דאס געלויף פאר רב הראשי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

דאס געלויף פאר רב הראשי

שליחה דורך הדד בן בדד »

די קומענדיגע וואך גייט פארקומען אין א"י די בחירות פאר די צוויי נייע רבנים הראשיים, דער ספרד'ישער רב הראשי וועלכער טראגט אויך דעם טיטל "ראשון לציון", און דער אשכנז'ישער רב הראשי. דער ספרד'ישער רב הראשי וועט אויך זוכה זיין אין דעם רעכט אנצוטוען א נייעם "גלימה" (די ספרדישע ווערסיע פון דעם קאלירטן סטראקעס בעקיטשע), וועלכעס טוט אים אידענטיפיצירן אלס דער ראשון לציון.

ביז ערגעץ אין די ל' יארן איז א רב הראשי אויסגעוועלט געווארן פארן לעבן. איינמאל מען איז געווען רב הראשי איז מען געבליבן אזוי לאנג ווי מען האט געלעבט. אבער ערגעץ דעמאלס האט מען געטויטש דעם געזעץ און עס איז געווארן א פאסטן מיט א איין צען יאריגן טערמין. דעמאלס איז הרב עובדי' יוסף געווען דער רב הראשי, אבער ווען דער געזעץ איז אריין אין קראפט האט הרב עובדי' (און דער אשכנזישער שלמה גורן) נישט געקענט מער דינען ווי צען יאר און זייט דעמאלס טוישן זיך די רבנים ראשיים יעדע צען יאר.

די סיסטעם פון אויסוועלן די רבנים איז זייער אן אינטערעסאנטער וואס איך האב קיינמאל נישט געהעריג אדורך געטון און דעריבער האב איך עס נישט ארויס, עס זענען דא א גרויסע גרופע פון רבנים, מאכערס, פאלעטישנס, ראשי עיר, פרייע, פרומע און כ'ווייסנישט ווער נאך, וואס זיי וועלן די רבנים.

די לעצטע צען יאר איז געווען הרב יונה מעצגער ביי די אשכנזים און הרב שלמה עמאר ביי די ספרדים, פאר דעם איז געווען הרב ישראל מאיר לאו ביי די אשכנזים און הרב אליהו בקשי דורון ביי די ספרדים. יעצט גייט פארקומען נייע וואלן און עס גייען זיין נייע רבנים. די לעצטע פאר מאל ווערט יעדעס מאל דער רעיס מיאוס'ער און מיאוס'ער. עס קוקט אויס ווי א פלעינער פאליטישער געלויף. דאס מאל איז עס געווען ספעציעל מיאוס, און עס טוט זי אפ אסאך שמוציגע פאליטיק ביי דעם. צוקוקנדיג דעס, ווייס איך שוין נישט מיט וואס דאס איז בעסער פון וואס עס קומט פאר ביי אונזערע חסיד'ישע הויפן.

בקיצור, נאך אפאר טעג וועט כלל ישראל ווערן באגליקט מיט צוויי נייע הויפט ראבינערס, איינער מיט א גלימה אבער דער אנדערער ווייסט מען נאך נישט צו מיט א האמבורג אדער מיט א כיפה סרוחה...

ימים ידברו.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער דעם, אבער איך האב נישט קיין צייט און נישט קיין געדולד וועל איך עס לאזן פאר די אנדערע חברים דא.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

דער ספרדישע רב הראשי, דער בעל הגלימה, איז הרב הגאון המופלג ר' שלמה משה עמאר, א גאון בכל התורה כולה .
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט. איך האב גערעדט פון דעם כלליות'דיגן געלויף.

אבער אז דו האסט שוין דערמאנט וויל איך מסכים זיין מיט דיר. הרב מעצגער איז א היפשער עם הארץ, און איך ווייס ווער עס שרייבט אים זיינע תשובות, ער האט איינעם א געדונגענעם תלמיד חכם וועלכער טוט דאס פאר אים. און עס איז נישט דאס ערשטע מאל, איך מיין אז אלעמאל אז אויף דער ספרד'ישער זייט געשטאנען גרעסערע מענטשן ווי אויף דער אשכנז'ישער.

