הוגה האט געשריבן:שרגא, דו ביזט בעסער ווי גאלד און זילבער (נ''א, קענדיס און לאליס). דיינע תגובות זענען זיך צום באלעקן די פינגער און זיי הייבן אויף די ניווא פונעם פארום. דאכצעך אז איך האב געלייקט א יעדע תגובה וואס דו האסט געשריבן מיום דרכו רגלי על מפתן הקאווע שטיבל. (אויב האב איך אויסגעלאזט איינס ביטע שוק עס מיר אין אישי ווייל כ'האב עס מן הסתם נישט געליינט.)
קודם א דאנק פאר די לויב-ווערטער (אז איך בין אפילו בעסער ווי קענדיס און לאליס...).
ערשט מוז מען דא אויסקלארן א שווערע קשיא. פון איין זייט זאגסטו אז "איך האב געלייקט א יעדע תגובה וואס דו האסט געשריבן מיום דרכו רגלי על מפתן הקאווע שטיבל", לויף איך שנעל קוקן אין מיין "לייק שענקל", איך זון און זוך, טרעף איך דארט קוים איין מאגערע לייק פון הוגה, און דאס טאקע מיום דרכו רגלי על מפתן השטיבל עד היום הזה. אויב וואלט מיך די קשיא אליין נישט גענוג געערגערט, מוז איך מיך יעצט נאך גיין פלאגן וויאזוי עס איז מעגליך אין מציאות אז דו האסט אזוינס געקענט זאגן, על אף די חזקה איז דאך אז א מענטש זאגט נישט קיין ליגנט אויף מילתא דעבידא לגלויי? איך וויל פארענטפערן אז עס איז בלויז געווען א גוזמא, אבער צו שפרינגען פון "איינס" ביז "אייביג" וואלט דער גרעסטער דחקן נישט אנגענומען.
ווייטער האבן איך געטראפן א שטיקל תירוץ, ווייל דו שרייבסט "אויב האב איך אויסגעלאזט איינס, ביטע שיק עס מיר אין אישי ווייל כ'האב עס מן הסתם נישט געליינט". אה, קען לויט דעם זיין אז דו האסט פשוט נאר געליינט פון מיר איין איינציגע תגובה, און אויף יענע האסטו טאקע געגעבן דעם לייק. אבער הלוואי עס שטימט אזוי גרינג, קודם ווייל "אויסגעלאזט איינס" מיינט בהכרח אז געדענקסט צו ליינען עטליכע, צווייטנס האסטו געשריבן "דיינע תגובות", בלשון רבים, און "א יעדע תגובה", דריטנס איז דאס א סתירה און שטימט נישט מיט דעם גאנצן "מיום דרכו רגלי וכו'". אקעי, גענוג געווען.
לאמיר דיר פרעגן (דו שרגא, נישט אברהם יאנקאוויטש), וואס בלייבט למעשה, ווער איז חשוב'ער און מער מבחר, די לעבעדיגע אדער די טויטע? מען קען דאך מאכן א קעיס פאר ביידע, די לעבעדיגע ברענגט אראפ אלוקות למטה מעשרה טפחים, די לעבעדיגע מאכן א נחת רוח לה' מיט קיום התורה והמצוות, משא''כ די טויטע. פון די אנדערע זייט, די לעבעדיגע זענען אזוי מגושם, און זענען אזוי מרוחק מה', זענען פארשקלאפט צום חומר, משא''כ די טויטע זענען איין שטיק רוחניות, כל כולו נהנה מזיו השכינה. פון ספרי חסידות איז משמע אז יצחק איז גערעכט, און אז אין עולם הבא בענקט מען זיך צוריק צום עולם הזה.
קודם כל, דו ווילסט פרעגן מיך, שרגא, נישט אברהם, דארף איך דיר ענטפערן וואס דו האסט געענטפערט פאר אנדערע ווען דו ביסט געווען אין מיינע שיך:
און אפשר בין איך בכלל נישט קיין איינער פון די דריי? אפשר בין איך א פשוטע איד וואס האט זיך אונטערגעהערט א שמועס און גיבט אייך איבער דברים כהווייתן?
נאר למען האמת קען איך דיר סייווי נישט ענטפערן קיין זיכערע תירוץ, נאר טאקע בלויז פון אונזער לעבעדיגע קוק וווינקל. אבער פון אן אמת-לאמיתו'דיגן פערספעקטיוו מוז איך האב געווען, און געדענקען, ביידע פאזעס, צו קענען מכריע זיין ווער איז חשוב'ער. נאר לויט ווי נישטיג דאס גשמיות'דיגע לעבן שפירט זיך, איז מיר זייער שווער אנצונעמען אז מיר זאלן זיין מער מובחר.
הלוואי ווען מיין יאנקל אקס איז האלב אזוי קאנפידענט און זיכער ווי דיין אברהם אייכלער. דא שטעקט איינער פון די גרויסע חילוקים, בשעת ווען דיין אברהם אייכלער רעדט פון לאגיק זייענדיג אדורך געטראכט, איז אבער יאנקל אקס נישט אזוי, ער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין, ער טראכט נישט, ער איז א ריכטיגע מימיני מיכאל.
אויב וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז דיין יאנקל רעדט אויך צומאל דורכגעטראכט. און דאכט זיך אז מיין אברהם איז דא אויך לאו דוקא לאגיק, נאר ער זאגט מער וואס ער "שפירט", לויט וואס איז אין זיינע אויגן אין כלל פון אינטואישען.
אגב, שקויעך פאר'ן צוצייכענען דעם שיינעם מימיני מיכאל.
דא האבן די צוויי כאראקטארן (אברהם און יעקב) זיך אביסל פארהאנקערט, ר' שרגא. וואס איז פלוצלינג געשעהן אז יעקב איז געווארן אויס ציניקער? אויך אברהמ'ס טענה אז די לעבעדיגע האבן א מח צו טראכטן, נו זיי נוצן דאך די מח, אבער אברהם שרייט די גאנצע צייט אז ס'נישט גוט צו טראכטן נאר ענדערש זאל מען גיין מיט אינטואישען; מיט וואס זעהט אויס ווי רעאליטעט. פארוואס וויל ער פלוצלינג יעצט אז די לעבעדיגע מענטש זאל יא טראכטן? עפעס שטימט נישט! עפעס זעהט מיר אויס ווי בתוך תוכיות קאכט זיך אויך עפעס אינערליך אין אברהמ'ן, ער איז נישט דער תמימות'דיגע נפטר'ל ווי ער שטעלט זיך פאר.
א ציניקער קען נישט אמאל נעמען א ברעיק?... באמת אבער ביסטו דא אביסל גערעכט און עס איז אביסל פארקראכן די ריטם פשוט ווייל די מתים און זייערע ווערטער זענען דא געגאנגען אויף אביסל אן אנדערע אופן ווי דיינע בהמות, און איינמאל איך בין פארקראכן פון דיין וועג זעט אויס האט עס אביסל פארקירעוועט פון גראדן וועג. נאר לגבי אברהם בלייבט ער דא אויך בעיקר מיט אינטואישען, נאר ער זאגט סך הכל אז מען האט א "מוח צו טראכטן און קענען דערגרונטעווען צו אביסל טיפערס ווי וואס די הענט קען אנטאפן." און וואס איז "אביסל טיפערס ווי וואס די פיזישע הענט קען אנטאפן" אויב נישט אינטואיציע. נאר נישט דוקא קיין אויבערפלעכליכע. און ווי דו קענסט זען מיט וואס ער פארענדיגט ווייטער זיינע ווערטער "זיי האבן דאך א נשמה", ואוס דאס ווייזט קלאר אז ער רעדט נישט דוקא פון טריקן שכל, נאר אינטואישען און געפילן.
סיי וויאזוי, נאך א מזל דו האסט עס אזוי שיין אפגעלערנט.