דאס געלויף פאר רב הראשי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

דאס געלויף פאר רב הראשי

שליחה דורך הדד בן בדד »

די קומענדיגע וואך גייט פארקומען אין א"י די בחירות פאר די צוויי נייע רבנים הראשיים, דער ספרד'ישער רב הראשי וועלכער טראגט אויך דעם טיטל "ראשון לציון", און דער אשכנז'ישער רב הראשי. דער ספרד'ישער רב הראשי וועט אויך זוכה זיין אין דעם רעכט אנצוטוען א נייעם "גלימה" (די ספרדישע ווערסיע פון דעם קאלירטן סטראקעס בעקיטשע), וועלכעס טוט אים אידענטיפיצירן אלס דער ראשון לציון.

ביז ערגעץ אין די ל' יארן איז א רב הראשי אויסגעוועלט געווארן פארן לעבן. איינמאל מען איז געווען רב הראשי איז מען געבליבן אזוי לאנג ווי מען האט געלעבט. אבער ערגעץ דעמאלס האט מען געטויטש דעם געזעץ און עס איז געווארן א פאסטן מיט א איין צען יאריגן טערמין. דעמאלס איז הרב עובדי' יוסף געווען דער רב הראשי, אבער ווען דער געזעץ איז אריין אין קראפט האט הרב עובדי' (און דער אשכנזישער שלמה גורן) נישט געקענט מער דינען ווי צען יאר און זייט דעמאלס טוישן זיך די רבנים ראשיים יעדע צען יאר.

די סיסטעם פון אויסוועלן די רבנים איז זייער אן אינטערעסאנטער וואס איך האב קיינמאל נישט געהעריג אדורך געטון און דעריבער האב איך עס נישט ארויס, עס זענען דא א גרויסע גרופע פון רבנים, מאכערס, פאלעטישנס, ראשי עיר, פרייע, פרומע און כ'ווייסנישט ווער נאך, וואס זיי וועלן די רבנים.

די לעצטע צען יאר איז געווען הרב יונה מעצגער ביי די אשכנזים און הרב שלמה עמאר ביי די ספרדים, פאר דעם איז געווען הרב ישראל מאיר לאו ביי די אשכנזים און הרב אליהו בקשי דורון ביי די ספרדים. יעצט גייט פארקומען נייע וואלן און עס גייען זיין נייע רבנים. די לעצטע פאר מאל ווערט יעדעס מאל דער רעיס מיאוס'ער און מיאוס'ער. עס קוקט אויס ווי א פלעינער פאליטישער געלויף. דאס מאל איז עס געווען ספעציעל מיאוס, און עס טוט זי אפ אסאך שמוציגע פאליטיק ביי דעם. צוקוקנדיג דעס, ווייס איך שוין נישט מיט וואס דאס איז בעסער פון וואס עס קומט פאר ביי אונזערע חסיד'ישע הויפן.

בקיצור, נאך אפאר טעג וועט כלל ישראל ווערן באגליקט מיט צוויי נייע הויפט ראבינערס, איינער מיט א גלימה אבער דער אנדערער ווייסט מען נאך נישט צו מיט א האמבורג אדער מיט א כיפה סרוחה...

ימים ידברו.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער דעם, אבער איך האב נישט קיין צייט און נישט קיין געדולד וועל איך עס לאזן פאר די אנדערע חברים דא.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר