחה! און זאל דיר די זכות ביישטיין אז זאלסט קיינמאל פילן וואס דאס מיינט!
און ווען דו וועסט יא דארפן פינאנציעלע הילף העמער זיך אי'ה אנשטרענגען ווי ווייט מעגליך.
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

וועלכע דורכשנוטליכע פראבלעמן גייט א גרוש אדורך?
ער האט קינדער?
געב עם מיין נומבער אונז וועלן טשילען צוזאמען
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אוי! דאס הארץ ציפט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

סמעג שוין זיין א פעסטע ארגנעזעשאן פאר גרושים און גרושות
זיי מוטשען זיך אין הונדעטער עספעקטס ווי קינדער קאורטס דין תורות שידוכים און קיינער העלפט זיי נישט
איך בין גרייט צו העלפען ווענט זיך אין אישי
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס האט זיך לעצטנס געעפנט אן ארגענאזאציע וואס העלפט זיי
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אוי געבענשט זאל זיין די אינגעלייט וואס האבן געפנט די ארג. אחים בדרך
Check it out achimbderech.blogspot.com
קומענדיגע מאנטיג גייט זיין א גרויסע אווענט אויף א שיף, אוי גייט דאס זיין פאן 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

קינותל זעהסט איך בין אלל דע וועי אין שטיצע פאר גירושים

אגב זעעהנדיג דיין אונטערשריפט "ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער אויף חברי הקאווע שטיבל צו די בין איך געקומען!"
קענסט צולייגען אויכ דאס:
"דער רבי זי"ע האט געזעאגט וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגען וואס האבען געזעהן קאווע שטיבעל!"
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סדא אן ארג פאר מענטאל העלט כזע עס עדווערטייזט און די מעלות. זיי העלפן נישט מיט $?
כוועל זיך בל''נ משתתף זיין.
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

איך האב פינקט געליינט אין די עמי ליווינג ווי פינעף גרישות וויינען זיך אויך אויס
ס'איז אן ערענסטער פרובלעם ווי זענען די כלל טיערס וען מ'דארף זיי?
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

shlomyg האט געשריבן:איך האב פינקט געליינט אין די עמי ליווינג ווי פינעף גרישות וויינען זיך אויך אויס
ס'איז אן ערענסטער פרובלעם ווי זענען די כלל טיערס וען מ'דארף זיי?

וואס הייסט ווי זענען די כלל טיערס, סאיז דא אחים בדרך פאר די גרושים און sister to sister פאר די גרושת מטוט זייער אסאך , וואס פונקטלך וויינען זיי, אז זיי דארפן געלט צו פייטען די עקס אין קארט? מיט דעם וועט קיינער נישט העלפן
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
shlomyg
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך shlomyg »

די עיקר ארטיקל איז וועגען Dead Beat dads
זיי האבן נישט קיין פעני פאר שכר לימוד, קעמפס וכדומה
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

די חיוב שכר לימוד בלאנגט אויף די טאטע , און טאמער געבן זיי נישט קיין וויזיטעשן פאר די טאטע דאמאלס קענען זיי פארגעסן פון באקומען א פעני,
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

shlomyg האט געשריבן:די עיקר ארטיקל איז וועגען Dead Beat dads
זיי האבן נישט קיין פעני פאר שכר לימוד, קעמפס וכדומה

אויף דעם איז דאך דא טשיילד סופארט. ניין?

__
קינות האקט.
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די פראבלעם איז אז ס'דא אחים בדרך און sister to sister, ווען ס'וואלט ווען געווען "אחים to sister" און "sister בדרך" וואלט א גרויס חלק פראבלעם געלייזט געווארן.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

סאיז דא אאחים to sister, סאיז אנדערגראינד , אונז קענען נישט ערפארדען אז די רעבנים/ צימערמאן זאלן זיך אנרוקען,
איטס אלל טעקן קער אף. 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויב ס'דא איז דאך זיכער גוט, אבער איך רעד נישט פון הוק אפ'ס און one night stands, נאר פון געהעריגע חסידישע סינגעלס עווענטס. איז דא אזא זאך?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

ראה באישי.
אברמי פון בארא פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אברמי פון בארא פארק »

געפילטע פיש האט געשריבן:אויב ס'דא איז דאך זיכער גוט, אבער איך רעד נישט פון הוק אפ'ס און one night stands, נאר פון געהעריגע חסידישע סינגעלס עווענטס. איז דא אזא זאך?

הוקאפס און one night stsnds? אזוי ווייט ווי איך ווייס עקזעסטירט נישט די זאכן ביי היימישער גרושים. און סינגלס עווענטס איז לפי ידיעתי אויך נישטא ווייל די ארגאנעזירערס האבן מורא פון די רע-בנים מיט די אזוי גערופענע עסקנים למען טוהר מחנינו וואס וועלן זיכער בלי שום ספק ארויסגיין אנטקעגן דעם בחרב ובחנית, מיט א געוואלדיגער מאס רשעות, all the while בשעת זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס גרושים און גרושות מאכן דורך טאג טעגליך.
איך רעד פון עקספעריענס: די מאס רשעות וואס מען טרעפט היינט ביי רבנים און עסקנים, טרעפט מען נישט אין קיין שום אנדערן מגזר פון כלל ישראל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:הוקאפס און one night stsnds? אזוי ווייט ווי איך ווייס עקזעסטירט נישט די זאכן ביי היימישער גרושים.


קינות גירושין האט געשריבן:סאיז דא אאחים to sister, סאיז אנדערגראינד , אונז קענען נישט ערפארדען אז די רעבנים/ צימערמאן זאלן זיך אנרוקען,
איטס אלל טעקן קער אף.


איז דאך שווער! האב איך אמאל געהערט פון יואלי לעבאוויטש א מורא'דיג ווארט; הא לן, והא להו.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

מאן באתרי ומאן באתרי יעדער טרעפט וואס ער זוכט
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קיין סאך געלט האב איך נישט, ווי שלמה המלך האט שוין מעיד געווען אויף מיר 'לא לחכמים לחם', און קיין חברים עסקנים און פסיכאלאגען האב איך אויך נישט, וויבאלד איך חבר זיך שווער מיט די סארט מענטשען העלפערס וואס ווייסען אלץ וואס איז גוט פאר א צווייטער. אבער איך בין גרייט צו זיין זיין חבר דער ליידאק צו פארברענגען מיט עם ווען ער וויל. זאל ער זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי און איך וועל עם שיקען מיינע טשעט אקאונטס ער קען זיך פארבינדען מיט מיר 24/7 צו שמועסן און רעדן נארישקייטן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

wow לעיקוואד, איך האב מיך איינגעשריבן צו לייקן די רירנדע תגובה.
מיר קענען זיך אלע לערנען פון דיין גאלדן הארץ זיך אינגאנצן מקריב זיין פאר א פרעמדן איד.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פארשפארט