פראפעסאר שפירא האט געשריבן:קודם קוקט אויס אז ס'יא אמת, אין צווייטענס טרעף מיר די צוועלעף גוים וואס גייען אים טרעפען נאט גילטי ספעציעל נאך אזא ווינט אין די מידיע,
דארפסט נישט טרעפן 12 גוים, דארפסט נאר 1 פון יענע 12.
ידען האט געשריבן:קען איינער באשטעטיגען אויב מיסס ענגעלמאן האט טאקע געשריבן די בריוו?
הדד בן בדד האט געשריבן:פראפעסאר, איך ווייס נישט צו עס איז אמת. איך האב נעכטן נאכט געהערט א מעשה פון די ערשטע האנט, וואס קומט יעצט פאר אין ווילי. ומעשה שהוה כך הוה.
א רב גיט א השגחה אויף א רעסטאראנט. דער בעה"ב פון דעם רעסאראנט איז א געפערליכער מושחת, רבנים בעטן דעם רב אראפצונעמען דעם הכשר און דער רב נעמט עס טאקע אראפ. יעצט קומט דער בעה"ב, און זאגט דעם רב אז ער האט שוין געהייערט א שיקסע וואס גייט מאכן א קלאגע קעגן אים אז ער האט איר געטשעפעט, און אויב ער ווייסט וואס פאר אים איז גוט זאל ער שוין צוריק לייגן דעם הכשר, ווייל אויב נישט גייט מען ביז אפאר טעג זעהן זיין בילד אין אלע צייטונגען ווי דער ראביי ווערט ארעסטירט פאר טשעפען א גויטע.
(די מעשה איז אמת עס האלט זיך יעצט אינמיטן אפשפילן, דער רב איז זייער דערשראקן, ער ווייסט נישט וואס צו טאהן)
אויב ח"ו וועט דאס געשעהן, וועלן אויך זיין אזעלכע וואס וועלן זאגן נכרים דברי אמת. איך ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט. אבער ווי איך און אנדערע האבן שוין געזאגט, דאס אז עס האט געקענט צוקומען צו דעם איז אויך זייער א הארבע פראגע. עס איז א קשיא אויף סאטמאר און אויף מר. וועבערמאן. און דערפאר זאג איך נאכאמאל, מען דארף מפרס זיין אויף אלע אופנים, אז נאכאמאל אויב אזאנס פאסירט וועט מען נישט שאפן געלט פאר דעם מענטש. זאלן פרויען קאונסלען פרויען און מיידלעך. און אויב מוז עס א מאן טוהן דאן זאל עס נאר זיין אויף אן אופן אז עס זאל נישט מעגליך זיין צו מאכן אפילו אזא בלבול.
(בד"וו, סאטמאר קען מורא האבן פשוט פון געלט קלאגעס אויף זיך אליינס, עס מוז נישט דוקא זיין אז זיי ווילן פארדעקן לשם פארדעקן, אדער אז עס זענען ח"ו דא נאך אזעלכע, נאך אלעם זענען מיר דאך אידישע קינדער).
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:פראפעסאר, איך ווייס נישט צו עס איז אמת. איך האב נעכטן נאכט געהערט א מעשה פון די ערשטע האנט, וואס קומט יעצט פאר אין ווילי. ומעשה שהוה כך הוה.
גוט מארגען קודם טאמער פארציילסטו אזא מעשה געב ארויס די נעמען, וואסי די סוד לאמיר הערען די נעמען, נאכדעם קען מען נאכגיין צי ס'אמת,
אין א חוץ פין דעם נישט יעדע זאך איז נכרים דברי אמת, דעי בריוו פין ענגעלמאן קוקט אויס אמת, נישט יעדע שיקסע'ס מעשה איז נכרים דברי אמת, כ'מיין די פארשטייסט דאס אליינס,
פריינדליך האט געשריבן:די בריוו - אויב עס איז אמת - זאגט עס אסאך מער איבער עגלמאן ווי איבער וועבערמאן,
ניין און נאכאמאל ניין, א מיידעל אינאיינעם מיט א בריוו פון א פרוי וואס וואינט און וומסב"ג, נעמט נישט אוועק די חזקת כשרות פון א מענטש וואס האט געהאלפן הינדערטער הינדערטער מיידלעך, ובתוכם די מיידעל,
ידען האט געשריבן:קען איינער באשטעטיגען אויב מיסס ענגעלמאן האט טאקע געשריבן די בריוו?
פריינדליך האט געשריבן:נישט דא אזא זאך, כשרות איז געבויעט אויף טראסט, אז עס איז נישט דא קיין טראסט איז נישט דא קיין כשרות
פריינדליך האט געשריבן:די בריוו - אויב עס איז אמת - זאגט עס אסאך מער איבער עגלמאן ווי איבער וועבערמאן,
ניין און נאכאמאל ניין, א מיידעל אינאיינעם מיט א בריוו פון א פרוי וואס וואינט און וומסב"ג, נעמט נישט אוועק די חזקת כשרות פון א מענטש וואס האט געהאלפן הינדערטער הינדערטער מיידלעך, ובתוכם די מיידעל,
הדד בן בדד האט געשריבן:יא, און דאס איז דער פראבלעם, דער מענטש זאגט דעם רב אז ער האט שוין אלעס גרייט, גייסטו מיך פאלגן איז גוט, אויב נישט וועל איך דיך איינזעצן, און פאר די אויגן פון אלע קאמרעס. און איך זאג דיר צי אז גענוג און נאך וועלן זאגן אז דער רב איז א שייגעץ און די שיקסע איז גערעכט.