איך האב נאך נישט געענדיגט סעם העריס אבער ביז דערווייל שטעלט ער צוזאם א "וואלקען" מיט א "בוחר". דאס מאכט אזויפיל סענס ווי פרעגן אויף "פייער" פין די חקי הטבע פין "וואסער"
ער איז גערעכט אז עס איז מעגליך אז דער סירעל קילער האט נישט קיין בחירה ביי די 30סטע וויקטאם פינקט ווי איך האב נישט געהאט קיין בחירה אייער נעכטען אויף מיין לייגען תפילין, אבער דאס זאגט בכלל נישט אז איך האב אויף גארנישט קיין בחירה.
נישט אויף אלעם וואס מיר טוען זענען מיר בעה"ב, מיר געפינען זייער אסך מאל לא היה .. ראים לאותו מעשה אלא להורת ...
יאיר האט געשריבן:סוף פסוק, צו איז דא א סיבה פארוואס איך זאל בוחר זיין אז A זאל פירן צו B אנשטאט צו C? אדער איז די בחירה געטון געווארן אן קיין שום סיבה, סתם על לא דבר?
ניין, נישט על לא דבר, די סיבה פארוואס די ביסט בוחר בטוב איז ווייל דו ווילסט זיין ווויל, די ווילסט בוחר זיין בטוב, ווייל גאט האט דיר געזאגט
ובחרת בחיים. ע"כ נייגסטו דיין רצון לטוב. sam זאגט אז דו קענסט דאס נישט טוען, אבער ער האט נישט קיין פראף דעראויף אויסער די פראף וואס ער ברענגט פין א סיריעל קילער וואס האט טאקע נישט קיין בחירה.
דאס אז איך האב
אמאל נישט קיין בחירה ווי אזוי איך זאל טראכטען זאגט בכלל נישט אז איך האב
קיינמאל נישט קיין בחירה וויאזוי איך זאל טראכטען. דאס אז איך האב נישט קיין בחירה אויף
אפארזאכן זאגט בכלל נישט אז איך האב נישט קיין בחירה אויף
גארנישט . חז"ל האבן דאס געשריבען ווען זיי האבן אנערקענט די פאקט אז ס'דא אזא מציאות, ווען זיין האבן געזאגט די מציאות פין "תחילתו ברצון וסופו באונס" .
נייגען א רצון קאסט כח און אויף דעם באקימסטו שכר. דיין בחירה האט נישט געהאט מיט קיין
מזל אין די מינוט, דאס האט "יאיר" אליין געטוען. יאיר, יא דו! נישט דיין שכל (דיין שכל איז נישט דו, דיין קאנשעס, דיין רצון, דיין נפש, דיין וואט עווער דאס ביסטו - דיין שכל איז סך הכול א געצייג א tool וואס דו ניצט, וועל דו מאכסט ליבע ניצטו נישט אייביג דיין שכל)
יאיר האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ס'איז נישטא קיין זייטיגע סיבה פארוואס עי זאל פירן צו בי אנשטאט צו סי.
פין משה רבינו, סעם העריס זאגט אז ער האט א באווייז אז סנישט דא אזא זאך, די בארדען אויף פראף ליגט אויף אים ביז דערוויל איז ער אויפגעקימען מיט א "לא ראינו", לא ראינו אינו ראיה!
יאיר האט געשריבן: א געלונגענער פסיכאלאג וואס קען דורכזען דיין מוח וועט דיר אויך קענען פאראויסזאגן גענוי לויט דיינע תכונות הנפש און לויט דיין היינטיגע גיסטע אויב דו גייסט אינזין האבן דעם לשם יחוד אדער נישט.
צו מאכן זיין קעס דארף ער ברענגן אזא געלונגענער פסיכאלאג וואס קען אייביג אלעס צוטרעפן - אויב נישט איז דאס סערקילער ריזעניג. ער זאגט אזוי ווייל ער האלט אזוי משה רבינו וועט עם זאגן אז א געלונגענער פסיכאלאג וועט נישט וויסען וואס איך גיי טוען.
moti107 האט געשריבן:יאיר, לויט ר' חסדאי קרשקשׂ'ס בחירה, איז דיר אויך שווער?
סארי פאר מיין איגנערעס, ווער איז דאס?
איך זעה נישט וואס איז די חיליק פון רצון צו שמחה, האסט סך הכול געריקט די באל
moti107 האט געשריבן:היתכן? די פּעולה פון שמחה איז נאך אסאך ווייניגער בחירה מאטעריאל. אפילו הקטן וועט מודה זיין. דער רבי שרייט... לאך נישט!! און דאן לאכט מען נאך שטערקער!
איך האב טאקע נישט געהאט קיין בחירה, איך האב נישט געקענט סטאפען צו לאכן - אבער אין די בעק אף מיי מיינד האט א קול אט אף נא ווער געזאגט "דריי דיך חאטש אויס, אז דו רבי זאל זיך נישט פארשעמען" אין איך האב בוחר געווען, ניין, גייט מיך נישט אן! ועל אלה אני בוכיה