זאלץוואסעראויף אייוועלט האט געשריבן:אין שאטן פון די אנגייענדע ויכוחים אין די נושא פון "בחורים אין ישיבה" ווי יעדער מאן דהוא זאגט א מיינונג, צו די ישיבות טוען ריכטיג מיטן מהלך פון יא אדער נישט אננעמען בחורים אין ישיבה, און פארשטייט זיך אז יעדנ'ס מיינונג קומט פון אן אנדערן ריכטונג, און האט אלס צו טוהן מיט די היסטאריע פונעם דיעה זאגער, און וואו ער האט אויפגעבויט זיין מיינונג. וואס אין רוב פעלער איז עס א דיעה יחידי געבויט אויף א מעשה יחידי וואס האט פאסירט אמאל. האב איך געזעהן פאר וויכטיג צו רעדן צום צד השני פון די נושא, און געבעטן דעם חשוב'ן ראש ישיבה מיר צו שענקען א אינטערוויו אין די נושא.
איך וועל נישט מגלה זיין בפה מלא ווער דער ראש ישיבה איז, אבער אז איר וועט אליינס ארויסנעמען פון מיינע ווערטער בעט איך אייך נישט צו טראגן ווייטער.
זאלץוואסער: א גוטן אייך
ראש ישיבה: א גוטן, מיט וואס קען איך אייך העלפן?
ז"וו: קודם וויל איך זיך באדאנקען פארן אראפנעמען פון אייער טייערע צייט, און מיר שענקען דעם רשות צו שרייבן אונזער שמועס, לטובת הרבים.
איך וועל גראד צוטרעטן צום ענין העומד על הפרק, אין די נושא פון ארויס ווארפן בחורים פון ישיבה און נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות היינטיגע צייטן, וואס וואו מאנכע זאגן איז עס ארויס פון יעדן פראפארץ און אסאך בחורים וואס וואלטן ווען געדארפט קענען שטייגן עכ"פ צו ווערן פיינע בינונים, ווערן אפגעזאגט אנע דעם וואס מ'זאל זיי געבן א געלעגנהייט אפילו צו פרובירן. וואס איז אייער ענטפער צום עצם כלליות'דיגן טענה?
ר"י: לאמיך מקדים זיין מיט א שטיקל הקדמה, און דיר מסביר זיין וויאזוי עס גייט היינט צו דער ענין פון אננעמען א בחור, און די חילוקים פון ישיבה צו ישיבה, און בחור צו בחור.
קודם לכל דארפסטו פארשטיין, אז עס זענען פארהאן 2 סארט ישיבות, דאס ערשטע, איז א ישיבה וואס געהער צו א קהלה, אדער מוסד מיט א רבי'ן אדער א רב, וואס אין די ישיבה געוויינליך וועט מען אננעמען יעדן וואס קומט פונעם סיסטעם אינעם מוסד, און מ'וועט נישט מאכן קיין פראבלעמען, נאר אויב דער בחור האט א רעקארד פון פראבלעמען וואס שטערן נישט נאר די מגידי שיעור און ראשי ישיבה, אבער אויך דאס שטייגן פון אנדערע בחורים.
דערנאך קומט די ישיבה, וואס איז געעפנט געווארן אויף א פריוואטן שטייגער, וואס האבן נישט קיין שייכות צו קיין שום מוסד, און נישט קיין התחייבות צו קיינעם. די וועג וויאזוי א בחור גייט דארט אריין, איז דורך א פארהער, און אסאך אינפארמאציע זאמלען איבער דעם בחור, צו וויסן אויב ער איז ראוי פאר דעם ישיבה, און צו ער איז פאסיג פאר די אטמאספערע אין וועלכע די ישיבה איז. סיי אויב מ'רעדט פון א ישיבה למצויינים, סיי די נידריגערע ראנגען, אלס האט דער ראש ישיבה, זיין ספעציפישן וועג וויאזוי ער וויל פירן די ישיבה, און אויף דעם אינטערסירט ער זיך און מאכט זיכער נישט דורכצופאלן, ווי ווייט מעגליך.
דער ראש ישיבה פון א קליינע אומאפהענגיקע ישיבה (איך רוף עס קליין, נישט ווייל עס איז בכמות קליין, נאר צוליב די פריוואטע באנעמונג פון גרינדונג ביזן פירן די תהלוכי ישיבה וואס גייט אויף א יחידיש'ן אופן) איז קיינעם גארנישט שולדיג, און איז בארעכטיגט צו וועלן שטייגן אויף וועלכן לייטער ער שפירט זיך פאסיג, אדער ראוי צו שטייגן, און דערפאר ווענדט ער אן אלע זיינע כוחות נישט צו פארקריכן.
