יהא זכרו ברוך
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
ר' חיים מרדכי שווארץ ע"ה
א טרער אויף דעים פרישן קבר פון ר' חיים מרדכי ע"ה ב"ר שמואל שווארץ שליט"א
ר' חיים מרדכי ע"ה איז געוועין א בעל בית וואס האט געהאט א ביזנעס וואס האט פארקויפט קינדער זאכען, וואס ער האט אימפערטירט פון טשיינע און אנדערע ערטער פון די וועלט, ער האט עס זעלבסט ארים געפעדעלט צי געוועלבער און אזוי ארויסגעצויגען דערפון חיונה.
ר' חיים מרדכי האט געהאט א שטוב מיט אכט קינדערלעך, איין זין פון עלף יאר, אין זיבען מוידען וואס דער עלטצטער האט חתונה געהאט, און ער האט א כלה און שטוב,
ר' חיים מרדכי איז געוועין א סעמפל פון א אינגער מאן, ער האט ממעט געוועין במשא ומתן, ער האט מקדיש געוועין גרויסע חלקים פינעם טאג על התורה ועל העבודה, ער האט יעדן ציפרי איידער ער איז געגאנגען און דער ארבייט געזיצען און געלערנט און געדאווענט מיט גרויס קדושה וטהרה, מנחה צייט איז ער ווידער געזיצען אין געלערנט, מיט א גרופע אינגעלייט בחברותה,
ער איז געוועין א אינגערמאן וואס איז געוועיזן משכמו ולמעלה מכל אדם, באמת א געהויבענע אינגעמאן, ער האט געדאווענט א פשוטע מנחה אזוי ווי הייליגע צדיקים דאווענען און הייליגע טעיג, מיט א געוואלדיגע השתפחות הנפש, עס האט כסדר אויסגעזעין ווי ער איז און א עת צרה, אדער פארשרייט ער ביטערע גזירות וואס שוועיבן אויף כלל ישראל.
זיין שמירת עינים איז וואס האט ארויסגעשיינט פון איהם, ער האט מורה'דיג געהיטן אויף זיינע אויגען ער זאל נישט ניכשל ווערן און קיין ראיות אסירות, עס איז ידוע אז ער פלעיגט דרייווען א קאר, און פלעיגט קיינמאל נישט אדורך פארן דעים וויליאמסבורגער בריק, ווייל איכא דרכא אחרינה, מיילה פלעיגט ער נעמען דעים ברוקלינער בריק, ר' חיים מרדכי ע"ה האט געהאט זיין פלעיס אויף גערי סטריט, ער פלעיגט צימאל דארפען גיין צים באנק אויף אמעריקא אויף גרעיהאם עוועניו, והיא היום איינער טרעפט ר' חיים מרדכי שפעיט אויפ דער נאכט, פרעיגט ער איהם זאג נאר חיים מרדכי דו ציטערסט נישט אהער ציקומען אזוי שפעיטלעך אויפדערנאכט, זאגט חיים מרדכי ציריק מיט א פשטות, יא איך האב זייער מורא, אבער בייטאג האב איך סך מער מורא.
ר' חיים מרדכי ע"ה האט נישט פארמאגט קיין סעל פאהן, ער האט נישט געוואלט זיין און א דראנג ציריק צוריפען קיינעם ווען ער איז געוועין עוסק בתורה ועבודה, ער האט געשפירט אז דעיס האלט עים ציריק פין עבודת השם, אבער ווען עס איז געקימען צו איין שפארן איין ראיה אסורה איז ער געוועין דער ערשטער וואס זאל זיך ציכאפען דערצי, נעמליך איז ער געוועין פון דו ערשטע וואס האבען זיך איינגעהאנדעלט דעים איזי פעס איינצידפארן פון ברויכען איבערגעיבען געלט פאר דו טאלל באערדע'רן,
אויך דו וואס האבען עים געקענט האבען געוויסט אז ער האט געדארפט טראגען שטארקע ברילען בכדי ער זאל קענען זעין, אן קיין ברילען איז ר' חיים מרדכי געוועין כמעט בלינד, אבער ווען עס איז געקימען צי גיין און גאס איז ר' חיים מרדכי קיינמאל מיט קיין ברילען נישט געגאנגען, ער האט זיך מוסר נפש געוועין אז ער זאל חלילה נישט צוקימען צו א ראייה אסירה.