איך געדענק מיט צוואנציג יאר צוריק ווען דעמאלס זענען געלאפן ישראל מאיר לאו קעגן הרב שמחה קוק פון רחובות, האט מיר דעמאלס געזאגט א חשוב'ער רב פון א"י (נישט פון אונזערע...) אז ער האפט אז לאו וועט געוואונען, ווייל ער איז גענוג א קל צו זיין רב הראשי, ווידער הרב שמחה קוק איז זייער אן ערנסטער און ערליכער מענטש, און דערצו אן ערנסטער תלמיד חכם, ער איז צו א גרויסער מענטש פאר אזא ביליגן פאסטן... ודפח"ח.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

לפני מלכים יתייצב בדעת ובחכמה.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אבער דעצאל וואס ער איז, פון א רבנישע משפחה, א גוטער רעדנער און נעמט פיין אויס, אבער איז זייער ווייט פון צו זיין א גברא רבא אין סיי וועלכען אמת'ן הינזיכט.

אוודאי איז ער נישט קיין פארגלייך צו מעצגער, אבער אבער דאס מיינט נאך נישט קיין סאך.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

און אינטערעסאנט, אז ביי די יעצטיגע געלויפעכץ האט הרב עמאר זיך גארנישט צוטון געמאכט פון זיין רבין און ארויסגעשטעלט זיין אייגענעם קאנדידאט, עס איז גאנץ הייסט יעצט דער מצב דארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הדד: ראשית כל איז הרב ישראל מאיר לאו שליט"א א ירא שמים, און דאס איז דער עיקר. (מ'גייט יעצט נישט אריין אין ציונות.) א חוץ זיין רבניש'ן יחוס. (זון פון פיעטריקאב'ער רב, הי"ד). ער איז אויך א תלמיד חכם און א גוטער רעדנער. נאר איינס פון די סיבות פארוואס מ'רייסט זיך אזוי שטארק צו זיין רב הראשי איז ווייל א חוץ די פעטע געהאלט וואס מ'באקומט ציט עס נאך אריין אין א סאך פריוויליעגיעס, ווי למשל אן רעגירונג-באצאלטע קאר מיט א שאפער, וועלכער שטייט צו זיין דינסט. פארשטייצעך, א איד פון מאה שערים 'עט נישט לויפן פאר'ן אמט פון רב הראשי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך איבער'ן ענין פון רב הראשי: אפילו הרב שלמה גורן, וועלכער איז פארשריגן געווארן פון די גאנצע תורה וועלט (אפילו הרב עובדי' יוסף האט געוואלט ארויפגיין אין די לישכה פון רב הראשי (היכל שלמה) און גוט אנשייגעצ'ן גורן)(. איז אויכעט געווען א גרויסער תלמיד חכם, נאר ער האט פארקויפט זיין כבוד התורה פאר א פאליטישן אמט. די פריים מיניסטער גאלדא מאיר האט געשטיצט זיין קאנדידאטור מיט'ן תנאי אז ער'ט לייזן דעם פראבלעם מיט די (ברודער און שוועסטער) לאנגער ממזרים. זיין טריק איז געווען אז ר'האט מפקיע געווען די קידושין פון זייער מאמע, ממילא איז זי נישט געווען קיין אשת איש ווען זי האט חתונה געהאט א צווייט מאל. אבער זיין רביצ'ן איז געגאנגען מיט א שייטל, און מ'האט געשמועסט אז ער נוצו עופות פון ביד"צ שחיטה. (אפשר נבדק פון צומת הגידין אויכעט.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

הרב גורן איז געווען א ריזן ת"ח, מיט ווייניג בדומה לו.

