ס'איז אינטערעסאנט צו אנאליזירן די דעמאגאישע שפראך פון מליצות:
דער פארקויפער דער "בליעל" איז "מוסיף חטא על פשע" ווען ער פארקויפט "על הכלי טמאה הנקרא 'אינטערנעט.'"
אבער די בידערס זענען "ישראל קדושים" און זענען נישט מוסיף חאט על פשע און פארשטייט זיך אז מ'דערמאנט נישט אז די ישראל קדושים זענען מוציא די קדושה מכוח אל הפועל אויף די כלי טמאה הנקרא אינטערנעט וואס איז "כבר נאסר ע"י גדולי הדור במעמד אלפי ישראל." עשה עצמו כאילו לא ידע.
דער באר משה (ח״ד סימן פז) האט אן אריכות אין דעם (נאך אין שנת תשכ״ח) לגבי דאס אז מ׳וויל זיך אויפטוישן (פאר געלט) די גן עדן וגהינום. ער דינגט זיך מיט׳ן מהרש״ם (ח״ג סימן קנא) און ער פירט אויס אז אין בו ממש אינ׳ם קנין ואפילו מ׳גייט ניצן דעם סברת במהרש״א אז עס זאל חל זיין מכח ערבות (אפילו עכ״פ אויף די חלק העבירות; די נידון פונ׳ם מהרש״ם). (ער ברענגט אויך אראפ אנדערע פון וועמען מ׳האט געפרעגט ענליכע שאלות, און זיי האבן אויך אזוי גע׳פסק׳נט. ער ברענגט אויך ארויס די חילוק צווישן דאס און שותפות יששכר-זבולון/הלל-שבנא, ווייל דארט ברענגט ער ממש די מעגליכקייט קודם המעשה און וועגן דעם האט ער א חלק אין דעם, משא״כ בנידון דידן.) הגם, ס׳דא אן ענין אז ער פארלירט זיין שכר [אבד חלקו], אבער נישט ווייל עס איז אריבער צום אנדערן נאר ווייל ער איז עס מבזה ואינו מאמין בו ותוהא על הראשונות וכו׳ ע״ש.
(די שמועס האט ענליכקייטן צו דעם וואס הרב סליפקין טענה׳ט אז ס׳איז נישט שייך פאר א (פרעמדע) מענטש צו טוהן א מצוה וכו׳ און דורך דעם וועט די נשמה פון א (פרעמדע) טויטע מענטש הנאה האבן דערפון.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
וכבר הפליג ביסוד זה הגר"ח מולוזין זללה"ה בתוספת מעשה רב, באמרו כל תפלותי מעודי הייתי נותן בעד דין אחד מחודש מן הגמ': ואמנם אין המעשים הטובים נכסים הניתנים למקח וממכר וחליפין, אבל פתח במשל פיו שידע החכם למסור נפשו לעיון ההלכה ולבירור הדין מן הגמ' שזו העבודה היותר אהובה לפניו ית', וזו מעלה יותר רוממה מן התפלה, וכעין שאמרו שבת י' א':
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא