קנה לך א "בעסטע חבר"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
קנה לך א "בעסטע חבר"
[justify]אין די טעג בין איך נישט אזוי בקו פיזיש און גייסטיש, ס'מאכט זיך פון מאל צו מאל, בערך 4 טעג פון די וואך. מ'זאגט אז ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. – און צוגאב צו דעם, מיינע געוויסן טרייבט מיר אז עפעס גייט פאר דא אין שטיבל, איך זעה נישט קיין תגובות פון די לייבן, זעהט אויס אז זיי האבן גענומען די טאָו באב מיט אן ערנסקייט. אבער מ'מוז ווייטער אנגיין, מיט די רוהיג ווינקעל ווי איש את רעהו יעלוזו. לאמיר טאקע הויעך שמועסן איבער דעם ענין פון "בעסטע חברים".
מיינע מיידלעך – ווי אין אלע אידישע שטובער – זענען כסדר פארנומען מיט זייער "בעסט-פרענד"; אינגלעך זענען נישט אזוי פארנומען מיט דעם, אבער ווער ס'געדענקט פון ישיבה איז געווען אזא מושג ווי א גאר-נאנטע-חבר. אמאל איז דאס מער א בחינה פון להתעלס באהבים, און אמאל איז דאס א נאנטשאפט וואס קוואלט פון הערצה איינער צום צווייטען, ראובן זעהט איין שמעון'ס מעלות, און שמעון האלט אז ראובן איז באמת מער פון אים. מ'איז זיך מחשיב איינעם דעם צווייטען, מ'לערנט צוזאמען, מ'שמועס, מ'שפאצירט וכו'. אזא חברותא שאפט קען בעצם אנהאלטן יארן, אבער היות אין אונזער סאסייעטי איז מיטגעקומען פון דערהיים אז די חתן גייט וואוינען במקום הכלה, כדי זי זאל חלילה נישט זיין ווייט פון איר מאמעס פארטוך מער פון 700 פיס, ע"כ קען מען נישט פאראויס זעהן ווי ווייט דער חברותא שאפט וועט אנהאלטן.
און דאס פאסירט זייער אפט. ראובן קומט אן קיין וויליאמסבורג, און שמעון קיין מאנסי. – מענער האבן נישט די כוחות וואס פרויען האבן צו זיין אויפן טעלעפאון און איבערזאגן אלץ וואס זיי האבן גערעדט מיט א דריטע חברת'ע, אזוי אז מיט די צייט ווערט די נאנטשאפט א היסטוריה. יא, מ'טרעפט זיך אמאל אמאל, אבער ס'נישט דאס זעלבע.
בכלל, ווען א בחור האט חתונה, באקומט ער דאך א נייע חבר, זיין כלה. און ער פארגעסט פון זיינע חברים אביסל. נאכמער פאסירט דאס, ווען איינע פון די חברים האבן בעסער חתונה געהאט, און דער צווייטער, שמעון, קליקט נישט אזוי מיט זיין באשערטע, און ער לעכצט נאך זיין יוגענט-פריינט וואס איז אין עולם הדבש-ירח, ביז דער שמעון פילט אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן; א נייע חבר איז זייער שווער צו מאכן. די בעסטע חברים זענען די וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט. זאת ועוד, שמעון'ס שוועריקייט אין טרעפן חברים איז בכפלים, ווייל די וואס קענען אים נישט, זעהן אים נאר אלץ א נעגעטיווער און פארקראכענער, בעוד, זיינע אלטע חברים ווייסען אז "דאס איז נישט שמעון".
אויך קען זיך מאכן אז איינע פון חברים ווערן מער (וואס מ'רופט) לינקס, און דער צווייטער הייבט אן צו גיין (וואס מ'רופט) רעכטס.
-----
וואס איך רוף אויף דיסקאסיע, איז דאס פאלגענד:
1) איז בכלל וויכטיג צו האבן א "בעסטע חבר"?
2) וואס מיינט צו זיין "זייער נאנט" מיט די "בעסטע חבר"?