דא ווערט אבער א פראבלעם, ווען א בחור פון א מוסד, וויל פאר סיי וועלכע סיבה גיין צו א קליינע (ווי אויבנדערמאנט) ישיבה, איז דא צוויי סארט בחורים. איינס איז דער מצויין וואס דער טאטע האט פאר סיי וועלכע סיבה באשטימט אז אין דעם ישיבה פון זיין מוסד איז נישט גענוג גוט פאר זיין בחור'ל, און דערנאך זענען דא די בחורים, וואס מ'האט ארויסגעשטעלט פון די גרויסע ישיבה און ער דארף זוכן וואו צו גיין.
פארשטייט זיך אז די ישיבה למצויינים, וועט נאר אננעמען א בחור מיט כלים וואס זענען געאייגנט פאר מצויינים, און בארעכטיגט אזוי.
אבער די ישיבה וואס איז פאר בינונים און אראפ, דארף זיך אסאך נאכפרעגן איבער די סחורה, צו וויסן אויב אפילו עס איז אמת אז די ישיבה איז פאר אזוינע סארט בחורים, דהיינו א נידריגערע דרגא פונעם מצויין, מוז מען וויסן ווי נידריג? און אויך "וויאזוי נידריג"
ז"וו: וואס הייסט "וויאזוי נידריג"?
ר"י: עס איז דא פארשידענע נידריגע דרגות, ווי למשל דער בחור וואס האט א שוואכן קאפ, און מ'דארף זיך ספעציעל אפגעבן מיט אים, און לעומת זה דער בחור וואס האט א גוטן קאפ אדער איז הייפערעקטיוו וכו', און מ'דארף זיך אויך מיט אים אפגעבן. מוז דער ר"י באשטימען וואו זיינע טאלאנטן און זיין ישיבה איז געשטעלט און וואס ער קען יא אדער נישט.
דאריבער ווען דער ראש ישיבה זאגט אפ א בחור, איז עס נישט ווייל ער וויל זיך סתם גרינגער מאכן, נאר פשוט ווייל ער האלט נישט אז ער קען די פאך צו העלפן דעם בחור.
ז"וו: איז נישטא אמאל א פאל ווען א בחור ווערט סתם אזוי צוטרעטן ווייל מ'האט פאלשע אינפארמאציע? און די אנדערע זייט איז נישטא אמאל א בחור וואס וואלט באמת נישט געדארפט אנגענומען ווערן און נאר ווייל די טאטע אדער זיידע איז איינפלוסבאר נעמט מען אים בעל כרחך אריין? און אויב יא אין סיי פון וועלכע אויבנדערמאנטע, איז דאס יושר?
ר"י: אזוי ווי אין יעדען פעלד, ווערט אמאל געטוהן א אומרעכט, צו מחמת פארבלענדעניש פון געלט, אדער צוליב א לשה"ר אדער רכילות, איז זיכער אז ישיבות זענען נישט אויסגעשלאסן, אבער עס איז זיכער נישט דער אנגענומענער וועג פון באהאנדלען.
ז"וו:לאמיר צוריקגיין צו די אזוי גערופענע גרויסע ישיבות, פארוואס זעהט מען אזויפיל בחורים וואס מ'נעמט נישט אן אין זייערע אייגענע מוסדות?
ר"י: לאמיך דיר קודם מסביר זיין א מציאות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט דורך די צייט:
פאר צוואנציג דרייסיג יאר צוריק ווען יעדער בחור האט געקענט לערנען אין א ישיבה, איז געווען די פראבלעם פאר ישיבות אז די גרויסע ישיבות האבן געהאט פיעל צו ליידן, און מ'האט פארלוירן די סמעטענע צו די קלענערע ישיבות פשוט ווייל די גרעסערע ישיבות זענען געווען פארנומען מיט באהאנדלען די פראבלעמען. זענען געבליבן צוויי סארט בחורים פאר די ישיבות, איינס דער בחור וואס איז געשטיגן אליינס, און נישט געקוקט וואס טוט זיך ארום אים, און דערנאך דער בחור וואס איז געווען אין ישיבה נאר ווייל דארט איז זיין "חדר" געגאנגען נעקסט...
היינט ווען די בחורים זענען ראשי בית אב, און מאנכע פון זיי זענען אין די ישיבה ביזנעס, און געדענקען קלאר וואס דעמאלס איז פארגעקומען, זוכן זיין צו פארמינערן דעם פראבלעם, און עס איז א שטארקע סברא, אז אויב וועט א בחור שאדן צום שטייגן פון אנדערע בחורים, דארף מען אים נישט אננעמען און פארקערט, די סברא איז אז דער בחור טאר נישט ווערן אנגענומען.
פארשריי מיך נישט פאר איך ענדיג (ווייל דא האב איך אריינגעאטעמט טיעף, האט דער ר"י געמיינט איך גיי שרייען...)
דער פראבלעם ווערט ווען מ'דארף באשלוסן, וועלכער בחור איז טאקע א סכנה און וועלכער איז סתם א שווערער בחור.
