הדד בן בדד האט געשריבן:איך האב ביז היינט נישט געוואלט שרייבן קיין ווארט איבער דעם ווייל איך האב נישט געוואלט זיין דער וואס ברעכט דאס דא, כאטש איך הער אז אסאך ווייסן פון דעם. אבער אז מען האט שוין געשריבן וועל איך אויך שרייבן.
אבער וועגן די אנדערע זאך וויל איך זאגן אז איך ווייס קליפ און קלאר אז דאס איז אמת. אבער דער געדאנק קומט נישט פון גאטליב נאר פון ישראל משה דירנפעלד פון סקווירא (ער האט זיך דערנאך צאמגעשטעללט מיט גאטליב) וועלכער האט שוין דעם פלאן פאר יארן, צו מאכן איין גרויסן צענטראלן קאמפיוטער, א ריזיגער סערווער, וועלכע וועט פון היינט אן דינען אלס דער קאמפיוטער פון כלל ישראל, און אנשטאט וואס יעדער האט ביז היינט אן איינגענעם קאמפיוטער, וועט מען פון היינט אן האבן נאר א סקרין מיט א קיבארד, און דורכן אינטערנעט וועט מען אריינסיינען צו זייער קאמפיוטער, ווי יעדער וועט - פאר א חודש'ליכע אפצאל - באקומען א אקאונט (א שטייגער ווי אימעיל), און מען וועט דיר דארט צושטעלן אלע פראגראמס וואס דו דארפסט. און דאס וועט זיין געפילטערט ווי עס דארף צו זיין און דאס גייט ראטעווען כלל ישראל פון אונטערגאנג.
ער האט דעם פלאן ארום גענומען צו אסאך גבירים, אבער קיינער האט נישט געוואלט אינוועסטירן אין דעם, האט ער געטראפן אן אינטער טיר, די גדולי ישראל, וועלכע פארשטייען די עניינים ווי א לאך אין קאפ, און אזוי ווי מען האט דא געשריבן, איז זיין פלאן קלאר אז אזוי גייט ער רייך ווערן, טאקע צו ערשט דורך נדיבים וואס גייען געבן געלט ווייל די גדולים וועלן הייסן און עווענטועל האפט ער וועט עס זיין א גוטער ביזנעס.
איך וויל בלויז באשטעטיגן וואס הדד שרייבט דא איבער דעם געדאנק פון האבן איין גרויסן צענטראלן קאמפיוטער.
מיט עטליכע יאר צוריק, האב איך זיך געטראפן מיט א חבר מיינעם און ר' דירנפעלד אין א שיינער קאנפערענס צימער אין איינע פון די רייכע אפיס צענטערס אין מאנהעטן, און דארט זענען אנוועזנד געווען פארשטייער פון א בארימטע טעכנאלאגיע פירמע און זיי האבן געוויזן א פרעזענטאציע פאר א קאמפיוטער סיסטעם, וואס ווי דער פרעזענטירער האט געזאגט איז דאס אזא סארט וואס פארשידענע רעגירונגען נוצן אין זייער אינערליכע קרייז, ווי אויך די מדינת ישראל מיליטער נוצט דער סארט סיסטעם.
איך קען נישט פונקטליך די דעטאלן ווי עס האט געזאלט ארבעטן, ווייל אויך דעמאלט האב איך געהאט א מיליאן פראגעס, אבער דער פראגראם האט געדארפט ארבעטן ווי פאלגענד:
די ערשטע זאך איז, אז מען וועט קענען ארייננעמען דער סארט קאמפיוטער אין שטוב בהשגחת הרבנים, וואס וועט האבן, ווי הדד שרייבט, בלויז א סקרין און א קיבארד, און ממש גארנישט מער, נישט קיין סידי און עס די סלאט, און אלע פיילס וועט מען האלטן אויפן הויפט סערווער, און אזוי אויך אלע דאקומענטן וועלן דארט געהאלטן ווערן, און יעדע חסידות וועט האבן איר לעוועל וויפיל מען וועט דאס קענען באנוצן, נעמליך, דער סאטמארער וועט קענען נוצן בלויז פאר ביזנעס, דער וואס זיין מנהיג וועט לאזן, וועט אויך קענען נוצן אנדערע זייטלעך, און דער ליובאוויטשער וועט קענען זען פילמס פונעם רבין וכדומה, און א.וו.
די קומענדיגע שטאפל וואלט געדארפט זיין אז מען זאל רעדן צו די גרויסע דעפארטמענט סטארס, אז אויב זיי ווילן אז דער ארטאדאקסישער עולם זאל האבן די מעגליכקייט צו גיין שאפינג ביי זיי, דאן מוזן זיי מאכן ספעציעלע זייטלעך מיט כשר'ע עדווערטייזמענט, און דאס זעלבע וועט יאהו, גוגל, וכו' דארפן אויסשטעלן זייערע זייטלעך אז זיי זאלן קענען אקאדאמירן דעם היימישן ציבור.
יענער מיטינג איז געווען די איינציגע און לעצטע אזא סארט, און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם נאכדעם וואס די אינוועסטירער האבן זיך דערפון ארויסגעלאזט.