3) וואס טוט איר אויב דיין ווייב שמעקט נישט דיין חברותא שאפט מיט יענעם (למשל זי ווייסט אז יענעם'ס ווייב שטייגט איר איבער, און זי איז חושש אז דאס נאנטשאפט וועט נישט ברענגן קיין גוטס, ווי קנאה וכדומה)?[/justify]

Under influence
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
יא ס'איז וויכטיג צו האבן א בעסטע חבר, ס'דארף אפשר נישט האבן דעם אפיציעלן טיטל, אבער ביי דיר אין הארץ זאלסטו וויסן אז פאר יענעם ביסטו גרייט אלעס און יענער גרייט אלעס פאר דיר
נאך א זאך, א בעסטע חבר קען זיין אפילו וואס דו האסט דיך באקענט מיט אים נאך די חתונה
איך האב שטארק נאנטע חברים וואס זענען עטליכע יאר יונגער פון מיר, און איך בין גאר גאר נאנט מיט זיי, און איך פארשטיי מיך מיט זיי צומאל סאך מער ווי מיט מיינע חברים פון ישיבה חדר וכו'
און ס'איז יתכן אז ווי עלטער מען ווערט טרעפט מען בעסערע בעסטע חברים, ווייל דו ביסט מער באזעסן און קענסט מיר טרעפן עפעס איינער וואס איז דיין קאפ אוו טי, משא"כ ווען דו קויפסט איינעם איין בילדותך האסטו און ער נאך 20 געלעגנהייטן זיך צו טוישן מן ההיפך אל ההיפך
נאך א זאך, א בעסטע חבר קען זיין אפילו וואס דו האסט דיך באקענט מיט אים נאך די חתונה
איך האב שטארק נאנטע חברים וואס זענען עטליכע יאר יונגער פון מיר, און איך בין גאר גאר נאנט מיט זיי, און איך פארשטיי מיך מיט זיי צומאל סאך מער ווי מיט מיינע חברים פון ישיבה חדר וכו'
און ס'איז יתכן אז ווי עלטער מען ווערט טרעפט מען בעסערע בעסטע חברים, ווייל דו ביסט מער באזעסן און קענסט מיר טרעפן עפעס איינער וואס איז דיין קאפ אוו טי, משא"כ ווען דו קויפסט איינעם איין בילדותך האסטו און ער נאך 20 געלעגנהייטן זיך צו טוישן מן ההיפך אל ההיפך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
איר האט נישט מסביר געווען פארוואס ס'איז וויכטיג צו האבן א בעסטע חבר?
פארוואס דארף א פארהייראטע מאן האבן א שטארק נאנטע חבר אויב האט ער ווייב מיט וואס ער איז נאנט בגוף ונפש?
אוודאי איז וויכטיג צו האבן חברים, זיין אין וואטץ-עפפ גרופ, אבער איך פרעג בנוגע א בונד-חבר.
על כל צרה שלא תבוא? אויף דעם ווארטען צענדליגע ארגעניזאציעס, צו דיך קענען ארויסהעלפן וכו'. איך רעד ווען ימים זענען כתיקונם.

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אוי! עס ווייטאגט צו הערן אז ידידנו כ"ק מרן (קרעדיט; מרן שליט"א בעצמו, והיה לפלא) גייט דורך אזוינע גייסטיע און פיזישע ווייטאגן... איז דא עפעס וואס מיר חסידים ולוקחי תורתי קענען עפעס העלפן צו לינדערן דעם סיטאציע? אולי א פענעצל געשמירט מיט שמן זית און קנאבל? א טעללער ווארימע יאך? (טשיקען סאפ באונגארי"ש) אדער גאר א הייס גלעזעל קעמעמיל טיי? (כמעט זיכער אז עס הייסט אזוי, איך וועל באלד בל"נ איבער פרעגן מיין מאמע תחי')...
אבער איין זאך, הגם עס פאסט נישט אפשר צו זאגן, אבל מהיות טוב אל תמנע; ח"ו! אין קיין פאל נישט פון די רינדעכיגע כדורים! כמה מומחים ופרעפעסארים, הן פראפעסאר שפירא והן המלך חזקיהו דשטיבאליינו כבר העידו שהכדורים האלה הם רק נסיון מהשלטון- לכבוש, ולהרוג, כל בני אדמתינו לבלתי השאיר שריד ופליט! ראה הזהרנוך!
