אליצפן האט געשריבן:Can I really pay my credit card bill from a bank account just by knowing the account number and routing number?
I just recently set up online bill pay from my bank account to my credit through my credit cards website. And all they asked me for is the bank account number thats listed on the bottom of all checks and the routing number on the bottom of the check, that's it.
So basically the way I see it, is that if I have any one's check I can use their bank account to pay off my credit card bills? I can drain someone's bank account just by having their check? I know that this does really not make any sense, so please people how does it work?
תכלית לדעתי איז עס א באמבע קשיא אויף וואס כ'האב נאך אין ערגעץ נישט געפינען א תירוץ.
אקעי, איך קען מיך נישט איינהאלטן.
די פראבלעם וואס
דו ברענגסט אויף, איז נאך גרעסער. די מעטאד וויאזוי דער ווענדאָר (א שטייגער ווי ווערייזאן, קאן עדיסאן, די קרעדיט קארט באנק) קען ארויסשלעפן דאס געלד, הייסט ACH, ראשי תיבות פאר אטאמאטישע קליערונג הויז (Automated Clearing House). עס איז אַן עלעקטראָניק נעץ פאַר פינאַנציעל טראַנזאַקציעס פאר די פאַראייניגטע שטאַטן. עס פּראסעסירט גרויס סכומים פון קרעדיט און דעביט טראַנזאַקציעס אין בעטשעס (batches, בינטליך). דיירעקט דיפאזיט (ווען דיין בעה"ב אדער עמעזאן שטעלט אריין דיין לוין אין דיין אקאונט) ארבעט אויך דורך ACH.
אלזא, דיין קשיא גייט נאך מער ארויף אויף פריוואטע ACH מערטשאַנטס. פון איין זייט, האבן זיי א גרעסע אחריות ווייל מען קען גרינג נאכגיין זייער שפירן, דען זיי האבן א באַציונג מיט די באנק, און זיי ווילן נישט מען זאל זיי פארמאכען זייער אקאונט. משא"כ די ביל פעימענט וואס מען קען טאקע זעהן (נישט אזוי פשוט) צו וועמענ'ס אקאונט עס איז באצאלט געווארן, אבער דער אקאונט-האלטער קען אלץ זאגן אז נישט ער האט דאס געטוען (למשל די טשעק קעשינג). מצד השנה, דער פריוואטע ACH מערטשאַנט קען זיין א שווינדלער וואס האט ספעציעל געעפענט די אקאונט מיטן ציל צו שווינדלען, קען שלעפן אסאך גרעסערע סכומים אויף אמאל.
אגב, אז דו ווייסט די אקאונט נומער, קענסטו אליינס
טרעפן די ראוטינג נומער (אויך גערופן "ברענטש נומער").
די ענטפער איז אז איעדע באנק איז מחיוב צו האלטן אן אויג איבער מעגליכקייטן, און פראבירן בכל כוחם צו פארמיידן פראוד. זיי האבן זייערע מעטאדן וואס האלטן אין איין בעסער ווערן. די שווינדלערס ווערן אויך בעסער (אפשר נאך פלייסיגער), און די פארמעסט גייט אן.
אויך, נאכדעם וואס א שווינדל האט זיך דורכגעגליטשט די אנטי-פראוד סיסטעמס, האסטו נאכאלץ אפציעס און רעכטן. געזעץ
FIL-50-2011 רעגולירט די גיידליינס.
רעגולאציע E פון 1978 גיבט גיידליינס וויאזוי די קאסטומער קען דיספיוטן ACH טראַנזאַקציעס לאחר המעשה. רוב מאל (דאמעסטיש זיכער) קען דיין באנק צוריקדגייען די טראנזאקציע.
דזשערעמי קלאַרקסאָן (עפעס א TV סעלעבריטי אין ענגלאנד) האט נישט געוויסט וואס מען קען אלץ מאכן מיט זיין טשעקינג אקאונט נומען, האט ער עס מפרסים געווען, צו פראוון זיין פאונט אז עס איז נישט געפערליך ווען מען הערט אז איינער האט גע'גנב'ט ווייסיך-וויפיעל אקאונט נומערן. די סוף איז געווען אז איינער האט טאקע ארויסגעשלעפט 500 פונט און עס געגיבן פאר צדקה. (
די גאנצע מעשה.)