בנוגע הרב לאו, אן אריין גיין אין זיין יר"ש, מענטשן עקלט זיין ביליגקייט און חנופה צו יעדן, ווען ער רעדט ביי א פרייע איווענט קענסטו מיינען ער איז פריי, ביים פויפסט א קריסט, און להבדיל ביים דף היומי סיום א פרומער חרדי'שער געשטעל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ואלה 150 הרבנים והאישים שיבחרו השבוע את הרה"ר

30 רבני הערים הגדולות: רב העיר תל אביב הרב ישראל מאיר לאו, רב העיר חיפה הרב שלמה שלוש, רב העיר ראשון לציון הרב יהודה וולפא, שני רבני העיר אשדוד הרב חיים פינטו והרב יוסף שיינין, שני רבני העיר פתח תקווה הרב מיכה הלוי והרב בנימין אטיאס, רב העיר נתניה הרב דוד שלוש, שני רבני העיר חולון הרב אברהם יוסף והרב יוחנן גור אריה, רב העיר באר שבע הרב יהודה דרעי, רב העיר בני ברק הרב עמרם קרח, רב העיר רמת גן הרב יעקב אריאל, רב העיר רחובות הרב שמחה הכהן קוק, רב העיר אשקלון הרב יוסף בלוי, רב העיר הרצליה הרב יצחק יעקבוביץ.

רב העיר בית שמש הרב שמעון ביטון, רב העיר כפר סבא הרב אברהם שלוש, שני רבני העיר חדרה הרב שמעון ביטון והרב דוד ורנר, רב העיר מודיעין הרב דוד לאו, רב העיר רעננה הרב יצחק פרץ, רב העיר גבעתיים הרב פנחס אדרי, רב העיר נהריה הרב ישעיה מייטליס, רב העיר רמלה הרב יחיאל אבוחצירא, שני רבני העיר קרית אתא הרב שלמה חיים דיסקין והרב אליהו מימון, שני רבני העיר אילת הרב יוסף הכט והרב משה הדאיה, רב העיר לוד הרב חיים חדד.


14 רבני עיר של המועצות המקומיות הגדולות: רבה של פרדס חנה הרב דוד צדקה, רבה של גדרה הרב ציון צובירי, רבה של זכרון יעקב הרב מרדכי אברמובסקי, רבה של גן יבנה הרב משומר צובירי, רבה של שהם הרב דוד סתיו, רבה של כפר יונה הרב עוזי שויצה, רבה של קדימה-צורן הרב מרדכי טוביאס, רבה של קרית טבעון הרב עמרם בית אל, רבה של גני תקוה הרב יחיאל ברזילי, רבה של באר יעקב הרב אברהם יעקובזון, קבה של בנימינה-גבעת עדה הרב דוד חלמיש, רבה של אבן יהודה הרב יעקב מאיר רוזנצוויג, רבה של אבן יהודה הרב אהרון בדיחי, רבה של מזכרת בתי ההרב אפרים זלמנוביץ.


2 רבנים אזוריים מהמועצות האזוריות הגדולות: רבה של עמק חפר הרב אליעזר שמחה וייס ורבה של מטה יהודה הרב בנימין בר זוהר.

8 רבנים מהיישובים הגדולים: רב כפר חב"ד הרב מרדכי אשכנזי, רבה של עתלית הרב שמעון אלמליח, רבה של בת חפר הרב יוסף קרסיק, רב יד בנימין הרב יצחק מילוא, רבה של גן נר הרב אבשלום קיל, רבו של לפיד הרב יהודה ישרים, רבה של נוף איילון הרב גדעון בנימין, רבה של תפרח הרב בנימין יעקובסון.

4 רבני שכונות: הרב שלום כהן מירושלים, הרב בן ציון נשר מת"א,הרב נחום זוין מחיפה, הרב מאיר סוויסה מבאר שבע.

10 הדיינים הוותיקים ביותר בבתי הדין של הרבנות הראשית לישראל: הרב נסים בן שמעון, הרב נחום פרובר, הרב ציון אלגרבלי, הרב יעקב אליעזרוב, הרב חיים רבינוביץ, הרב אברהם שיינפלד, הרב מסעוד אלחדד, הרב ציון בוארון, הרב מאיר יששכר מזוז, הרב ישראל יפרח.

2 הרבנים הצבאיים בעלי הדרגה הגבוהה ביותר: הרב תא"ל רפי פרץ, והרב אל"מ אייל קרים.

10 רבנים שמינו הרבנים הראשיים לישראל: הרב שמעון אליטוב, הרב יהודה בלוי, הרב משה ברנשטיין, הרב יצחק דור, הרב צפניה דרורי, הרב יאיר אלימלך טורנהיים, הרב פנחס לוי, הרב יאיר לרנר, הרב רפאל מנת, הרב משה קליין.