ועוד, את"ל -על אף שאיני מקבלו- דזהו בדאי הבל הבלים, אין לו שום שמץ של אמת. אעפ"כ אם יודע לנו הדבר, אזי כזר תחשב בענינו, כפי שנהוג בתפוצת ישראל, מי שלוקח כדורים עכ"ח לזר יחשב, דב"ה בתוכינו הדבר ידוע שאין שום חולי נפש וכפי שנמסר לנו במסורה דור אחר דור מבאבע יוטל זאל רוהען אין לג"ע.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
משה געציל האט געשריבן:אוי! עס ווייטאגט צו הערן אז ידידנו כ"ק מרן (קרעדיט; מרן שליט"א בעצמו, והיה לפלא) גייט דורך אזוינע גייסטיע און פיזישע ווייטאגן... איז דא עפעס וואס מיר חסידים ולוקחי תורתי קענען עפעס העלפן צו לינדערן דעם סיטאציע? אולי א פענעצל געשמירט מיט שמן זית און קנאבל? א טעללער ווארימע יאך? (טשיקען סאפ באונגארי"ש) אדער גאר א הייס גלעזעל קעמעמיל טיי?
משה געציל, אזעלכע שיינע מדות!
האסט געקעטשט פון קופערניקוס, הא?
אך, וויפיל גוטע הערצער מיר האבן דא, כן ירבו.
בקיצור, זאגסטו אז קאווע טרינקער קען פארוואנדלט ווערן אין "זר" אויב נעמט ער כדורים?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מיינע רבי'ס פלעגן זאגן, עשה לך רב וקנה לך חבר, אז פאר א רבי מוז מען נישט צאלן, אבער פאר א גוטע חבר דארף מען זיך לאזן קאסטן. עולם הפוך ראיתי... עכ"פ פאר א בעסט פרענד דארף מען צאלן, נו פאר די רייט פרייז קען מען שמועסן, איך בין אפען פאר אפערס, נאר ערענסט אינטערעסירטע ווערן געבעטן זיך צו מעלדן.
נאך פלעגן מיינע רבי'ס טייטשן, "קנה" לך חבר, א פעדער איז די בעסטע חבר, היינטיגע צייטן וואלטן חז"ל מסתמא געשריבן הקלד לך חבר.
נאך פלעגן מיינע רבי'ס טייטשן, "קנה" לך חבר, א פעדער איז די בעסטע חבר, היינטיגע צייטן וואלטן חז"ל מסתמא געשריבן הקלד לך חבר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
קאווע בוזט נישט אזוי גערעכט ווייל א נאנטע חבר וועט טון וואס אלע ארגענזאציעס צוזאמען וועלן נישט טון, אוודאי די ארגס זענען גוט, כוועל דיר געבן א משל, מיין נאנסטע געשוירערע חבר האט לעצטענס א ערענסטע אינוועסטיגעשן פון די סטעיט אין זיין ביזנעס כהאב מיך אריין געלייגט רושו ורובו פאר עם, און אלע זייטען, טאקע ער האט ברייט פרנסה, אבער מארגען קען ער האבען א פענעלטי פון 30.000, ער איז גפערליך אנגעצויגען, איבער איין טעלער אייסקרים איז זיין גאנצע פרעשער אראפ ער ווייסט אז איך וועל איבער דרייען א וועלט פאר עם, ענד טא בי אנערסט וויט יא כוואלט עס נישט געטון פאר קיינעם אנדערשט אויף דער וועלט, אפשר פאר מיין ברודער, אפשר.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
קאווע פאר די מענטשען ווס זענען נישט אויף אויף ק״ש דארפן האבען א חבר וואס זיי קענען זיך אפ רעדן אויף זייער שלום בית און עניני אחורי וואס איז זיי נוגע, א נארמאלע מענטש וויל נישט די זאכען רעדן מיט יעדע צווייטע מענטש אין מקוה , אפשר פאר דעם איז עס וויכטיג?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
הלוואי זאל קאווע ט. וועלן זיין מיין בעסטע חבר
I had a dream!