אלע וואס פלעיגען דאווענען מיט עים דו הייליגע טעיג געדעינקען ווי ער איז געוועין בעל מקרה ראש השנה, ווען חיים מרדכי האט ארויס געזאגט דאס ווארט תקוע האט ער זיך געשאקעלט פאר שרעק ממש ביז כלות הנפש, עס דערמאנען עטליכע אן עפיזאד אז ער איינמאל האט זיך ר' חיים מרדכי פארשפעיטיגט און נישט אויסגעפיעט צו גיין און מקוה פאר תקועת שופר, און ר' חיים מרדכי האט זיך געבעיטן ביים משמש ער זאל אויסווארטן עטליכע מיניט, דער משמש האט עים פארשטיין געגעיבן אז אלע פרויען ווארטן שוין און מען קען נישט מער ווארטן, שוין מיט א זייער ציבראכען הארץ איז ר' חיים מרדכי צוגעגאנגען צו דו תקועות, אבער גלייך נאך למנצח האט פאסירט דאס מאדענעסטע זאך קיין מאל נאך פריער נישט פאסירט, דער פייער אלארם פון טרופ שול האט גענימען קלינגען און סיז נישט מעיגלעך געוועין צו ציגיין צו דו תקועות, ר' חיים מרדכי כאפט דעים רמז מן שמיא און לויפט און מקוה אריין, אזוי ווי ער איז ציריק און שיל מיטן טלית און פון זיך אליינס אויפגעהערט קלינגען, והוא לפלא, מען האט גערעדט דערפין א לאנגע צייט, ווי דער אויבישטער האט נישט געקענט צוקיקען צו ר' חיים מרדכי'ס צער, און האט עים נאכגעגעיבן א שמחת יום טוב.
ר' חיים מרדכי ע"ה איז געוועין א נהנה מיגיע כפו און האט קיין מאל אויפ קיין פאל נישט געוואלט נהנה זיין פון קיין אנדערען, נהמא דכסיפה אז נישט געוועין וואס ער האט געוואלט נעמען און באטראכט, ער האט זיך שטארק געפארעט אז ער זאל נישט ברויכען ציקימען צו יענעם.
א ידיד פון ר' חיים מרדכי האט פארציילט דעים פאלגענדען עפיזאד, אז איינמאהל האט ער זיך פארזאהמט אין שיהל עטוואס לעינגער ווי געוועינלעך און מרבה געוועין בתורה ובתפילה, און ער האט זיך פארוויקלט מיט איהם און א שמיעס, האט ר' חיים מרדכי מיט א תמומות פארציילט אז ער פארלאזט נישט דעים שיל קיין שום טאג, איידער ער איז נישט מכיר מיט אלע זיינע חושים, אז אני מאמין באמונה שלימה שהבורה יתברך שמו בורא ומנהיג לכל הבריאים, ער קען נישט אוועק גיין ארבייטן און ביזנעס איידער עס איז ביי איהם קלאר ווי דער טאג, אז נישט מיט ארבייטן פארדינט מען.
ער האט געשמיעסט מיט איינס פון זיינע ברידער ביז שפעיט אויפדערנאכט, ער האט אדורך געשמיעסט געוועיסע חשבונות, אבער ערגעץ אינמיטן דו נאכט האט ער אויסגעהויעכט זיין לויטערע נשמה אן קיינעמ'ס באמערקען, אינדעפרי איז שוין ליידער נישט געוועין וואס צי טיען, ער האט מתקן געוועין אלעס וואס ער האט געברויכט מתקן זיין.

