קנה לך א "בעסטע חבר"
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ואני רק לעורר באתי, א יידיש בחור האט ממציא געווען לעצטנס א מורא'דיגע המצאה, עס רופט זיך "פעיסבוק", אדער "ספר הפנים", אדער "באזוכט=בוך" וואס דאס איז גאר א נוצליכע און פראקטישע כלי אויף צו האלטן קשר מיט- און טרעפן חברים וואס מ'קען מיט זיי האבען א גוטע קשר, איך פרעזענליך האב שוין געטראפען עטליכע חברים וואס איך האלט פאר מיינע בעסטע חברים דורך די אפשריות וואס דער כלי גיט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נישט ריכטיג. מיר האט עס געברענגט פיל מער נוצען פון שאדן. און בעצם בכלל נישט קיין שאדן. עס איז בעיני פון די בעסטע חלקים פון די אינטערנט. שטייצעך מ'דארף וויסען נישט זיך באנארישען, אזויווי מיט יעדער אנדערע כלי אין לעבן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 22, 2013 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:נישט ריכטיג. מיר האט עס געברענגט פיל מער נוצען פון שאדן. און בעצם בכלל נישט קיין שאדן. עס איז בעיני פון די בעסטע חלקים פון די אינטערנט. שטייצעך מ'דארף וויסען נישט זיך באנארישען, אזויווי מיט יעדער אנדערע כלי אין לעבן.
כגעמיינט צו זאגן אז פאר'ן רוב ברענגט עס מער שאדן ווי נוצן. און בכלל די אדיקשאן חלק דערפון איז אליינס נישט ווערד
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
זר, שוין, וועגן כלומ'רשטע אינטערנטע "עדיקשין" האביך שוין געשריבען אין אנדערע מקומות אז דאס איז סתם ב"ש ולא אשנה.
איך בין אויך נישט מסכים אז פאר די רוב ברענגט עס מער שאדן. און דאס איז זיכער איינער וואס זוכט חברים ווי מ'רעדט דא און זיכט וויאזוי איז דאס גאר א גוטע און פראקטישע עצה.
וועגן ביזנעס ביניך נישט קיין גרויסער מבין וויאזוי צו ניצען פעיסבוק. איך נוץ עס פלעין פאר חברים, בנוסח פון חברך חברא אית ליה, מקאנעקט זיך קודם מיט די פאר חברים וואס מ'קען, און אזוי צוביסלעך ברייט מען זיך אויס ווייטער לויט משותפקדיגע אינטערעסן וכדומה, איך שטעל מיך פאר אז פאר ביזנעס ארבעט אויך ענליך. מסתמא זענען דא פארשידענע נוצליכע מדריכים אויפ'ן אינטערנט וועגן דעם.
עניוועיס, מיר פארו דא אוועק פונ'ם נושא, איך האב עס נאר ארויפגעברענגט אלץ אן עצה פאר טרעפן חברים וידידים. מ'קען עפענען אן עקסטערע אשכול (אויב ס'נאכנישט דא) אויסשמועסען אלץ איבער פעיסבוק.

- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]אין די טעג בין איך נישט אזוי בקו פיזיש און גייסטיש, ס'מאכט זיך פון מאל צו מאל, בערך 4 טעג פון די וואך. מ'זאגט אז ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. – און צוגאב צו דעם, מיינע געוויסן טרייבט מיר אז עפעס גייט פאר דא אין שטיבל, איך זעה נישט קיין תגובות פון די לייבן, זעהט אויס אז זיי האבן גענומען די טאָו באב מיט אן ערנסקייט. אבער מ'מוז ווייטער אנגיין, מ[/justify]
איך ווייס נישט וואס איר רעדט אלע לייבן זענען דא ב"ה. ווי זאגט "פרישער" בשם הלל הזקן "אם אני כאן הכל כאן".
ערנסט גערעדט ווער פעלט ? אפילו דער אלטער משה געציל איז דא פאול פאררס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
גוט מארגן.
כ'קען זיך נישט אביסל אנשפארן, אן אויפשטיין אינדערפרי און טרעפן דעם אשכול פארדרייט, יא פעיסבוק נישט פעיסבוק?.. . פליז!
צוריק צום עניין. בענין "בעסטע חבר".
לאמיך אייך זאגן מיינע עקספיריענס. ווען מיין בעסטע חבר פארט אין קאנטרי, באקומט ער פון מיר א טעקסט: arrived?
ווען ער זוכט א טעלעפאן נאמבער, פרעגט ער מיך, נישט דעם ביזנעס דיירעקטארי.
ווען מיין חדר יונגעל וועט מיר פארציילן אז זיין מלמד האט אים חלילה גע..... וועל איך רופן יענע חבר פרעגן וואס צו טוהן
און ווען ער איז אין קאנטרי, און דארף עפעס פון שטאט, עפעס וואס זיין ווייב האט איבערגעלזאט, פון אירע עניינים, פילט ער זיך באקוועם מיר צו בעטן דאס אויפצופיקען, און דאס איבערגעבן פאר זיין שכן וואס פארט ארויס צום קאנטרי.
וואס זאגט איר?

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
ברסלבער האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:[tag]ברסלבער[/tag] דיין משל פינעם שטריימיל וואס האסט געברענגט, ווייזט אז מען האט גערעדט פון צוויי נישט עכט נאנטע חברים,
א נאנטע חבר מאכט נישט קיין חשבונות אז מען גייט זיך מארגען צוקריגען, נאר מען גייט צו די שמחה ווי צו א אייגענע שמחה.
דער נאנטער חבר וואס מאכט נישט קיין חשבונות, איז נאר איינער וואס דאס איז זיין ערשטע נאנטע חבר, אבער איינער וואס האט שוין געהאט אמאל א נאנטע חבר, און ער ווייסט אז עס בלייבט נישט אייביג אזוי נאנט, טראכט שוין אנדערש וועגן חבירים, אזוי ווי די מעשה וואס איך האט געשריבן.
עס איז זיכער אז עס איז זייער גוט צו האבן א גוטע חבר, און עס העלפט זייער ארויס ברוחניות ובגשמיות. אבער ערגעץ וואו אין בעק אף די מיינד, דארף מען געדענקן אז אז עס איז נישט מוכרח אז עס גייט אזוי בלייבן פאר אייביג.
ברסלבער האט א שטארקע פוינט ומבשרי אחזה
איך בין אמאל געגאנגען מיט א בעסטע חבר 101 פראצענט, און זינט ס'האט פאסירט אמאל א ראבעריי בלייב איך ביי 100 פראצענט, אבער א חשבון מיטן שטריימל מאך איך נאכנישט, דאס מיינט שוין געגאנגען נאר 90 פראצענט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:ואני רק לעורר באתי, א יידיש בחור האט ממציא געווען לעצטנס א מורא'דיגע המצאה, עס רופט זיך "פעיסבוק", אדער "ספר הפנים", אדער "באזוכט=בוך" וואס דאס איז גאר א נוצליכע און פראקטישע כלי אויף צו האלטן קשר מיט- און טרעפן חברים וואס מ'קען מיט זיי האבען א גוטע קשר, איך פרעזענליך האב שוין געטראפען עטליכע חברים וואס איך האלט פאר מיינע בעסטע חברים דורך די אפשריות וואס דער כלי גיט.
כמו שלא ישיג הסומא עין הצבע והחרש שמע הקולות, כן לא ישיגו הגופות האדוקות בספר הפנים תענוגי הנפשיות של ידיד אמת פנים אל פנים ולא פנים אל מסך
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן: ווען ער איז אין קאנטרי, און דארף עפעס פון שטאט, עפעס וואס זיין ווייב האט איבערגעלזאט, פון אירע עניינים, פילט ער זיך באקוועם מיר צו בעטן דאס אויפצופיקען, און דאס איבערגעבן פאר זיין שכן וואס פארט ארויס צום קאנטרי.
וואס זאגט איר?
און טאמער האב איך נישט קיין נערוון האב איך נישט מורא אים אצוזאגן, ער וועט זאגן ס'איז גארנישט דארפסט די נישט מטריח זיין
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קאווע,
איך זע נישט פארוואס פרעגסט מיך פערזענליך. נאר כ'וועל דיר זאגן דעם אמת אז איך האב נישט. געווענליך דארף מען זיין א געוויסע טייפ צו קענען האבן, מען דארף זיין מער אן אפענער מענטש און קענען האבן פול טראסט אין אנדערע צו קענען אויפבויען אזא רילעישאנשיפ, און איך האב דאס נישט (כאטש אין די יוגנט האב איך יא געהאט, און געדענק נאך דעם גוטן טעם.). איך מיין אז אסאך, און אפשר רוב, מענטשן האבן נישט דעם "בעסטן חבר" פון ואוס איך רעד, אבער פון סתם "גוטע חברים" פארדינט מען אויך גענוג, אפילו עס האט נישט די פלעיוואר פון א נאנטן "בעסטע חבר".
ברסלבר
אוודאי איז אויך אמת אז קען קיינער נישט אזוי וויי טון א מענטש ווי זיין נאטסטער מענטש (חבר אדער ווייב). אבער צו זאגן אז וועגן דעם זאל מען זיך היטן, איז ווי זאגן אז מען זאל נישט לאזן אויפבויען צו א נאנטע קשר מיט א ווייב און איר אויסזאגן אלעס ממש וואס ליגט אויפ'ן הארץ, ווייל אין פאל פון א פייט אדער גט קען עס דיך ביטער קאסטן. עס ליגט אפשר אמת דערין, אבער קלאר נישט רעאליסטיש צו טון, ווייל סך הכל טוסטו אפשר נעמען א ריסק, אבער לויט דיין וועג ביסטו גאראנטירט 'נישט' צו אויפבויען קיין ריכטיגן קשר מיט א צווייטן. ווי דער ביזנעסמאן וועט דיר זאגן, ווי גרעסער די ריזיקע, אלץ גרעסער די פאטענציעלע פארדינסטן.
וועגן דיין מעשה, א שותף אין א ביזנעס וועט זייער אפט ווערן זייער א נאטער חבר ווייל מען פארברענגט דאך אזויפיל צוזאמען, אבער דאס מיינט נאך בכלל נישט ווען מ'רעדט פון אן אמת'ע "בעסטער חבר". און ווי בדחן האט פיין געזאגט, א "בעסטע חבר" וועט קיינמאל נישט מאכן אזעלכע חשבונות בכלל. זיי זענען סך הכל געווען "גוטע חברים", און דעמאלט ביסטו כשר גערעכט אז עס איז פרודענט זיך צו אביסל באווארענען אויף להבא.
און טאקע דאס זאגט "געון הגעונים" אזוי גוט. יעדער מענטש האט צען מיני חבירים, ולא ראי זה כראי זה. איינער איז צו פלוידערן, איינער איז צו דעבאטירן, איינער צו אויסהערן, איינער זיך אויסצוגעבן, איינער פאר אינפארמאציע, איינער צו טון טובות, איינער פאר קאמפאניע, איינער סתם צו שטופן צייט, וכו'ו וכו', דאס מיינט נישט קיין "בעסטער חבר", נאר א "גוטער חבר". און איך מיין קיין "בעסטע חבר" האט נאך כמעט קיינער נישט "באשלאסן" אויף דעם קאנדידאט און אים נאכגעלאפן. עס מוז געשען נאטורליך, נענטער און נענטער, מען דערזעט זיך נאך א שטיק צייט אז מען ציט אויטאמאטיש אייביג איינער צום אנדערן און מען איז זייער באקוועם אין אלע סיטואציעס, מען שפירט זיך "אין סינק", ביז מען כאפט זיך אז דער אנדערער איז מיין באליבסטער מענטש. און איך מיין אויך אז געווענליך אז די ריכטיגע איז נאר וואס מען דעוועלאפט ווען מען איז נאך יונגער אביסל (ווען מ'אנאליזירט נאך נישט אזויפיל און מען האט נאך מער אינאסענס און טראסט אין די מענטשהייט).

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כשרגא ועוד, עס ווענדט זיך ווי א מענטש. נישט יעדער דארף א בעסטע חבר און נישט יעדער קען זיין יענעמ'ס בעסטע חבר. פאראן שטילערע מענטשן וועלכע גלייכן צו האלטן זייערע זאכן ביי זיך אין בויך, און זענען געבענטשט מיט חכמה ובינה צו קענען טרעפן אן עצה אליינס אין שווערע סיטואציעס, און ווידעראום אנדערע מענטשן וועלכע גלייכן צו "סאושעלייזן" און פויקן אויס אלע זייערע שאלות און ספיקות פאר ווער עס וויל נאר הערן, און זענען מקיים דעם "ותשועה ברוב יועץ" מיט א שמוץ אריבער (טראץ וואס ס'איז פאראן א יוצא מן הכלל. אין פאקט, האט א שטילער איד, וואס רעדט גאר ווייניג, מיר אמאל קלאר געזאגט אז ער חלש'ט צו טרעפן איינעם, א נאנטן, וואס זאל אים פארשטיין, און ער זאל זיך קענען אדורכשמועסן...)
די אלע וואס פרעגן ווי אזוי מען טרעפט א בעסטע חבר, כאילו דאס איז א 1 סטעפ פראצעדור, אינו אלא טועה. עס נעמט צייט און טראסט אויפצובויען א נאנטן קשר, הן מיטן ווייב און אזוי אויך מיט א חבר. יעדער האט דאך עטליכע חברים, שכנים אינדערהיים, קאלעגעס ביי דער ארבייט, און שמועסערס אין ביהמ"ד, און מען קען צוביסלעך טאפן דעם דופק ווער איז א ערנסטער געטרייער מענטש, און ווער איז סתם א קל לרצות און ווער א כובד ראש (ודו"ק), און אזוי בויעט זיך צעביסלעך א נאנטקייט.
טראכטן 24/7 פון א חבר איז א אבסעשאן, עס דארף נישט צו זיין אזוי. א חבר איז נישט קיין ווייב. יעדער האט זיך זיין לעבן פאר זיך, זה פונה לזיתו וזה לכרמו, נאר ווען עס פעלט אויב שמועסט מען אדורך וויכטיגע אדער אינטרעסאנטע נושאים.
אני הקטן האב שוין פארשאפט עטליכע גוטע חברים, וועלכע האבן זיך גענצליך געעפנט פאר מיר און אויסגעשמועסט גאר פריוואטע זאכן, ווי איך האב פרובירט צו העלפן. דער טריק איז, ערשטנס האבן א אפענע אויער, מיט אסאך געדולד, לאז יענעם אויסרעדן. צווייטענס, און איך האב עס שוין געסטרעסט אין אנדערע אשכולות און ס'איז נאך אלץ נישט גענוג: נאן-דזשאדזשמענטל, זיי נישט דן קיין צווייטן, און האב טאלעראנץ! ווען יענער פארציילט דיר זאכן וואס עס קען דיר שאקירן אדער דו האלטסט נישט דערפון, צי ברוחניות צי בגשמיות, ווייז עס נישט ארויס, נאר נעם עס אן כאילו ער זאגט דיר די נארמאלסטע זאך, און פרוביר באמת אין הארצן דן זיין לכף זכות, און אז דו אין זיינע שיך וואלט נישט אנדערש געווען. געדענק, ער קומט דיר נישט בעטן קיין מוסר אדער פרעגן וואס דו האלטסט. ער קומט אדורכשמועסן מיט דיר.
ווערן א בעסטער חבר פאר יענעם איז גרינגער ווי זוכן איינס פאר זיך. און דער פאקט איז אז איך האב נאך נישט קיינעם! איך זוך נאך מיט ליכט...

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:ווערן א בעסטער חבר פאר יענעם איז גרינגער ווי זוכן איינס פאר זיך. און דער פאקט איז אז איך האב נאך נישט קיינעם! איך זוך נאך מיט ליכט...
עס איז נישט דא אזא מושג ווי זיין א בעסטע חבר פאר יענעם 1 WAY
העכסטענע ביסטו יענעמ'ס אויער לעת הצורך און יענער קוקט עס אן אויף דעם אויפן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.