I had a dream!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 163
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
פאר די טאג טעגליך לעבן, פאר מענער, איז נישט אזוי וויכטיג אדער אפילו מעגליך צי זיין בקשר מיט א בעסטע חבר א שטייגער ווי פרויען מיט זייערע חבר׳טעס אבער עס איז זייער וויכטיג פאר ווען מען דארף עס.
מיט א עכט נאנטע חבר קענסטו רעדן מיט א מין רואיגקייט וואס די קענסט נישט מיט קיינעם אפילו אויב דיין ווייב איז ידיד נפשך.

אמור מעט ועשה הרבה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
א "בעסטער חבר" איז א מוראדיגע גוטע זאך פון אלע אספעקטן אין לעבן.
סיי פסיכאלאגיש זענען מיר סאציאלע באשעפענישן און מוזן האבן מענטשליכע קאנטאקט צום לעבן (און צו זיין אפגעשיידט פון מענטשן אויף א לענגערע צייט קען שעדיגן דעם מענטש אויף אייביג, פאר דעם טענה'ן אסאך קעגן די סאליטערי קאנפיינמענט אין תפיסה), איז אוודאי ווי נאנטער מ'קען שפירן צו א צווייטן יומען ביאינג, אלץ בעסער שפירט עס. אויב ביסט מודה אז א נאנטע קשר מיט א ווייב איז פון די בעסטע טעמים, איז דאך א נאנטע קשר מיט א חבר אויך כמעט אזוי, אפילו אויף אן אנדערע לעוול.
מיט א בעסטן חבר האסטו א מענטש וועם דו געסט הונדערט פראצענט צוטרוי, אים קענסטו עכט זאגן דיינע אלע פארבארגענע סודות און פחדים, באקומען אן אמת'ע, נישט פאלשע רעאקציע, און איינער וואס קען דיר זאגן קריטיק ווען עס איז וויכטיג. דו קענסט זיך אויפפירן לעבן אים פונקטליך ווי עס געפעלט דיר, קענסט רילעקסן און נישט טראכטן פון די אלע אנגענומענע סאשעל נארמס, און זיין אין די רואיגסטע פאזע פון טאג. סתם צו זיצן לעבן אים אין קאר און שמועסן, און אפילו אויב האט מען נישט קיין טעמע, איז א פארגעניגן. אין שווערע צייטן וועט ער זיין די בעסטע, און איינציגע, טרייסט.
און די גשמיות'דיגע (סעלפישע) חלק טוט זיך אויך ריזיג אויסצאלן, ווען ער וועט טון אלעס וואס מעגליך דיך צו מאכן העפי און ביידע וועלן זיך ארויסהעלפן אין אזויפיל סתם מצבים, פון סתם קאמפאני ביז די מערסט ערנסטע קריזיסטן, אז עס איז שווער זיי אויסצורעכענען. ער וועט דיך נישט איבערלאזן אין די שווערסטע צייטן, און טאקע ביז ווען די הענט שאקלען אויף דער עלטער וועלן ענק קענען פארברענגען און לאכן אינאיינעם, צוריקטראכטנדיג פון די אלטע זיסע זכרונות.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך האלט אז עס וואלט געווען גאר א גוטע און וויכטיגע זאך צו האבן א "בעסטע חבר", אבער דערווייל איז נישטא אזא זאך. די משנה זאגט טאקע קנה לך "חבר", אבער נישט "בעסטע חבר".
א חבר איז א גוטע זאך, מען קען זיך ארויס העלפן איינער דעם צווייטן, טובים השנים מן האחד. אבער אלץ דארף מען וויסן אז יענער איז נאר דיין חבר און נישט דיין בעסטע חבר, ווייל איין טאג ווען עס וועט זיך אים לוינען אנדערש, קען ער איבערדרייען דעם דאשיק, און פארגעסן אז דו ביזט אמאל געווען דיין חבר, און דיך באגראבן לעבעדיגערהייט.
