המונקאטשער רב וברכותיו
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
אגב לענין הקליף הידוע של שמירת שבת אצל חתונת בתו מסר לי החסיד הנ"ל מחסידי מונקאטש שהתגורר בדעברעצין,:
אז דער גאנצע קליף איז צו פאר דאנקען ר' יחזקאל שליססעל שהוא היה בן הדומ"ץ במונקאטש הגאון רבי דוד שליססעל זצ"ל
וואס ער איז געוועהן א בעה"ב מיט אפאר דאללער, און נאנט מיטן מנחת אלעזר, און ער האט עים צוגרעד דערפאר,.
אגב סיפר לי הנ"ל אז דער קליף וואלט געדארפט זיין סאך לענגער, נאר ס'פארברענט געווארן א טייל או נאבד

I AM SICK AND TIRED ALREADY
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:ידען האט געשריבן:ווער איז משה אלי עסטרייכער וואס האט ליעב ספרים?
בדרך אגב, עפעס א פרשה איז געוועהן מיט מונקאטש און בעלז.
משה אלי עסטרייכעק האט געדרוקט דעם גאונישן חיבור תיקון עולם (א געדרוקטע בושה צו אינטעליגענציע)
אפשר איבערגעדרוקט. לפי זכרוני איז ער נישט געווען דער אריגינעלער מוציא לאור. (איך ווייס, ס'איז א קליק אוועק. מען קען עס זייער גרינג נאכקוקן. איך בין אבער פויל אריין צו קלאפן אין גוגל און אויפמישן דעם שער בלאט. אוי, ווען וועט שוין ארויסקומען עפעס א טעכנאלאגיע צו פארגרינגערן אזא שווערע טעסק? )
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
סאו וואט האט געשריבן:אגב לענין הקליף הידוע של שמירת שבת אצל חתונת בתו מסר לי החסיד הנ"ל מחסידי מונקאטש שהתגורר בדעברעצין,:
אז דער גאנצע קליף איז צו פאר דאנקען ר' יחזקאל שליססעל שהוא היה בן הדומ"ץ במונקאטש הגאון רבי דוד שליססעל זצ"ל
וואס ער איז געוועהן א בעה"ב מיט אפאר דאללער, און נאנט מיטן מנחת אלעזר, און ער האט עים צוגרעד דערפאר,.
אגב סיפר לי הנ"ל אז דער קליף וואלט געדארפט זיין סאך לענגער, נאר ס'פארברענט געווארן א טייל או נאבד
די לאנגע ווערסיע וואס דעקט די גאנצע שטאט מונקאטש על כל פלגיה וזרמיה, איז מצוי ביו טיוב. אדער מיינט ער אז עס וואלט געדארפט זיין נאך לענגער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
אהה! כ׳האגעמיינט אז ער האט געהאט א פראבלעם אז מ׳האט אפגעכאפט זיין צורה, ווייל טאמער ביסטו גערעכט אז זיין פראבלעם איז געווען די אבסורדקייט פון די שפיצל, דאן וואס העלפט אז ער באקומט דעם קליפ? בד״וו מיין איך אז עס איז נישט געווען קיין טעלעוויזיע נאר א פריוואטע קאמפאני וואס האט געוואלט מאכן ווידיו פונעם אידישן לעבן, און זיי האבן געפיקט דעם טאג וואס׳ע רב מאכט חתונה. כמיין.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
קרעמער1 האט געשריבן:.
אז מ'רעדט פון מונקאטשער רב'ס ברכות, ווי קען מען נישט דערמאנען די באקאנטע פייערדיגע ברכה פאר די יודן אין אמעריקע
(אין דעם פאלגנדן קליפ, אנגעהויבן פון 1:00)
"שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש, שבת איז נאר איינער, ס'האט נישט קיין דוגמא.
זאג איך ענק מיינע ברודער אין אמעריקע: עטס זאלטס האלטן שבת, וועט ענק גוט זיין!
מ'מיינט נישט שבת מיטן דאווענען. היטס אפ דעם שבת. עטס קאנטס האלטן שבת!"
http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8
This video is a big siyata dishmaya. It shows how fardorben munkatch city was, when he sent letters to all rabbis telling them how to be mechanech
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
סאו וואט האט געשריבן:המהרי"ץ דושינסקי: דושינסקי- דא שטינק'סטו (לגבי האגודה בראשית ימיו)
די מעשה איז געוועהן: איידער די חתונה פון זיין טאכטער איז ער אריבער בעטן מחילה פון עטליכע רבנים אויף וועמען ער האט גערעדט אביסל שארף, בתוכם המהרי"ץ דושינסקי וועמען דער מונקאטשער רב האט שטארק אראפגעריסען נאכדעם וואס ער האט איהם געבעטן זיך אפצוזאגען פון זיין א מיטגלידער פון דער אגודת ישראל. ווען דער מנחת אלעזר איז יעצט געקומען בעטן מחילה, האט איהם הגרי"ץ דושינסקי צוריקגענפערט "איהר גייט יעצט מאכען א לופט רייזע?", דהיינו דו האסט א וועלט מיט רבנים פון וועמען צו גיין בעטן מחילה... דער מנחת אלעזר האט זיך געפילט שטארק געטראפען פון אזא אנטווארט, כאילו מ'מאכט דא חוזק פון איהם, האט ער זיך געגעבען א שטעל אויף און געזאגט "דא שטינקסטו", כלשון נופל על לשון, און ער איז ארויס פון דעם שטוב.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איך אויך האט געשריבן:עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.
איך פארשטיי נישט די אבסורד. ער האט קלאר געמיינט - לויט די לעגענדע - אז בשעת ער רעדט הערן און זעהען אים אידן אין אמעריקע. טעלעוויזיע האט נאך נישט געקענט זיין אסור דעמאלטס, ווייל א איסור איז נישט חל אויף א דשלב"ע. טעלעוויזיע האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
- געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
דעת תורה האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.
איך פארשטיי נישט די אבסורד. ער האט קלאר געמיינט - לויט די לעגענדע - אז בשעת ער רעדט הערן און זעהען אים אידן אין אמעריקע. טעלעוויזיע האט נאך נישט געקענט זיין אסור דעמאלטס, ווייל א איסור איז נישט חל אויף א דשלב"ע. טעלעוויזיע האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.
נאך נישט עקזיסטירט????אפשר איז עס נאך נישט געווען אין באנוץ אין גרויסען אבער א כלי האט מען שוין דעמאלסט געקענט קויפןjust to set the fact and history staight
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:המהרי"ץ דושינסקי: דושינסקי- דא שטינק'סטו (לגבי האגודה בראשית ימיו)
דער מעשה איז געוועהן: איידער דער חתונה פון זיין טאכטער איז ער אריבער בעטן מחילה פון עטליכע רבנים אויף וועמן ער האט גערעדט אביסל שארף, בתוכם המהרי"ץ דושינסקי וועמען דער מונקאטשער רב האט שטארק אראפגעריסען נאכדעם וואס ער האט איהם געבעטן זיך אפצוזאגען פון זיין א מיטגלידער פון דער אגודת ישראל. ווען דער מנחת אלעזר איז יעצט געקומען בעטן מחילה, האט איהם הגרי"ץ דושינסקי צוריקגענפערט "איהר גייט יעצט מאכען א לופט רייזע?", דהיינו די האסט א וועלט מיט רבנים פון וועמען ער קען גיין בעטען מחילה. דער מנחת אלעזר האט זיך געפילט שטארק געטראפען פון אזא אנטווארט, כאילו מ'מאכט דא חוזק פון איהם, האט ער זיך געגעבען א שטעל אויף אין געזאגט "דא שטינקסטו", כלשון נופל על לשון, אין ער איז ארויס פון דער שטוב.
ואני שמעתי הסיפור כך: דער מנח"א האט כמעט קיינמאל נישט איבערגעבעטן אבער צו איין רב [מונח בזכרוני אז דאס איז געווען דעם לבושי מרדכי אבער כ'בינישט הונדערט פראצענט זיכער] האט ער אמאל געשיקט צוויי שליחים ,פרעגט דער רב די שליחים זאגטס איר פארט אזוי ארום מעיר לעיר ומכפר לכפר?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
שמו יגער האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.
איך פארשטיי נישט די אבסורד. ער האט קלאר געמיינט - לויט די לעגענדע - אז בשעת ער רעדט הערן און זעהען אים אידן אין אמעריקע. טעלעוויזיע האט נאך נישט געקענט זיין אסור דעמאלטס, ווייל א איסור איז נישט חל אויף א דשלב"ע. טעלעוויזיע האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.
