דער געוועזענער קאנגרעסמאן און איצטיגער מעיאר קאנדידאט האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט:
איך זאג ענק אז פרישע טעקסט מעסעדזשעס צו בילדער וועלן מסתמה ארויסקומען, ווי איך האב דעמאלטס (ביי זיין זיך אפזאגן פון קאנגרעס) אז איך בין געווען פאלש און בעוול'ט מיין ווייב, וואס האט מיר געמאכט פראבלעמען אין אינזער מערידזש, און האט געפירט אז איך האב מיך אפגעזאגט פון קאנגרעס.
צו מיר זענען שוין אנגעקומען פרישע זאכן וואס עטליכע זענען אמת און עטליכע נישט.
ס'איז נישט קיין פראגע אז וואס איך האב געטוהן איז אומאקצעפטבאר, און איך וויל נאכאמאל איבערבעטן מיין ווייב, און גלייכצייטיג באדאנקן פאר איר מיטארבייטן מיט מיר אדורך צו גיין וואס איך בין אדורך און פאר אירע מוחל זיין.
איך וועל ווייטער קוקן אויף די צוקונפט.
די שאלה איז נאר וואס ס'גייט זיין.
די 23 יעריגער פרוי וואס האט דערציילט אז זי האט באקומען טעקסט מעסעדזשעס פון ווינער זאגט, אז איר טשעטינג האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק, יולי 2012 און אין אגוסט האט איר ווינער געזאגט אז ער וויל זיך מיט איר טרעפן אין טשיקאגא.
זי זאגט אויך אז זי האט באקומען בילדער פון אים פון א יאהו אקאונט אונטערן נאמען 'קארלאס דענדזשער' און אויך גערעדט צו אים איטליכע מאל אויפן טעלעפאן.
ווינער האט רעזעגנירט יוני 21 2011 פון קאנגרעס נאכדעם וואס ער האט בטעות ארויסגעשיקט א טוויט אום מעי 27 2011, אנשטאט שיקען צו איינעם פריוואט, דער טוויט האט געהאט א אומאיידעלע בילד פון אים.
נאך אפאר טאג לייקענען האט ער ענדליך געהאלטן א פרעס קאנפערענץ און מודה געווען אין זיין נעריש'ן אקט.
אין די מינוטין דארף פארצוקומען א פרעסע קאנפערענץ ווי ווינער גייט רעדן.