שש מדות בכופרים
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שש מדות בכופרים
צוויי פארשער פון די טענעסיער אוניווערזיטעט האבן באשלאסן צו קאטאגאריזירן די פארשידענע סארטן כופרים וואס זענען דא. יעדער ווייסט אז נישט א יעדע גלויביגער איז פונעם זעלבן טייג געקנאטן. עס זענען פארהאן אלע מיני סארטן פון די חוקרים ביז די בעלי קבלה, פון די פריילעכע ברסלב'ע ביז די טרויעריגע סטאלינ'ע. די שאלה וואס די צוויי פארשער האבן פרובירט געוואויר צו ווערן איז, צו קען מען אטעאיסטן און אומ-גלויביגע אויך אריינלייגן אין פארשידענע קאטאגאריעס, אדער צו זענען זיי אלע צינישע סקעפטיקער וואס דארפן פאר איעדן פארציילן אז זיי לאכן פון כל הקודש. פון 59 אינטערוויוס איז זיי אויסגעקומען זיך אנצוטרעפן אין 6 סארטן אומגלויביגע. די צוויי פארשער זענען מודה אז עס איז שייך צו גיין פיל טיפער ווי דאס. "אין 30 יאר, וועט מען אפשר צעטיילן אומגלויבן אין 32 טיפן". אבער במושכל ראשון, זענען די זעקס, די הויפט קאטאגאריעס אין וועלכע כופרים פאלן אריין. די שטודיע איז באריכטעט געווארן אויף CNN'ס גלויבונגען בלאג.
אט זענען די זעקס קאטאגאריעס:
1) אינטעלעקטואלער אטעאיסט/אגנאסטיק
אן אינטעלעקטואלער מענטש וואס זוכט אינפארמאציע אין אינטעלעקטואלע געדאנקן און ידיעות איבער אומגלויבן. די סארט גלייכט צו דעבאטירן און זיך טענה'ן, בפרט אויף אינטערנעט סייטס. געווענליך זענען די סארט גוט באקאנט אין ביכער און ארטיקלן איבער רעליגיע און אטעאיזם, און וועלן תמיד רעפערענצן די ארטיקלן.
2) אקטיוויסט (כמו-מיסיאנער)
דער אקטיוויסט איז נישט צעפרידן מיט זיין כפירה. ער וויל פארציילן יעדן איינעם איבער עס און ער האלט אז די מענטשהייט וועט שטיין בעסער אן גיין רעליגיע און דערפאר וויל ער משפיע זיין אויף ווי מער מענטשן. די סארט מענטשן זענען געווענליך פארנומען מיט פאליטישע ענינים וועלכע רירן צו צו רעליגיע ווי לדוגמא געי רעכטן, פעמעניזם וכדו'.
3) מבקש (אגנאסטיק)
דער מבקש איז נישט זיכער צו גאט עקזעסטירט אדער נישט, אבער ער האט אן אפענעם קאפ צו די מעגליכקייט אז גאט עקזעסטירט, און האלט אז א מענטש'ס מוח איז צו קורץ צו זיך דערגרינטעווען צום אבסאלוטן אמת. לויט די צוויי פארשער טוען מבקשים נישט האלטן קיין שטארקע אידיאלאגישע פאזיציעס און טוען אלץ טראכטן אז אולי זענען זיי נישט גערעכט. די פארשער ערקלערן אויך אז דאס איז נישט פשט אז די גרופע איז צעמישט. עס איז פשוט אז זיי זענען דוגל אין אומזיכערקייט בשיטה.
4) אנטי-טעאיסט
דער אנטי טעאיסט איז נישט בלויז א נישט גלויביגער, נאר ער איז געווענליך א שונא דת. זיי קוקן אן יעדע רעליגעזער אינדיווידואל ווי א שוטה אדער אן אומוויסנדער, און זיי האלטן אז כופרים זענען קלוגער און מער פארגעשריטן ווי גלויביגע. אנטי-טעאיסטן זענען געווענליך גאר outspoken איבער זייער כפירה, און זיי זענען פארנומען מיט זיך טענה'ן מיט מאמינים און חוזק מאכן פון זיי.
5) נישט-טעאיסט
די קלענסטע גרופע פון אלע זעקס זענען די נישט טעאיסטן. דאס זענען מענטשן וואס זענען נישט פאראינטערעסירט, נישט אין רעליגיע און נישט אין אנטירעליגיע. ביי די מענטשן שפילט דאס שאלה פון יא גלויבן אדער נישט גלויבן גאר א קליינע ראלע, אויב בכלל. די מענטשן קוקן זיך געווענליך נישט אן ווי אומגלויביגע, אבער צו די זעלבע צייט גלייבן זיי געווענליך נישט אין גארנישט, נאר לעבן זייער לעבן ווי כאילו רעליגיע וואלט נישט עקזעסטירט.
