מאיר_וואלף האט געשריבן:אבער וואס ער האט געשריבען איז נישט שיין
עס פאסט פאר בענדזשאמין פרענקלין
איך האב דיר שוין געשריבן אין אישי, איך האב נישט געמיינט קיין פחיתות כבוד, נאר אז נאר,,פרייליך שרייבט אזוי אויף אן ערליכע איד וואס מיינט עס נעבעך ערענסט, נאר פאר דעם ווייל ער האלט אנדערש ווי עם, און אויב האלט ער אנדערש ווי זיין טאטע, ברידער, און סאטמארע רב מוז זיין אז ער איז צויוזשעט געווארן ווייל ער האט זיך געמיטשעט מיט קינדער, דאס איז א פחיתות כבוד אין מענטשהייט, און קען געזאגט ווערן ביידע וועגן, איך האב עס געשריבן לשיטתו פון מיסטער פרייליך.
קאך_לעפל האט געשריבן:אה, די פרעגסט דאך גוט, איז אזוי! עס איז נישטא קיין חסידות און די וועלט וואס האט אזוי פיינט סאטמאר, מיר אירע היילגע רבי'ס, וואו בעלזא,
פארוואס? איז דא אסאך סיבות, אבער די עיקר סיבה איז ווייל סאטמאר גייט אויפן הייליגען דרך וואס אלע צדיקי בית בעלזא זענען געגאנגען, און דאס שמייסט און פנים פאר בעלז, ער קען דאס נישט איבערטראגען, (עס קען גאר זיין אז וועגן דעם האט ער געווארפן דאס שטריימעל ער''פ תשנ'''ד)
עכ''פ, פון די שנאה און האס, און ביליקייט וואס די שרייבסט קעגן דעם קדוש אלקי, דעם רבן של ישראל, דער גרעסטער אויפטיער ביי כלל ישראל, וואס איז נאר אמאל געווען, מיז זיין אז די ביז א בעלזער חסיד פארשטאנטא?
סאטמאר האט רבי'ס? כ'האב געמיינט אז די דברי יואל איז געווען סאטמארער רב. און דו קענסט עם רופן ר' בערל ביז איבערמארגן, ס'גייט מיר קיין סאך נישט אן, אבער כ'מיין אז ס'איז קעגן די תקנות דא. און לגבי ווער איז די גרעסטע אויפטוהער, history will be the judge of that.
לענינינו, דארף איך מורא האבן פון גילוי? באלד פיגערסו אויס מיין סאשעל סעקיוריטי נאמבער אויך, כ'מיין וויפיל בעלזערס וואוינען שוין אויף אורשיווע דרייוו?