עולם הפקר יבנה
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
עולם הפקר יבנה
עולם הפקר יבנה
איך שטוין ווען איך קיק צו דו וועיג וויאזוי מענטשען אפערירן מיטן טעיגליכען הלוך ילך, אז איך האב געקלערט אז איך וועל שפיאנירן אויף אזעלכע לייט און איך וועל ריפארטן ווען איך זעי עפעס מאדנע.
איך זעי מענטשען וואס דרייען זיך ארים מיטן מיינינג אז זיי זענען בעל הבתים, זיי זענען נישט דו נידריגע קלאס, זיי קענען נישט עסן קיין טאנא סענדוויטש פין א גראסערי, זיי מיזען ארויסגיין עסן, ווען א זאמלער גייט ארים נאך געלט, מיז מען זיך ביי אים אפשטעלן אין בעיטן א גרעסערע נתינה, ער קויפט עליות און גרויסן, מיז עולה זיין מפטיר יונה, א אתרוג הדר, שתים שהן ארבע אין מיאמי, א הערליכע קאר, א ברייטערע היט, לערנט אפאר שעה אין טאג, וואכנאכט פין צוויי אלפים, קאנטענענטל חתונה, אויפרייסערישע שבת שבה ברכות, סך הכל איז ער א יוד א שיינער בעל בית, נאר איין פראבלעים איז דא, ער האט נישט קיין פעני א דורך צי לעיבן דעים טאג,
וואס איז פשט אז מענטשען לעיבען אויף אזא רעקלאסישן אופן, לעיבט אן קיין שום חשבון, וויזוי קען זיין, אז איינער וואס פארשטייט א שטיקל גמרא, איינער וואס איז א בר דעת און וועלטליכע ענינים, זאל נישט האבען די מינימאלע פארשטאנד אז מען קען נישט ספענדען ווען מען האט נישט, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין.
ווען איך בין געוועין אין ערשטע קלאס אין עינגליש, האט מיך מיין טיטשער אויסגעלערנט אז איינס ווען מען לייגט צי נאך איין ווערט צוויי, א פיטש פליט, תיקף דערנאך, צוויי ווען מען נעמט אוועק איינס איז איינס, נעם אוועק נאך איינס בלייבט איבער זערא, אין אויב וויל מען אוועק נעמען נאך איינס, קען מען מער נישט, ווייל וויזוי קען מין אוועק נעמען עפעס פין גארנישט, פארוואס ברויכען מיר דאס וויסען פרעיגט א אויבער חכם, מער א רעביש קינד, ער האלט נישט פין עינגליש, זאגט עים דער טיטשער, איך וויל וויסען וויפיל ציינער איך האב היינט פארלוירן, אויב איינער וועט מיך פרעיגען וויפיל זאל איך גלייך וויסען, איבעית אימא, סיז זייער וויכטיג צי וויסען ווען מען האט איין דאלער אז מען קען נישט אויסגעיבען מער וויפיל מען האט, אין אויב ברויך מען דעים דאלאר פאר פרישטאג, קען מען עס נישט אריין לייגען אין א פישקע, ווייל אויב יא האט מען מער נישט אויף פרישטאג.
אמת'דיג בתמיה, ביזט זיכער וואס די זאגסט, וויזוי קען אזא זאך זיין הייבען זיך אן די פראגעס, עס שטייט דאך קלאר אין א ספר, אויך איז עס איין געקריצט אינעם פישקע, אז ויתן ויחזור ויתן ווייל ונתנו גייט דאך אהין אין ציריק, און אויב מען געט פאר צדקה, קריגט מען ציריק מינימאם דאפעלט, עס איז זיכער אז מען טאר נישט מאכען קיין חשבונות ווען מען גיט צדקה, דו ביזט מיר זייער אויפגעקלערט, די ביזט נחמץ, אזא גערעדאכץ, איך ברויך דאך חתנה מאכען מיין אכצענטע קינד, ווי איז יודיש הארץ, אלעס איז אמת אבער פראביר אויס וועסטו זעין אז קיין פרישטאג וועט נישט זיין.
יא יא דאס איז אלעס פאר דער גראסערי מאן האט געזעין אז סיז צרות קיינער קויפט נישט, איז מען אויפגעקימען אויף א געניאלען איינפאל, מען גייט זיך שיסען אינעם געדעירם, מען וועט מתקן זיין א ביך, מען וועט אויפשרייבען, וואס איז די גרויסע זאך, ער האט דאך אויסגעגעיבן אלעס אין צדקה, בין איך דאך א מסייע לדבר מצוה, בין איך דאך א שותף אין מעשים טובים, וואס וועט זיין ער ברויך דאך נאר אויסווארטן ביז דער אויבישטער שיקט אים אפ וואס סעקימט אים, קען מען דען דעים גרויסען באשעפער דען נישט טראסטען, המבלי אין, היד השם תקצוץ, מען טרעפט כלערליי פסוקים, און דער ביך וואקסט ער שרייבט אין ביך נאך א הינדערטער, אין איין מאל מען איז אין די רויט וואס איז א חיליק מיט וויפיל, מען נעמט זיך צי פלעסטיק, עס הייבט זיך אן פרישע צדקות אויפן קארטעל, יעדען חודש נאר אכצען דולר, די זאמלער גייען ארים מיט אזעלכע מאשינקעס וואס מען קען אראפלאדענען פין א קארטעל בראייה בעלמא, אפילו ווען מען איז אין בור, קען מען סוויפן ס'קארטעל, ווייל די מאשין איז וואטער פראף.