נאך נישט עקזיסטירט????אפשר איז עס נאך נישט געווען אין באנוץ אין גרויסען אבער א כלי האט מען שוין דעמאלסט געקענט קויפןjust to set the fact and history staight
איר רעדט מסתמא פון ווידיא, וואס די טעכנאלאגיע האט שוין עקזיסטירט אינגרויסן פאר לאנגע יארן. טעלעוויזיע דהיינו לייוו בראדקעסטינג פון נייעס און שוי'ס איז דאן נאך נישט געווען. טשעק אוט יור סטרעיט פעקטס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
גערעכט, די חתונה איז פארגעקומען אין יאר 1933, צוויי יאר פאר טעלעוויזיע איז אריין אין באנוץ, אום 1935. ביי די 1936 אולימפיקס אין בערלין, האט מען געקענט מיטהאלטן לייוו אין בערלין און אין לייפציג. און שפעטער יענע יאר, האט די BBC, די ערשטע פובליק TV סטאנציע אנגעהויבן צו בראודקאסטן זייער סטעישען.
ס'מיר טאקע אינטערעסאנט, ווייל ס'איז אנגענומען אין די גאס אז דאס איז געווען אויף טעלעוויזיע, און איז געוויזן געווארן אין אמעריקע. איי געס מ'קען נישט אלעס גלייבן.
ס'מיר טאקע אינטערעסאנט, ווייל ס'איז אנגענומען אין די גאס אז דאס איז געווען אויף טעלעוויזיע, און איז געוויזן געווארן אין אמעריקע. איי געס מ'קען נישט אלעס גלייבן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ס'איז אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט וועגן BBC, באמת זיי זענען (אויך?) א ראדיא סטאנציע, אפשר ראדיא באריכטן האבן זיי דעמאלטס אנגעהויבן. ווייל לפי מיטב ידיעתי איז טעלעוויזיע אריין אין באנוץ - אמווייניגסטנס דאהי אין אמעריקע - ערשט אין טרומאן'ס צייטן. (הגם עס איז מעגליך אז די אלימפיקס זענען געווארן לייוו בראדקעסט קיין בערלין דורך די טעכנאלאגיע, אבער קיין אפיציעלע סטאנציעס מיט צוהערער איז נאך נישט געווען). איי געס מען וועט ברויכן א גוגל טאן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
די ערשטע קאמערציאלע ראדיא בראדקאסט איז פארגעקומען אין יאר 1920, הערשט צוויי יאר שפעטער האט זיך די BBC געגרינדעט, און אנגעהויבן בראודקאסטען אין 1922.
אבער דעת תורה איז גערעכט, אז די ברייט באנוץ ביים אלגעמיינע באפעלקערונג האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די טרומאן צייטן, צירקע '48. אין 1946 האט נאר א האלבע פראצענט פון אמעריקע געהאט TV'ס אינדערהיים, אבער אכט יאר שפעטער, אין 1954 האט שוין 55% געהאט, און אכט יאר דערנאך האט שוין 90 פראצענט געהאט.
אבער דעת תורה איז גערעכט, אז די ברייט באנוץ ביים אלגעמיינע באפעלקערונג האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די טרומאן צייטן, צירקע '48. אין 1946 האט נאר א האלבע פראצענט פון אמעריקע געהאט TV'ס אינדערהיים, אבער אכט יאר שפעטער, אין 1954 האט שוין 55% געהאט, און אכט יאר דערנאך האט שוין 90 פראצענט געהאט.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איינער האט דען געזאגט עס איז געווען לייוו? לאמיר זאגן מען האט עס געוויזן אין אמעריקא צוויי וואכן שפעטער ,יעצט איז שוין גוט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
- געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:עולמו של אבא, האט איר שוין געליינט?
אמאל האט מען גערופן דעם ספר עולמו של באבע כידוע האט ער דארט שיינע טעותים אין פאקטן, יחוס של רבנים, ועוד אבער אז ער האט אפאר בלעטער אויף די מחלוקת מיינט אז לעבעדיג איז געווען... איז עס אזוי ווי א מראה מקום אז מ׳דארף נאכקוקען ערגעץ אנדערש מה היה בדיוק שם
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
בנוגע די ווידיאו פון די חתונה ווי די הייליגן מנחת אלעזר זצוק״ל רעדט צו די אידן פון אמעריקא, מען האט פארן מנחת אלעזר נישט געזאגט אז דאס איז ווידיאו און אויך נישט אז דאס איז לייוו, מען האט איהם געזאגט אז דאס איז א אוידיאו און די אמעריקא׳נער אידן וועלן דאס שפעטער קענען הערן, שפעטער ווען ער איז געוואויר געווארן אז דאס איז געוועהן ווידיאו האט עס איהם גאר שטארק וויי געטוהן, כידוע איז ער געוועהן א מתנגד צו בילדער, עס זענען דא אפאר בילדער ווי מ׳זעהט אז ער פארדעקט זיך ס׳פנים