קנה לך א "בעסטע חבר"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווערן א בעסטער חבר פאר יענעם איז גרינגער ווי זוכן איינס פאר זיך. און דער פאקט איז אז איך האב נאך נישט קיינעם! איך זוך נאך מיט ליכט...


עס איז נישט דא אזא מושג ווי זיין א בעסטע חבר פאר יענעם 1 WAY
העכסטענע ביסטו יענעמ'ס אויער לעת הצורך און יענער קוקט עס אן אויף דעם אויפן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אודאי בין איך גוט מיט יענעם, אבער איך שפיר נאך נישט גענוג רואיג זיך צו עפענען, בשעת יענער האט שוין דאונלאודעד זיין גאנצע אינהאלט צו מיין הארד דרייוו...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:טראכטן 24/7 פון א חבר איז א אבסעשאן, עס דארף נישט צו זיין אזוי.

וואס איז וועגן טראכן פון א חבר, אינדערפרי, ביים לאנטש ברעיק, און פאר מ'גייט שלאפן?

די שאלה איז, פארוואס טראכסטו פון אים? וואס האסטו פונעם טראכטן? מה יתן לך ומה יוסיף לך?
אז דו טראכסט כסדר וואס - און וויאזוי - דו ווילסט אדורכשמועסן, איז אפשר אקעי (אבער עס מיינט אז דו ביסט זייער פארווייטאגט :roll: )
אבער אויב דו טראכסט אנדערע זאכן, זיין אויסקוק געפעלט דיר, אדער זיין שלום בית געפעלט דיר, אדער ווער ווייסט וואס נאך, דאן איז נישט אין ארדענונג :evil:
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:די שאלה איז, פארוואס טראכסטו פון אים? וואס האסטו פונעם טראכטן? מה יתן לך ומה יוסיף לך?
אז דו טראכסט כסדר וואס - און וויאזוי - דו ווילסט אדורכשמועסן, איז אפשר אקעי (אבער עס מיינט אז דו ביסט זייער פארווייטאגט :roll: )
אבער אויב דו טראכסט אנדערע זאכן, זיין אויסקוק געפעלט דיר, אדער זיין שלום בית געפעלט דיר, אדער ווער ווייסט וואס נאך, דאן איז נישט אין ארדענונג :evil:


האסט עפעס א ראשי תיבות פאר מיר?
Under influence
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווערן א בעסטער חבר פאר יענעם איז גרינגער ווי זוכן איינס פאר זיך. און דער פאקט איז אז איך האב נאך נישט קיינעם! איך זוך נאך מיט ליכט... :טראכט :נערוועז:


איך וויל..... איך וויל!!! פיק מיך.... פיק מיך!!! :צוויי:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג, עפעס איז ראנג מיט דיר?
Under influence
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