25 ראשי הערים הגדולות: ניר ברקת – ירושלים, רון חולדאי – ת"א, יונה יהב – חיפה, דב צור – ראשון לציון, יחיאל לסרי – אשדוד, אורי אוהד – פתח תקוה, מרים פיירברג – נתניה, מוטי ששון – חולון, רוביק דנילוביץ – באר שבע, אברהם רובינשטיין – בני-ברק, צבי בר – רמת גן, שלומי לחיאני – בת ים, רחמים מלול – רחובות, בני ועקנין – אשקלון, יונתן יסעור – הרצליה, משה אבוטבול – בית שמש, יהודה בן חמו – כפר סבא, חיים אביטן – חדרה, חיים ביבס – מודיעין, נחום חופרי – רעננה, ראובן בן שחר – גבעתיים, ג'קי סבג – נהריה, יואל לביא – רמלה, יעקב פרץ – קרית אתא, חי אדיב – הוד השרון

6 ראשי המועצות המקומיות הגדולות ו-4 ראשי המועצות האזוריות הגדולות: חיים געש – פרדס חנה כרכור, אריה שמם – מבשרת ציון, יואל גמליאל – גדרה, אלי אבוטבול – זכרון יעקב, אהרון דרור – גן יבנה, גיל ליבנה – שוהם, משה דדון – מטה יהודה, רני אידן – עמק חפר, אייל בצר – עמק יזרעאל, מוטי דלג'ו – דרום השרון.

14 ראשי מועצות דתיות של הערים הגדולות ו-4 של המועצות המקומיות הגדולות: יהושע ישי – ירושלים, אלדד מזרחי – תל אביב, אברהם ויצמן – חיפה, ישעיהו מלכא – ראשון לציון, עובדיה דהן – אשדוד, פלטיאל אייזנטל – פתח תקוה, עמוס ברנס – חולון, משה עידן – בני ברק, יהודה סירי – רמת גן, בני אלחרר – בת ים, אלדד גדסי – רחובות, שאמי פראוור – אשקלון, דן פנחס – הרצליה, יהודה מהדיזאדה – בית שמש, הוד תנעמי – פרדס חנה כרכור,אבשלום מלכא – מבשרת ציון, שלמה תנעמי – גדרה, שמואל עוגן – גן יבנה

2 שרי הממשלה ו-5 חברי כנסת: אורי אורבך, לימור לבנת, ישראל אייכלר, גילה גמליאל, עליזה לביא, מירי רגב, יוני שטבון.

10 אנשי ציבור שמינה השר לשירותי הדת: שרה אליאש, ליאת אשל, נחמה גונן, יעל דולב, דינה האן, אלישבע הורוביץ, ד"ר פנינה נויבירט, ד"ר אידית סולברג, נורית פריד, ברוריה רבינוביץ.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

די שטום בודעקס זענען שוין פארמאכט מ'ציילט שוין די שטימען אט אט איז דא א געווינער
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מ'קען מיטהאלטען לייוו אויף בחדרי
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=57151
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

און די געווינער איז............
הרב דוד לאו
הרב יצחר יוסף
א שטארקע געווינס פאר די חרדים
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

לעמיל האט געשריבן:און די געווינער איז............
הרב דוד לאו
הרב יצחר יוסף
א שטארקע געווינס פאר די חרדים

הרבנים החדשים.jpg
הרבנים החדשים.jpg (22.52 KiB) געזען געווארן 1633 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאר ראשון-לציון (ספרדים):

רבי יצחק יוסף, זון פון הרב עובדיה יוסף, וראש ישיבת 'חזון עובדיה', 68 שטימעס, געווינער
ר' יצחק יוסף.jpg
ר' יצחק יוסף.jpg (102.68 KiB) געזען געווארן 1621 מאל

רבי שמואל אליהו, רב העיר צפת און חבר מועצת הרבנות הראשית, 49 שטימעס,
רבי שמואל אליהו.jpg
רבי שמואל אליהו.jpg (14.03 KiB) געזען געווארן 1621 מאל