פארוואס קען מען נישט פארשטיין אז אויב מען באצאלט נישט קיין באנק, נעמען זיי זיך צי די ביינער, און זיי זענען נוקם ונוטר, אה ביזט א נער וואס פארשטייסטו, איך האב א נעפיו וואס מאכט שארט סעילס בוכאשעם זייער מצליח, ער העט קער נעמען, אוי העט מען ציפיקסען די באנק, דעי רשעים אנטעסעמיטן, מעט זיי צייגען ווער סיז באלעבאס, אבער פארוואס קויפסטו א זימער הייזקע, מיט א מארגידש, פארוואס אינטערסירסט דו דיך אין א וואן פוינט צוויי הויז ווען דו האסט פיי סאמעך, אין קיין פינף צענט אין קעשענע, וואס איז דעמאלץ אין דיין מוח, וואס הייסט דאס מעט שוין עפעס מאכען, סעט שוין זיין גיט, כעל נעמען א שותף, אריין נעמען א אינוועסטער, נעמען א פרייוועט לאון,
זה הכלל א מענטש ברויך וויסען ווי ער שטייט אויפן כדיר הארץ, וויפיל געלט איז דא אין טאש, מיינט נישט אז אויב האט ער הינדערט טאלער אין טאש האט ער הינדערט אויס צי געיבען לכל מה שחומד, ער ברויך וויסען אז ער האט א שליחות צי גיין אין בוטשער דערמיט אדער באצאלען א חוב אין גראסערי, עס קען יעצט אינטער קימען די גרעסטע מציאה, די גרעסטע מצוה, אבער דעיס געלט איז נישט זיינס, חזקה שליח עושה שלחיתו, א מענטש מעיג געיבן צדקה אין מיז געיבען, אבער ער ברויך וויסען פאר ער גייט אין שיל וויפיל געלט ער האט היינט אוועילעבעל, אויב איז דא ציפיל צוועקן, מיז מען געיבען יעדען איינעם אביסעל ווייניגער, אדער ווייזען דעים אין לי צייכען וואס זעיט אויס ווי ווייפערס אין א רעיגן, מען ברויך וויסען אז מען טאר נישט גאנווענען, ווער ווייסט דען נישט שטייט דאך לא תגנובי לא תכחשו ולא תשקרו איש בעמיתו, אה היינט גנב'עט מען מער נישט במחתרת, היינט רויבט מען פון א קארטעל, מען קראכט א טשעק, מען שארט סעילט, היינט ניצט מען אנדערע מעטאדען, אבער מען ברויך וויסען אז מען טאר עס נישט טיען.
מען ברויך וואוינען אין א דירה מען זיכט ארים מען מעיג דאך, מען טראגט עפעס אן, וואס זאל איך טיען, סייסט מען ברויך אריין טאנצען, דער בורא כל עולמים וועט נישט לאזן פאלען, כאב דאך געזאגט גאט פון אברהם, וואס פארא מין גערעדאכץ איז דאס, מען דארף אריין טאנצען, די האסט א חשבון פין ווי דו גייסט עס באצאלען, עפעס א חשבון וואס מאכט שכל, עפעס וואס יעדער קען פארשטיין, אדער היות עס קימט חנוכה, פלאנסטו צו זעקלען ביי א קארטען שפיל, ווייל די האסט א חוש צו פאהקער, מען וועט בארגען הינדערט אלפים, אין דער אייבישטער וועט העלפען, ווי קען מען זיין אזא חיה, און נישט פארשטיין אז אויב באצאלט מען זעצט אן א חוב איז מען א אכזר, און א גנב, א חוב מיז מען באצאלען, אקעי וועט ער ווארטן אביסעל לעינגער, דאס איז אסור צי טיען, עס איז דא פלענטי וועיגען אין אפערטוניטיס צי זיין א נארמאלער מאן, אנהייבען א לעיבען ציוויל, אבער מיר זענען נישט זוכה אפילו צי פארשטיין וואס מיינט גראד, אין וואס מיינט קרים,

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

געליינט אין איין שאס קשיות, תרוצים, סטעיטמענטס, פירכות, ווי דער בעל קורא און מיין מנין היינט וואס האט געליינט אן קיין טראפן (חוץ ביי לדעעעתת און ויעעענננךךךך....)
עני יאניט עוועילעביל?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איכה? פרישער האט אויפגעהערט מיט די חכמות ער שרייבט שוין 'נארמאל' און עס איז צום באלעקן די אויגן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א פראגע צו הער פרישער שליט"א
חא ציגעלייגט קאפ אין אדערכגעטיען דיין פרישן מאמר האחאכעם. כ'מיין כ'אב אללעס פארשטאנען. נאר איין שטיקל איז געבליבן שווער. וואס מיינט דער פסוק מיט'ן ווארט "שתים שהן ארבע אין מיאמי". טאטע לעיבן יאדעך געפרעיגט א פאר קאשעס, זיי מויח'ל און ענטפער מיר א טערעץ. שקויעך.