ווען עס וואלט געווען א קלארע ליניע צו וויסן אט דאס, וואלט מען קלאר אריינגענומען יעדן בחור אפילו ווער עס איז שווער, ביז צום בחור וואס איז א סכנה. אבער דער קלארער ליניע איז נישטא, און עס זענען דא אסאך מניעות צו וויסן דעם אמת, דעריבער דארף די הנהלה אליינס ציען מסקנות, און דערפאר איז אמאל די מסקנא אפשר נישט די ריכטיגע.
ז"וו: וויאזוי נעמט מען אויף א ראש ישיבה? אדער א מגיד שיעור? וואלט מען נישט געדארפט מער זיך אפגעבן מיט טרעפן מענטשן וואס פארשטייען נישט נאר א שטיקל גמרא אבער אויך דעם מהלך מחשבה און מהלך החיים פון א בחור? איז נישטא קיין פראבלעם אין דעם נושא?
ר"י: ר' זאלץ! איך וויל דיר נאר קודם צוריק ברענגען צום פריערדיקן נושא און זאגן עפעס שטילערהייט: די שאלה פארוואס עס זענען דא אזויפיל וואס פאלן ארויס פונעם גרויסן ישיבה איז באמת קיין שאלה נישט, ווייל עס איז א פשוטער מציאות אז ווי מער דער ציבור וואקסט, און דער דור פאלט, איז עס נעבעך א מציאות. און אז דו וועסט קוקן פראצענטועל איז נישטא קיין גאר גרויסע חילוקים פון היינט און אמאל, עס איז נאר א חילוק אין די נומערן, וואס האבן זיך פילפאכיג געמערט.
לאמיך דיר מסביר זיין וויאזוי מ'נעמט אויף א ראש ישיבה אדער א מגיד שיעור.
קלאר אז מ'קוקט אויף עטליכע קאטאגאריעס
1. ער מוז זיין א גרויסער תלמיד חכם
2. ער מוז זיין א גרויסער ירא שמים
3. ער מוז זיין פארשטענדליך
4. ער מוז פארשטיין צו א בחור
ווען אבער דו וועסט נעמען אלע קאטאגאריעס און זיי קאטאגערירן אין סדר פון וויכטיגקייט, וועסטו דאך מיר אודאי מודה זיין אז א ירא שמים, און תלמיד חכם איז די ערשטע און וויכטיגסטע, ווייל קיינער וויל נישט אז דער בחור'ל זאל זיך דרייען אין א סביבה ווי דער מגי"ש איז נישט די ביידע זאכן.
דעריבער ווען מ'עלימינירט קאנדידאטן צוליב די ערשטע צוויי קאטאגאריעס בלייבט נאר איבער א קליינע צאל פון וועלכע מ'קען ווייטער גיין, קען אמאל זיין אז אין קאטאגאריע 3 און 4 דארפן נאך אמאל דער מגיד שיעור זיך צולערנען און קענען בעסער. אבער האמת ניתן להאמר אז צו פארשטיין צו א בחור, וויפיל מ'פארשטייט איז אלס נישט אזוי גוט ווי א מגיד שיעור אדער ר"מ וואס טוט דאס שוין פאר יארן, און אלע פאנגען אן אמאל...
ז"וו: וואס זאגט איר בכלל צום גאנצן נושא פון ארויסנעמען א בחור'ל פון ישיבה אלס קליין בחור'ל ווייל דער טאטע וויל ער זאל שטייגן צו זיין א מצויין?
ר"י: באמת איז דאס אן ענין וואס האט נישט קיין כלליות'דיגן ענטפער, ווייל עס איז זיכער דא אמאל א בחור'ל וואס דארף א שינוי מקום צו קענען שטייגן. אבער בדרך כלל איז עס א איבערגעטריבענע שטאלץ פון עלטערן, און עס איז א שטארקער ריסק פאר א דורכפאל. איך וואלט נישט געראטן קיינעם אזוי צו טוהן. ענדערש לערנט מען צו אין די זייט, און מ'טוט פעולות מיטן בחור'ל צו שטייגן העכער, ווי איידער אים ארויסצונעמען פון זיין סביבה און אנהייבן פון ניי. אבער דאס איז נישט אן ענטפער אויפן כלל.
ז"וו: איך וויל אייך פרעגן צו איך קען מפרסם זיין דעם שמועס, און אויך הערן נאך שאלות וואס צו פרעגן? און צו איר וועט זיך קענען נאכאמאל אראפנעמען צייט צו ענטפערן?
ר"י: זייער גערן אי"ה
ז"וו: אויף ווידערזעהן...
אויב איינער וויל אריינשיקן שאלות צום ראש ישיבה, ביטע מיר שיקן פערזענליך, און אזוי וועט מען האבן א קלארערן דיאלאג