דאס איז נאר א ראי' אז יענער האט א גוטע חבר, אבער וואס וועט זיין פארקערט, ווען דו וועסט האבן א צרה? וועט ער זיך אויך אריינלייגן ראשו ורובו דיר צו העלפן? אדער דו ביזט נאר גוט פאר אים ווען דו קומסט אים צוניץ?
הכלל, ס'איז זיכער גוט צו האבן א חבר, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט אויסצוטוהן נאקעט פאר א חבר, געב אים נישט ארויס אלע סודות, ווייל עס זענען שוין געווען געשוואוירענע פריינד, וואס זענען געווארן געשוואוירענע פיינט.
איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א שותף אין די ביזנעס, און זיי זענען געווען זייער נאנטע חבירים, און ווען דער שותף האט חתונה געמאכט האט ער געבעטן זיין חבר אז ער זאל קומען מיט די שטריימעל און בגדי שבת צו די חתונה, האט ער געזאגט פאר יענעם אז ער וועט ענדערש קומען אן די בגדי שבת צוליב א מעשה שהיה אז ער האט געהאט גאר א נאנטע חבר, און ווען יענער האט חתונה געמאכט די ערשטע קינד איז ער געגאנגען מיטן שטריימעל, למעשה מיט די צייט האט זיך געמאכט רייבערייען צווישן זיי, און ביי די נעקסטע חתונה האט ער שוין נישט געוואלט גיין מיטן שטריימל, אבער אנעם שטריימל האט ער אויך נישט געוואלט גיין נישט צו פארשעמען יענעם, האט ער געמוזט זיכער מאכן אז ער האט עפעס א ביזנעס טריפ און ער האט פשוט נישט געקענט קומען צו די חתונה, ממילא - האט ער אויסגעפירט - לאמיר בלייבן גוטע חבירים אן די שטריימעל ביי די חתונה.
ממילא אפילו ווען דו טרעפסט א גוטע חבר, קיפ עי דיסטענס, א מענטש איז נאר א מענטש, און אמאל דאס אויך נישט.
און אויב טאקע א נאנטע חבר, איז דאס די ווייב, ראה חיים עם האשה אשר אהבת.
---
דער עולם האקט.

קינות גירושין האט געשריבן:קאווע בוזט נישט אזוי גערעכט ווייל א נאנטע חבר וועט טון וואס אלע ארגענזאציעס צוזאמען וועלן נישט טון, אוודאי די ארגס זענען גוט, כוועל דיר געבן א משל, מיין נאנסטע געשוירערע חבר האט לעצטענס א ערענסטע אינוועסטיגעשן פון די סטעיט אין זיין ביזנעס כהאב מיך אריין געלייגט רושו ורובו פאר עם, און אלע זייטען, טאקע ער האט ברייט פרנסה, אבער מארגען קען ער האבען א פענעלטי פון 30.000, ער איז גפערליך אנגעצויגען, איבער איין טעלער אייסקרים איז זיין גאנצע פרעשער אראפ ער ווייסט אז איך וועל איבער דרייען א וועלט פאר עם, ענד טא בי אנערסט וויט יא כוואלט עס נישט געטון פאר קיינעם אנדערשט אויף דער וועלט, אפשר פאר מיין ברודער, אפשר.
דאס איז נאר א ראי' אז יענער האט א גוטע חבר, אבער וואס וועט זיין פארקערט, ווען דו וועסט האבן א צרה? וועט ער זיך אויך אריינלייגן ראשו ורובו דיר צו העלפן? אדער דו ביזט נאר גוט פאר אים ווען דו קומסט אים צוניץ?
הכלל, ס'איז זיכער גוט צו האבן א חבר, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט אויסצוטוהן נאקעט פאר א חבר, געב אים נישט ארויס אלע סודות, ווייל עס זענען שוין געווען געשוואוירענע פריינד, וואס זענען געווארן געשוואוירענע פיינט.
איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א שותף אין די ביזנעס, און זיי זענען געווען זייער נאנטע חבירים, און ווען דער שותף האט חתונה געמאכט האט ער געבעטן זיין חבר אז ער זאל קומען מיט די שטריימעל און בגדי שבת צו די חתונה, האט ער געזאגט פאר יענעם אז ער וועט ענדערש קומען אן די בגדי שבת צוליב א מעשה שהיה אז ער האט געהאט גאר א נאנטע חבר, און ווען יענער האט חתונה געמאכט די ערשטע קינד איז ער געגאנגען מיטן שטריימעל, למעשה מיט די צייט האט זיך געמאכט רייבערייען צווישן זיי, און ביי די נעקסטע חתונה האט ער שוין נישט געוואלט גיין מיטן שטריימל, אבער אנעם שטריימל האט ער אויך נישט געוואלט גיין נישט צו פארשעמען יענעם, האט ער געמוזט זיכער מאכן אז ער האט עפעס א ביזנעס טריפ און ער האט פשוט נישט געקענט קומען צו די חתונה, ממילא - האט ער אויסגעפירט - לאמיר בלייבן גוטע חבירים אן די שטריימעל ביי די חתונה.
ממילא אפילו ווען דו טרעפסט א גוטע חבר, קיפ עי דיסטענס, א מענטש איז נאר א מענטש, און אמאל דאס אויך נישט.
און אויב טאקע א נאנטע חבר, איז דאס די ווייב, ראה חיים עם האשה אשר אהבת.
---
דער עולם האקט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
איך אגרי מיט [tag]שרגא[/tag] א גיטע חבר איז גוט און א יעדע מצב, וועם השי"ת האט דערמיט באשאנקען ווייסט אפצושאצען די חשיבות דערפון, און זעט איין די וועליו וואס דאס טראגט מיט זיך, צו א גיטע חבר האט מען 100% ציטרוי און מען רעדט זיך מיט אדורוך אלעס, ממש אלעס, און עס העלפט אייביג, א גיטע חבר האט א חוש צו זיין גיטע חבר אים צו פארשטיין און א יעדע מצב אין אים א עצה צו געבן לעת הצורוך, סיי בענין שלום בית, סיי בענין ביזנעס, פון אזוי לאנג זיין אינאיינעם פארשטייט מען יענעם וואס ער דארף און וואס עס פעלט אים.
[tag]ברסלבער[/tag] דיין משל פינעם שטריימיל וואס האסט געברענגט, ווייזט אז מען האט גערעדט פון צוויי נישט עכט נאנטע חברים,
א נאנטע חבר מאכט נישט קיין חשבונות אז מען גייט זיך מארגען צוקריגען, נאר מען גייט צו די שמחה ווי צו א אייגענע שמחה.

מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
בדחן האט געשריבן:[tag]ברסלבער[/tag] דיין משל פינעם שטריימיל וואס האסט געברענגט, ווייזט אז מען האט גערעדט פון צוויי נישט עכט נאנטע חברים,
א נאנטע חבר מאכט נישט קיין חשבונות אז מען גייט זיך מארגען צוקריגען, נאר מען גייט צו די שמחה ווי צו א אייגענע שמחה.
דער נאנטער חבר וואס מאכט נישט קיין חשבונות, איז נאר איינער וואס דאס איז זיין ערשטע נאנטע חבר, אבער איינער וואס האט שוין געהאט אמאל א נאנטע חבר, און ער ווייסט אז עס בלייבט נישט אייביג אזוי נאנט, טראכט שוין אנדערש וועגן חבירים, אזוי ווי די מעשה וואס איך האט געשריבן.
עס איז זיכער אז עס איז זייער גוט צו האבן א גוטע חבר, און עס העלפט זייער ארויס ברוחניות ובגשמיות. אבער ערגעץ וואו אין בעק אף די מיינד, דארף מען געדענקן אז אז עס איז נישט מוכרח אז עס גייט אזוי בלייבן פאר אייביג.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
ניין מען דארף נישט געדענקן, פינקט ווי מען דארף נישט געדענקן אז א ווייב בלייבט נישט פאר אייביג און מען גייט זיך מעגליך גט'ן.
