ענימעיטעד בילדער

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

ענימעיטעד בילדער

שליחה דורך boxcover »

די צווישענשייד פון א בילד און ווידעא (מאווינג פיקטור) איז געווענליך גאנץ קלאהר. איין פרעים אדער מערערע פרעימס. קיין אודיא אדער מיט אודיא. אבער דא קומט דער ענימעיטעד בילד וואס האט מערערע פרעימס אבער איז נאכאלץ דעפענירט אלס א בילד.

אנפאלס, עפען איך א אשכול ווי מיר קענען אויסשמועסט אלעס איבער אנימעשאנס. עס זענען פארהאן tools (סיי אויפן קאמפיוטער און סיי אנליין) וואס זענען ביכולת צו באשאפן GIF animations פון איינצעלנע בילדער, און אויך קאנווערטן א ווידעא צו א GIF, אן קיין אודיא כמובן.

א GIF מוז נישט זיין ענימעיטעד, ווייל עס האט גרויסע מעלות פאר זיך אפילו פאר א איין-פרעימער. עס האט א שטארקע און געזונטע (פארלירט גארנישט) קאמפרעשאן, וואס איז געווען גאר-וויכטיג אין די בראשית יאהרן פון די וועב ווען א שווערע (מיט מעגעבייטס) פייל האט געדויערט לאנג צו לאודענען מיט די שטייטע קאנעקשאנס.

א ענימעיטעד GIF האט אויך מעלות איבער ווידעא פייל-פארמאטן. קודם כל איז עס סופפארטעד ביי (כמעט) יעדע בראוזער אין די וועלט. אויך פארלאנגט עס נישט קיין קאנטראלס ווי פלעי און סטאפ קנעפליך, וואס דאס איז אייגענטליך אויך איר חסרון.

די וועג וויאזוי עס ארבייט איז אזוי. די פייל האלט די ערשטע פרעים און די צייט (אין מיליסעקונדעס (א הונדרעטסטל פון א סעקונדע)) און דאן קומט די צווייטע פרעים וחוזר חלילה. אויך האט יעדעס פייל א סעטינג אויב עס זאל זיך אנפאנגען פון דאסניי ווען די לעצטע פרעים איז פארטיג (אויב נישט, שטעלט זיך די פייל דארט אפ, און באווייזט ווייטער די לעצטע פרעים לעולמי עד).

אגב: GIF איז די ראשי תיבות פון געראפישע אינטערטשענדזש פארמאט (Graphics Interchange Format), און PNG איז פארטעבל נעטווארק געראפיקס (Portable Network Graphics).

איך האב אמאל געליינט אז מען קען אויך באשאפן א ענימעישאן אין א PNG פייל פארמאט. מען האט דאס געוואלט דורכפירן ווייל געוויסע זענען אומרואיג אז די GIF פארמאט איז פעטענד, און יוניסיס איז באלאבוס, וואס כאטש זיי לאזן יעדעם עס ניצן און טשעפענען קיינעם נישט, זענען די וועב-דעוועלאפמענט קאמיוניטי ליבעראל און ספעציפיש עמפינדליך צו אאונערשיפ איבער די אינטערנעט (שטעלט אייך פאר אויב יוניסיס באשלוסט מארגן צו פארבאטן די באנוץ, אדער צו פארלאנגען באצאלט פאר יעדע מאל א בלאט ווייזט דע פייל). משא"כ די PNG פארמאט איז צוזאמגעשטעלט געוואן דורך א גרופע קאמפיוטער-גראפיקס עקספערטן און ענטוזיאסטישע לייט.

ביידע פארמאטן ערלויבן די בילד צו האבן קיין בעקגראונד.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

יעצט באמערק איך אז לאו דוקא PNG, נאר MNG איז די PNG-ווערסיע פאר animations.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

א ליקו
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

די וועלט דרייט זיך
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

מיין אוועטער
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

מיין אוועטער האקט סאשי
ער עסט
און עסט
און ווערט נישט זאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באקסקאווער / הערליכע ארטיקעל
וואס איז די לענגסטע וואס א GIF קען זיין?
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

ראשעקאל האט געשריבן:באקסקאווער / הערליכע ארטיקעל
וואס איז די לענגסטע וואס א GIF קען זיין?

נישטא קיין שיעור. אבער וויבאלד די פייל וועט געווענדליך געלייגט ווערן אויף די וועב, דארף מען נעמען אין באטראכט ווילאנג דאס וועט נעמען צו לאדענען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נארמאל איז עס נישט מער ווי אפאר סקונדעס
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך סלינקי »

טוטצעך א געיעג
בילד
פארשפארט