6) ריטואלער אטעאיסט
דער ריטואלער אטעאיסט גלייבט נישט אין גארנישט, אבער זיי האלטן דאך אז עס איז דא געוויסע מעלות צו רעליעגעזע טראדיציעס און ארגעניזירטע רעליגיעס. די מענטשן זענען אפט ספיריטואל גענויגט און זיי טרעפן זיך דאס פלאץ אין א רעליעגעזע סטרוקטור. זיי קוקן אן רעליגיע ווי פילאזאפישע תורות איבער די שאלת השאלות - וויאזוי טרעפט מען צופרידנקייט אין לעבן. די מענטשן קענען גייען אין רעליעגעזע בתי תפלה, זיי האלטן מיט רעליעגעזע צערעמאניעס, זיי מאכן מעדיטאציע, פראקטיצירן יאגא, אדער האלטן זיי מיט רעליעגעזע ימים טובים. פאר פילע פון די גרופע, איז זייער זיך אנהאלטן מיט טראדיציע א פאמיליע עסק. פאר אנדערע איז עס א פערזענליכע געפיל אדער רעספעקט וואס זיי האבן פאר די רעליעגעזע טראדיציע.
כבדרך אגב האב איך געטראכט וויאזוי די 6 קאטאגאריעס קענען אפטייטשן היימישע אידן, נישט חלילה כופרים, נאר א.ג. אויפגעקלערטע אידן; קאווע שטיבל אידן; מצוות אנשים מלומדה'דיגע אידן; א.א.וו.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ייש"כ יידל פאר'ן איבערטייטשן דער אינטרעסאנטער ארטיקל.
לכאורה די חלוקה וואס ער האט געמאכט איז מער זעקס אנדערע טיפ מענטשען, וויאזוי עס שטעלט זיך פונקט אויס ביי כופרים. עס איז נישט קיין חלוקה צווישען מיני כופרים בעצם אדער וויפיל אמונה ער האט וכו', נאר מער זעקס וועגן וויאזוי מענטשען פירען זיך לגבי זייערע גלויבינגען און דעות, דאס רעכנט איין למשל פאליטישע דעות, אופגעקלערטע דעות, רעליגעזע דעות, וכו'.
ווי אויך איז דאס נישט דווקט זעקס עקסטערע וועגן, עס קען זיין למשל איינער א נומער 3+ 6, אדער כל מיני אנדערע צירופים.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
כלעיקוואד, עס ווענדט זיך לכאורה אין די נאטורן פונעם מענטש, און עס זענען דא מענטשן וואס זענען נוטה צו איין סארט גרופע לפי זייער נאטור אבער זייער מיזוג פון אנדערע נאטורן וועט זיי שטעלן אין אן אנדערע גרופע פון צייט צו צייט.
יידל, good job! מיר ווארטן אויף די צווייטע טייל, כ'עקספעקט אז ס'וועט זיין שמאלציג.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
כ'מיין אז מען קען נעמען די זעקס קאטעגאריעס ווי זיי שטייען און גייען, און ערזעצן "אטעאיסט" מיט "גלויביגער", און אלעס וועט ווייטער שיין שטימען...
און ווי [tag]לעיקוואד[/tag] זאגט: ביי אנשי שלומינו איז דאס עסק אינגאנצן אנדערש. ס'הייבט זיך אן מיט דעם וואס פשוט "כופר" טראגט אנדערע משמעות'ן פאר פארשידענע מענטשן.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אליצפן האט געשריבן:כ'האבאמאל געהערט א טיף ווארט.
דער חילוק צווישן אונז מיט אטעיסטן איז גארנישט אזוי גרויס ווי מיר מיינען. אונז גלייבן אז פון אלע 240 רעליגיעס זענען 239 שקר, דער אטעיסט סך הכל זאגט אז פון צווישן 240 רעליגיעס זענען 240 נישט אמת... ודו''ק וק''ל
גאר טיף.
דער מקור איז פין דער מעשה פין דער חסיד מיט דער מתנגד, ווען דער מתנגד האט געטענה'ט אז דער חילוק איז אז ער גלייבט נאר אין איין רבי ווייניגער פין דער חסיד.
לגבי גלויבונגען איז דער ווארט נישט ריכטיג, ווייל דער נקודה איז אז אלע גלויבונגען האבען א צד השוה אז מען גלייבט אז עס איז דא א כח עליון וואס קאנטראלירט. און דער אטיעסט גלייבט נישט אז עס איז דא א כח עליון.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- ידיד השטיבל
- הודעות: 163
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, [tag]יידל[/tag]. דאס ווייזט נאר ווי דאס גאנצע עטעאיזם איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט א תוצאה פון געוואלדיגער שכל און מחשבה. [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] איז גערעכט אז מ'קען טרעפן די זעקס מידות אויך ביי ערליכע אידן, אבער מאמינים האבן דאך צו די האנט א קראנטע מסורה וואס גייט צוריק ביז דעם ג-טליכן התגלות.