אינעם גאנצן אשכול האב איך נישט געטראפן אויס געשמועסט דעם חילוק צווישן ׳בעסטע חבר׳ און גאר א ׳נאנטע חבר׳, וואס לדעתי איז מען צוטיילט דא מיט די מיינונגען אויך אין דעי פוינט. איך למשל, בין זייער זייער קראנק אויף סאשועליטי (נישט זיכער אז ס׳איז א קרענק, אבער שוין) און איך קען ממש נישט אנגיין אן חברים, און ווען זיי זענען נישט בנמצא דעמאלטס אן סאשעל מידיע - אינטערנעט, און איך קען זאגן אז דאך האב איך נישט קיין בעסטע חבר און איך האב נישט געטראפן איינער וואס איז פאסיג דערפאר אויך נישט. נאר איך האב עטליכע נאנטע חברים, און וואס מאכט דאס ווארט נאנט? אז איך בין שוין א שטיק צייט אינאיינעם מיט זיי, מיט איינעם אין ביהמ״ד, מיט איינעם אינעם זעלבן בילדינג ביי די ארבעט וכו׳, און איך קען שוין גאנץ גוט זייער כאראקטער, דאס הייסט אז פלוני איז נישט די טייפ אפילו מיר צושיידן זיך צו אנדערע שטעט, וועט ער לויטן טיפ נישט גיין ווייטער פארקויפן מיינע אישוס וואס איך האב מיר מיט אים דורכגעשמועסט א.א.וו., וואס דאס איז נישט בעסטע חבר און אויך נישט פלעינע חבר, וואס דאס האט מען עטליכע ובבחינת דברי ׳געון הגעונים׳, איינער פאר דאס און א צווייטער פאר יענס, אבער האבן א בעסטע חבר קוקט מיר אויס אביסל ווייט פון די מציאות אפילו איך גלייך שטארק די געדאנק דערפון, אבער דער איז דאך נישט קלוג אין דעם, און דער איז צו ערליך פאר מיינע שטותים, און דער האלט קעגן מיין רבי׳ן, ווי שרגא רופט עס לא ראי זה כראי זה, אבער דעפיניטלי אז נאנטע חברים מאכן די לעבן. געשמאק.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שרייבער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:ואני רק לעורר באתי, א יידיש בחור האט ממציא געווען לעצטנס א מורא'דיגע המצאה, עס רופט זיך "פעיסבוק", אדער "ספר הפנים", אדער "באזוכט=בוך" וואס דאס איז גאר א נוצליכע און פראקטישע כלי אויף צו האלטן קשר מיט- און טרעפן חברים וואס מ'קען מיט זיי האבען א גוטע קשר, איך פרעזענליך האב שוין געטראפען עטליכע חברים וואס איך האלט פאר מיינע בעסטע חברים דורך די אפשריות וואס דער כלי גיט.

כמו שלא ישיג הסומא עין הצבע והחרש שמע הקולות, כן לא ישיגו הגופות האדוקות בספר הפנים תענוגי הנפשיות של ידיד אמת פנים אל פנים ולא פנים אל מסך

נארישקייטן. כאילו עס איז דא א חילוק צווישען רעדן מיט איינער אויפ'ן טעלעפאן אדער רעד'ן מיט עם אויף פ"ב.
עניוועיס, ווער הייסט אלעס זאל בלייבען דארט? איך האב געזאגט אז עס איז גאר א גוטע וועג צו טרעפן חברים, שפעטער קען מען זיך טרעפן מיט עם פנים אל פנים אויב איז אינטרעסאנט. וכן אני נוהג.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:שמעקעדיג, עפעס איז ראנג מיט דיר?

יא! לייידער.
האסט פאר מיר א ר"ת?
וירח ה' את ריח הניחוח
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

דאס איז מיין דעפענישאן פון די 3 סארט חברים, עס איז אפען פאר דיסקאשען.

א חבר; איינער וואס דו גריסט און שמיעסט מיט ווען דו טרעפסט אים, דו מאכסט נישט קיין עפערט אים צו טרעפן. דאס קען זיין איין איינזייטיגע חבר׳שאפט.

א נאנטע חבר; איינער וואס דו האסט ליעב צי רעדן מיט אים, ענק האבן אסאך אין קאממאן, דו רופסט אים ער זאל גיין מיט דיר צי א וואך נאכט/ טיי אווענט זאלסט אינדזשויען די צייט דארט, קען אויך זיין איינזייטיג אבער געווענטליך וועט יענער אויך פילן די זעלבע צי דיר. עס מיז אבער נישט זיין, ער קען זיין דיין חבר נאר דיר א טובה צי טוען.

א בעסטע חבר; איינער וואס דו טראסט מיט דיין לעבן, אלע סודות און פראבלעימען פילסטו באקוועם און לעכצסט אויס צי שמיעסן מיט אים, דו ווייסט אז ער וועט דיר זאגן אויב דו ביזט נישט גערעכט. עס מיז נישט זיין אז ענק זענען אלץ אויף די זעלבע פעידזש, אבער ענק פארשטייען זיך מיט א ווינק. דאס איז זייער א דיפ רילעישאנשיפ, על פי רוב ביידע וועגן. עס קען א דוירך גיין חדשים אהן רעדן און עס וועט זיך האלטן שטארק.

איך מיין אז אלע דריי זענען וויכטיג צי האבן פאר א נארמאלע לעבן׳ס שטייגער.
איך האב נישט קיין נאנטע חברים, עס קען אבער זיין אז איך בין א נאנטע חבר פאר אנדערע.
אמור מעט ועשה הרבה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שמעקעדיג, עפעס איז ראנג מיט דיר?