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
צו פרישער שליט"א
דיין הספד אויף מעכי פריעד ע"ה האט מיך אזוי שטארק בארירט. דו לייגסט אראפ אמת'דיג א בילד פון זיינע אומפארגעסליכע מעשים טובים וואס וועלן זיין א זכות פאר איהם לעולם שכולו טוב. . ייש"כ.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
נפטר געווארען הרב רבי יהושע לפידות ז''ל פון שווייץ ליינט דעם בייגעלייגטער לינק מער איבער'ן גרויסען נפטר
נפטר געווארען הרב רבי יהושע לפידות ז''ל פון שווייץ ליינט דעם בייגעלייגטער לינק מער איבער'ן גרויסען נפטר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3017995&forum_id=771
נפטר געווארען הרב רבי יהושע לפידות ז''ל פון שווייץ ליינט דעם בייגעלייגטער לינק מער איבער'ן גרויסען נפטר
איך קען זיינע קינדער, לכאורה א אינגער מענטש געווען, ווי אלט איז ער געווען?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
DotCom האט געשריבן:נאר,,פרייליך האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3017995&forum_id=771
נפטר געווארען הרב רבי יהושע לפידות ז''ל פון שווייץ ליינט דעם בייגעלייגטער לינק מער איבער'ן גרויסען נפטר
איך קען זיינע קינדער, לכאורה א אינגער מענטש געווען, ווי אלט איז ער געווען?
נעבעך אוועק גאר יונג
ער האט זיך שטארק געמיטשעט מיט די ביטערע מחלה ה''י
רבי דוד שמידעל יו''ר אתרא קדישא האט אים מספיד געווען מיט שטארקע בכיות
פילע דרשות התעוררות זענען ערווארטעט אין די קומענדע טעג לזכר נשמתו ער האט זיך שטארק מוסר נפש געווען איבער פארשידענע פראנטען אפצוראטעווען נשמות ישראל פין פארכאפט ווערן אין מיסיאן און די פרייע קיבוצים
מי יתן לנו תמורתו
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
הגה"ח ר' יו"ט ליפא ווייס ז"ל איז נפטר געווארן נעכטן אין טיפן עלטער פון 92.
ר' ליפא האט געוואוינט אין קרית טאהש און געווען א שוואגער מיטן טאהשע רבי'ן שליט"א, געווען אן איידעם אויף איין פלאץ ביי הרה"צ רבי יודא'לע וויינגארטן זצ"ל, בסוף ימיו א שם דבר אין ירושלים עיה"ק, מגזע הרה"ק הנועם אלימלך מליזענסק זי"ע. (האדמו"ר בזיווג ראשון)
און שפעטער אין קרית יואל
ר' ליפא איז געווען אן אדורכגעוויקטער חסידישער איד, א תלמיד און דולה ומשקה פון זיין רבי'ן דער מנחת אלעזר פון מונקאטש זי"ע, און טאקע געווען דער מו"ל פון די מונקאטשער זמירות.
געקומען למנוחה אינעם בית החיים דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.
איבערגעלאזט א שיינעם דור:
ר' פנחס אלימלך ווייס (פנחס מיילעך) מלפנים אונטער שמש אין ביהמ"ד הגדול ראדני סט. יעצט משמש אין ביהמ"ד מחזיקי הדת אין בעטלעהעם, ניו העמפשיר. (ק"י)
ר' יעקב הערש ווייס (איבערגענומען דעם ברודער אלס) שמש אין ביהמ"ד הגדול ראדני סט (וומב"ג)
הרב חיים אלעזר ווייס, הרב מחומעלניק (מאנסי)
און איידימער:
ר' שלמה יאקאבאוויטש (ק"י) - פארלוירן זיין ווייב ע"ה (ר' ליפא'ס טאכטער) פארגאנגענעם ווינטער
ר' מענדל לעווי (ק"י)
ר' מיכל וואלף פאלקאוויטש (ק"י)
ר' יחיאל משה פאללאק (וומב"ג)
ר' קלמן פריעד (וומב"ג)

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 273
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער אשכול שלאפט
האסט א פראבלעם דערמיט?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.