אזוי ווי די זאגסט, די זעקס מידות איז אויך שייך ביי גלייבן, נישט נאר ביי נישט גלייבן. און אינטערסאנט ווי דאס ווייזט ווי דאס גאנצע גלייבן איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט אן אינטעלעקטועל/עזדוקעטעד דיסיזשאן.
אמור מעט ועשה הרבה.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
[tag]חיים נחום הלוי פריעד[/tag] כ'האב טאקע דאס געמיינט, אז אטעאיזם איז מיט גארנישט קלוגער אדער סאפיסטיקירטער ווי אמונה. (און דאס איז נאר לשיטתם. לענ"ד, נעמט כפירה בה' זיך מער פון פוילקייט אדער עם הארצות. א סך פון אונז גלייבן טאקע אן קיין קשיות און חכמות; אבער אמונה בעצם, אז דער מענטש זאל גלייבן, פאדערט פשוט ביטול כלפי עפעס וואס איז גרעסער ווי אים. אמונה בכלל, ווי א מושג, איז א הכרח.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳קען אפשר אריינשטעלן די קאטעגאריעס אין שטאפלען אויף דעם טעאיסטישן ספעקטרום וואס דאווקינס לייגט אראפ בנוגע א מענטשן׳ס זיכערקייט אין טעאיזם/אטעאיזם. דהיינו, די מער ״שארפערע״ אטעאיסטס נידעריגער אויפ׳ן ספעקטרום ווי די ״מער מעסיגע״ וכו׳. (די זעלבע קען מען טוהן מיט די לעומת׳דיגע ערווענטע קאטעגאריעס פון מאמינים; די ״שארפערע/מער אויסגעשפראכענע״ העכער אויפ׳ן ספעקטרום.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
מי אני האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, הומאריסטיש לגבי ״כפירה״ בוכער:
וואס וואלט געווען א דוגמא פאר נומער 10?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
שש מדות בכופרים
קומט מען שוין צוריק פול סירקל...
ווי אזוי איך פארשטיי איז די ליסטע טאקע געזאגט געווארן טאָנג-אין-טשיִק/הומאריסטיש. ס׳איז פון הרב דר. נתן סליפקין׳ס ברודער׳ס בלאג, נאַטדיגדולהדור, בנוגע די איסור אויף זיינע בוכער. מ׳קען אבער אפשר אויך זאגן אז דאס איז מרמז(?) צו דעם אז ביי די אטעאיסטן וואס זענען שטארקע ליבעראלן איז א בוך וואס שטימט נישט מיט 100% מיט די פראגרעסיוו ״wokeness״, צייטגייסט, און דאגמאס גייען זיי ״אסר׳ן״ און סענשׁורן.
ובענין כל זה איבער די סאביעקטיווע דאגמאטישקייט וכו׳ וכל המסתעף ביי דעם אין היינטיגע ליבעראליזם, איז כדי אויסצוהערן דר. סעם העריס אין דעם. ער איז א גראדע א שטארקע אטעאיסט כידוע. דא מאכט טאקע אן אטעאיסט א קשר צווישן דעם אין דעם דאגמאטישן מהלך פון היינטיגע חרדיזם.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני: אונז זעמיר דאך פילאזאפן. קען איך עס א ביסל בעסער און לייכטער דיפיינען. #10 דארף זיין א בוק פאר מאמינים. ווייל אונז ווייסן דאך דעם כלל אין מאטעמאטיקס אז 2 נעגאטיווע נומערן ברענגען א רעזולטאט פון פאזיטיוו. אויב די אטעאיסטן זאגן אז דאס איז הערעטיק...מוז עס בע"כ זיין פון אמונה...!
דאס איז אנ'אנדער פרינציפ פון ..."אין מועט אחר מועט אלא לרבות"...אדער קאנווערסלי. ..."אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט"... די 2'טע עקוועישן איז פרוף אז דאס איז אנ'אנדער פרינציפ אינגאנצן פון די פריערד'יגע איבער 2 נעגאטיווע נומערן...! והמבין יבין. אדער . צו פאראפראזירן.."והיון מבין"...לאל. אויך ווי מהר"א קר"י שליט"א איז רגיל צו זאגן במתק לשונו הק'..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט...! האט בערל בעל עגלה מוסיף געווען נופך משלו..."און ווער נישט. קען איך איהם גארנישט העלפן...!