יא! לייידער.
האסט פאר מיר א ר"ת?

כ"ק אדמו"ר.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעץ זיך אראפ אויף די קני און פרעג שמעקעדיג : וויל יו בעסט חבר מי?

(איידיע גענומען פון אשכול "געוואלדיגע פראפאזעלס)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ביסט געי?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אה, איך כאפ דיין טעות, די קלערסט אז מרת שמעקעדיג איז א מאן. פאני.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נו?
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גארנישט. כ'זוך נאך אלץ........
(אגב, דיין חתימה שטימט יעצט)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

Re: קנה לך א "בעסטע חבר"

שליחה דורך [NAMELESS] »

צייט האט מיר אפגעהארגעט דעם מושג פון א אמת'ע בעסטע חבר, עס איז מיר שווער צו געטרויען א מענטש אז ער האט מיר באמת ליב,
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

קאווע טרינקער האט געשריבן:[center]ווער ס'געדענקט פון ישיבה איז געווען אזא מושג ווי א גאר-נאנטע-חבר.
אמאל איז דאס מער א בחינה פון להתעלס באהבים,
און אמאל איז דאס א נאנטשאפט וואס קוואלט פון הערצה איינער צום צווייטען, ראובן זעהט איין שמעון'ס מעלות, און שמעון האלט אז ראובן איז באמת מער פון אים.
מ'איז זיך מחשיב איינעם דעם צווייטען, מ'לערנט צוזאמען, מ'שמועס, מ'שפאצירט וכו'. אזא חברותא שאפט קען בעצם אנהאלטן יארן,
אבער היות אין אונזער סאסייעטי איז מיטגעקומען פון דערהיים אז די חתן גייט וואוינען במקום הכלה, כדי זי זאל חלילה נישט זיין ווייט פון איר מאמעס פארטוך מער פון 700 פיס,
ע"כ קען מען נישט פאראויס זעהן ווי ווייט דער חברותא שאפט וועט אנהאלטן...
בכלל, ווען א בחור האט חתונה, באקומט ער דאך א נייע חבר, זיין כלה. און ער פארגעסט פון זיינע חברים אביסל.
נאכמער פאסירט דאס, ווען איינע פון די חברים האבן בעסער חתונה געהאט, און דער צווייטער, שמעון, קליקט נישט אזוי מיט זיין באשערטע, און ער לעכצט נאך זיין יוגענט-פריינט וואס איז אין עולם הדבש-ירח,
ביז דער שמעון פילט אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן; א נייע חבר איז זייער שווער צו מאכן. די בעסטע חברים זענען די וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט.
זאת ועוד, שמעון'ס שוועריקייט אין טרעפן חברים איז בכפלים, ווייל די וואס קענען אים נישט, זעהן אים נאר אלץ א נעגעטיווער און פארקראכענער, בעוד, זיינע אלטע חברים ווייסען אז "דאס איז נישט שמעון"...[/center]

די וואס זייער בעסטע-פריינד-שאפט האט באדייט אין די בחינה ווי איהר האט צוגעצייכנט אי אנפאנג,
איז גאנץ פארשטענדליך אז נאכן חתונה זאל דאס נישט אזוי שטארק ממשיך זיין,
ווייל טאמער יא איז צרות ווי א בארג...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אפילו אז מען האט שלום בית פעלט אויס א נאנטע חבר.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם.
.I got voices in my head.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

שיינע אשכול , יישר כח פארן ארויף ברענגן.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: קנה לך א "בעסטע חבר"

שליחה דורך גראף »

עס דערמאנט וואו אין ישיבה וויפיל בחורים זענען סתם גע'רודפט געווארען ווייל זיי האבן געהאט א נאנטע חבר און די חזירים האבן געגעבן א שמיר ארויף אז זיי טוען וואס מען טאר נישט. בקיצור פארגאסן אומ-שולדיג בלוט פאר קנאה און נישט פארשטיין וואס עס מיינט א נאנטע חבר.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
פארשפארט