אמת אז אייביג קען אריינלויפן א שווארצע קאץ אינדערמיט, אבער בדרך כלל ביי צוויי מענטשן וואס זענענן לכתחלת געווארען גאר נאנט אז זיי פארשטייען זיך, ביי זיי איז א מציאות אז מען לעבט אן חשבונות אז עס גייט זיך מארגן ענדיגען.
אמת אז אייביג קען אריינלויפן א שווארצע קאץ אינדערמיט, אבער בדרך כלל ביי צוויי מענטשן וואס זענענן לכתחלת געווארען גאר נאנט אז זיי פארשטייען זיך, ביי זיי איז א מציאות אז מען לעבט אן חשבונות אז עס גייט זיך מארגן ענדיגען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 22, 2013 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
ס'איז אינטערעסאנט, פון די גאנצע נושא דא זעהט אויס אז מ'רעדט צו ס'איז יא גוט א "בעסטע חבר" צו נישט, און מיר שטעלט זיך די פראגע: וואס אי'דען א שאלה? אוודאי איז עס א גוטע זאך אויב מען האט עס. פרעג ענדערש: וויאזוי שאפט מען זיך עס איין? אויב מאך איך אפ איך וויל א "בעסטע חבר", וואס טו איך דעמאלס? איך קוק מיך ארום, מאך אפ אויף איינעם וואס געפעלט מער, און איך לאז אים פשוט וויסן? ערעב איד, פון היינט און ווייטער, דו און איך, בעסט פרענדס!
למעשה איז די גאנצע זאך נישט אזוי פשוט, ווייל דאס וואס מאכט אפ חברותא-שאפט איז נישט אזוי גלאטיג צו פארשטיין. איך האב אמאל געהאט א ידיד מיט וועם איך פלעג כסדר שמועסן אויף אלע ערליי נושאים, פאליטיק, נייעס, וויסנשאפטליכע ענינים, אלעס אלעס. שעות לאנג, צו ביינאכט אין ביהמ"ד נאך מעריב, צו ווען איך פלעג אריינגיין צו אים אין אפיס אויף ביזנעס, אלץ האט זיך געמאכט א לענגערן שמועס אויף וואס עס לאזט זיך נאר. איך האב מיך אבער איין טאג דערזעהן מיט א פריוואטע פראבלעם, און כ'האב געוואלט מיט אים מקיים זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה, איז עס נישט געגאנגען. איך קען נישט מסביר זיין פארוואס. אונז האמיר פשוט נישט געהאט אזא מין רילעישענשיפ. ער האט מעך אנגעקוקט מאדנע אז איך רעד צו אים פערזענליכע זאכן, נישט אז ס'איז געווען עפעס אינטימישע ענינים, נאר סתם, אויבערפלעכליע הארץ זאכן.
ווידער מאכט זיך א ידיד וואס איז אפשר בכלל נישט אינטערעסירט אין מיינע אינטערעסן, נישט קיין פאליטיק, און נישט קיין טעכנאלאגיע, און נישט קיין היסטאריע, און נישט קיין עניני "צימעס" און מחלוקת, אבער ווען עס קומט צו רעדן פערזענליכע ענינים שפיר מיר זיך מורא'דיג נאענט. פארוואס איז דאס? שווער צו פארשטיין. על כל פנים, ס'איז זייער שווער צו טרעפן אזא איינעם אויב האט זיך עס נישט געטראפן פון זיך אליין. אין חדר און אין די בחור'ישע יארן איז עס געגאנגען נאטורליך. ס'איז דא אן אויסווייל, און דער כמים פנים אל פנים מאכט שוין דאס איבעריגע. אבער נאך די חתונה, אויב האט מען נישט די יוגנד-פריינט ארום און ארום, קען עס זיין זייער זייער שווער.
אדרבה, אויב ווייסט איינער דעם פארמולע אויף זיך קונה צו זיין אזא "בעסטע חבר", נו זייט מוחל, איך וואלט זייער געוואלט הערן.

עס אויף די איימערצוויבל אז נישט כאפסטו א פראסק.