רבי ציון שלום בוארון, אב"ד פתח תקוה, ונשיא בית הכנסת התקווה בפתח תקווה, און חבר בי"ד הרבני הגדול, 28 שטימעס,
רבי ציון בוארון.jpg
רבי ציון בוארון.jpg (47.81 KiB) געזען געווארן 1621 מאל


צוויי איז געווען ליידיג
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' דוד לאו איז א זין פון ר' ישראל מאיר לאו?
די טימעל מיט הרב סתיו האט עפעס מיט רב הראשי?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאר רב האשכנזי:

רבי דוד לאו, רב מודיעין, 68 שטימעס. געווינער
ר' דוד לאו.jpg
ר' דוד לאו.jpg (72.86 KiB) געזען געווארן 1611 מאל

רבי דוד סתיו, רב היישוב שוהם, יושב-ראש ארגון רבני צהר, דער רב פון תנועת הנוער עזרא ודובר איגוד ישיבות ההסדר, 54 שטימעס,
ר' דוד סתיו.jpg
ר' דוד סתיו.jpg (36.73 KiB) געזען געווארן 1611 מאל

רבי יעקב אלעזר כהנא שפירא, ראש ישיבת מרכז הרב וחבר מועצת הרבנות הראשית, 25 שטימעס

ר' יעקב שפירא.jpg
ר' יעקב שפירא.jpg (27.4 KiB) געזען געווארן 1611 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ראשעקאל האט געשריבן:ר' דוד לאו איז א זין פון ר' ישראל מאיר לאו?

יא
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א פרישע שלשול-שושלת אויסגעוואקסן בית הרבנות לבית לאו בית הראשלו"ת לבית יוסף.
שי חרדישע חוצפה האט ווייטער מנצח געווען. מען האט פיינט די מדינה און מען האלט איר ביים קארג אין כנסת און מען לאכט אפ פון רבנות הרשעית און מען מאכט פאליטישע מאכינאציעס צו האבן דארטן אייגענע פאר די גובים און פאליטישע מאכט. איך פאלג נישט חוקי הכנסת אבער איך בין מחוקק כאוות נפשי. איך עס נישט רבנות אבער איך שטעל אריין די קאנדידאטן. פאראזיטן כפשוטו וכמדרשו.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

דער רבי יצחק יוסף איז א בר הכי און א גבר בגוברין אין זיין אייגענע רעכט. ער דארף נישט קיין זכות אבות. ער איז א מחבר פון איבער 40 הלכה'שע ספרים. ער געבט שיעורים יעדן טאג, און איז א אנגענומענע פוסק בכל שכבות ישראל. ער איז אן ערענסטע מענטש, און א ירא שמים מרבים. זיין ערוויילונג איז א כבוד פאר כלל ישראל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת.
אבער דאס אז עס ווערט א ירושה אזוי ווי אונזערע שושלתן הנודעים לשמצה איז א הירוס הרבנות.
כרעד בעיקר פון לאו - מעצגער נומער צוויי.
וואס האבן חרדים מיט זייערע טויזנטער בדאצים תחת כל עץ רענן צו היידזשעקן די רבנות וואס איז מעצם טבעה א מזרחי מוסד?
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

רב החובל האט געשריבן:דער רבי יצחק יוסף איז א בר הכי און א גבר בגוברין אין זיין אייגענע רעכט. ער דארף נישט קיין זכות אבות. ער איז א מחבר פון איבער 40 הלכה'שע ספרים. ער געבט שיעורים יעדן טאג, און איז א אנגענומענע פוסק בכל שכבות ישראל. ער איז אן ערענסטע מענטש, און א ירא שמים מרבים. זיין ערוויילונג איז א כבוד פאר כלל ישראל.


און א גוטע שעלטער... זיין טאטע קען זיך פארשטעקן פאר אים...
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

[quote="קרעקער"]
רב העיר בית שמש הרב שמעון ביטון, רב העיר כפר סבא הרב אברהם שלוש, שני רבני העיר חדרה הרב שמעון ביטון והרב דוד ורנר

?????????????????
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
פארשפארט