אני הקטן בערל באלאגאלע (ובזמן קריב(.
אני הקטן בערל באלאגאלע (ובזמן קריב(.

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
איך האב געניצט דו מליצה מחמת שני טעמים איינס פשטות אז דער בעל בית גייט אויף צוויי וואכען קיין מיאמי פין דינסטאג ביז דינסטאג, ובזה ציכאנעט ער פיר וואכען, צווייטענס, אז ווען מיר לערנען דו גמרא מסכת שבת שתים שהן ארבע, פשיט ב"ה ידו לחוץ ונטל עני מתכו ווערט מען אינגאנצען ציטאמעלט ווער איז דער עני ווער איז דער בעל הבית אינעווענדיג, אינדערויסען, משום הא האב איך געפינען פאסיג די מליצה,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרישער האט געשריבן:איך האב געניצט דו מליצה מחמת שני טעמים איינס פשטות אז דער בעל בית גייט אויף צוויי וואכען קיין מיאמי פין דינסטאג ביז דינסטאג, ובזה ציכאנעט ער פיר וואכען, צווייטענס, אז ווען מיר לערנען דו גמרא מסכת שבת שתים שהן ארבע, פשיט ב"ה ידו לחוץ ונטל עני מתכו ווערט מען אינגאנצען ציטאמעלט ווער איז דער עני ווער איז דער בעל הבית אינעווענדיג, אינדערויסען, משום הא האב איך געפינען פאסיג די מליצה,
שקויעך פאר מאזבער (מסביר) זאן אזוי גוט און קלאר. ברוך החונן לאדם דעת. ס'איז מיר יעצט בייגעפאללן, אז ס'וואלט עפשער קעדאיי געוועין אז הרב פרישער שליט"א זאל ארויסגעיבן משניות און געמארעס אויף פרידיש. כעין הוצאת עוז והדר.

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
איך האב געהאט דו זעלבע מעשה מיט דו גיבבערס קאלעקטארס, דא אין מיין קאנטרי זענען אפיר געקראצט געווארן די גאר פיפיגע פין זיי, אין ניין האט נישט געהאלפען, ניין עקזעסטירט נישט באזיי, ווי א שטרעינגער אנזאג, נאר היות איך דא געהאט ציטיען מיט ניין אין ניינציג אנדערע קאלעקטארס פין פארשידענע קרייזען און פארשידענע וויכטיגע צוועקן, איינער וואס האט געטיילט זונות אזוי ווי א שמש ערב יום הקדוש, ווי עס וואלט געוועין א מצוה צו עסן, על כן האב איך נישט אינאכט גענימען דאס ספעציעל פיפיקייט פין די וויזניצע.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 636 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
It’s an interesting phenomenon. When it comes to having as many kids as possible, everyone says “men darf huben bituchen”. When it comes to ganv'e from the government, from goyim or even from fellow yiden, then it’s “vus ken men tien, men darf deken dem budget”. The bituchen is only here when it’s convenient.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
- געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
ביזט גערעכט 100% אבער ווען עס רעדט זיך פון יונגע בחורימלי׳ך וואס האבן אין זייער לעבן נאכנישט געארבייט פאר א דאלאר זיי האבן נאכנישט געהאט hands on ווי מען רופט עס בסך הכל האט מען אים געשיקט "גיי שנאר" איז ביי אים עניטינג צו מאכן א דאלאר אזוי ווי א שטיקל פאן אין דזאוק בתורת מצוה איז קען זיין ער האט באקומען א גוטע חינוך נאר דאס באגרייפט ער נישט
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
- געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
סאשי פיש האט געשריבן:אני מאמין האט געשריבן:לעצטע וואך, האב איך געדאווענט אין א בית מדרש אין די קעטסקילס בערג, און צוויי וויזניץ'ער יוגעלייטלעך זענען געגאנגען נאך געלט מיט א ראפפעל.
ווער איז מחנך די חברהלייט?
[tag]שמו יגער[/tag]
ביסט גערעכט! אבער מיין פאוינט איז אז קיין איין ישיבה גדולה וקטנה אדער א כולל (לפי ידיעתי אדרבה פליז פראוו מי ראנג) ברענגן עני רעדנער רעדן וועגן פינאנץ ווי אזוי צו פירן א בודזעט, אדער אוועקלייגען א דאלאר וכדומה זאל עס זיין א אקאונטענט אדער איינער וואס זיצט ביי דין תורה׳ס וואס זעט פראבלעמען אין עדיוקעיטון די יונגווארג וואס זענען נישט באהאוונט אפשר קען דאס זיין א שטיקל רפואה פאר דעם עולם הפקר סטייל..
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.
איין זאך באדערט מיך איבער זיין שאו: וועןו ער דאנקט און לויבט זיין יאשקע. און ווען ער פראוועט גוי'אישע עניוות.