דעת תורה האט געשריבן:די איראניע איז אז ער איז יא געווען רב אין קלויזענבורג, אבער נישט אין די שטאטישע קהילה נאר אין עפעס א בני יואל'ע סטיל קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אריגינעלע קהילה. אויך דארטן האט מען אים נישט דירעקט אויפגענומען, די קהילה האט נאר געשיקט א קאנסוס פאר זיין "פעטער לבן..." דער סאטמארער רב, וועלכער האט עס אוודאי נישט געהאלטן ביים אננעמען, נאר אנשטאט אריין געשטעלט במקומו זיין נעפיו, יעקב אבינו. איך מיין דער קלויזענבורגער.
(דעת, כ'האב געמיינט אז בני יואל איז גאר די עכטע...) ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול...
סאו וואט האט געשריבן:במחכ"ת אביסעלע פאזיטיוו הגאון אדמו"ר מקלויזענבורג זצוק"ל מיט זיין תורה, תלמוד תורה כנגד כולם, גם כנגד מידות, אביסעל גארליץ שארפקייט, נא, נישט געפערליך עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא? נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.
ולעומת זה סיפר לי הרה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שיחי' מסאטמאר, שכידוע היה הברך משה בבאבוב, ולמה? ווייל מ'האט אנגעטראגען איינע פון דו טעכטער פון קדו"צ. והברך משה ראה שהמשפחה הוא מאדערן, וממילא לא נעשה השידוך, וכן יעץ לו הרב הדברי יואל מסאטמאר ז"ל שלא יעשה השידוך, והדברים ידועים.
לאמיר אנהייבן, תלמוד תורה כנגד מידות? אזוי גאר? זייט ווען, מיר ווייסן אז דרך ארץ קדמה לתורה. א איד וואס לערנט די תורה, אבער די תורה לערנט אים גארנישט, איז נישט קיין תלמוד חכם.
נעקסט, טשולדיגט מיר, דאס טרייען צו פארגלייכן אים צום גארליצ'ער רב איז א שוידערליכע פגיעה בכבודו פון דעם הייליגן גארליצ'ער רב. דאס איז פלעין שלעכטע מידות, האט גארנישט מיט גארליץ.
ווייטער, כ'אב הנאה אז דו שרייבסט נאר לכאורה, ביי וועמען עס איז שענער צו זיין אן איידעם ווענדט זיך ביי וועמען דו פרעגסט. לדעתי איז אסאך שענער צו זייין אן איידעם ביים קדושת ציון.
און צום שלוס, צו שרייבן אויף דעם קדושת ציון אז ער איז געווען מאדערן, איז כמעט אזא אבסורד ווי צו שרייבן אויפן קלויזענבורגער אז ער איז געווען א בעל מידות.
אינטרעסאנט ווי דורות טוישען זיך, דער אלטער באבאווער איז געוועהן דער בעל מידות, און היינט איז דער צאנזער דער בעל מידות. און אין באבוב להיפוך.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
סאו וואט האט געשריבן:עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא? נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.
ולעומת זה סיפר לי הרה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שיחי' מסאטמאר, שכידוע היה הברך משה בבאבוב, ולמה? ווייל מ'האט אנגעטראגען איינע פון דו טעכטער פון קדו"צ. והברך משה ראה שהמשפחה הוא מאדערן, וממילא לא נעשה השידוך, וכן יעץ לו הרב הדברי יואל מסאטמאר ז"ל שלא יעשה השידוך, והדברים ידועים.
טעות נישט רבי משה סטעמפל נאר אנשטאט דער קלויזענבורגער האט דער 'קדושת ציון' גענומען רבי שלמה רובין.
דער מעשה מיטן ברך משה איז געוועהן אז דער קדושת ציון האט געפרעגט דעם ברך משה איבער "צוויי בחורים" איינער האט א ווילדע קאפ א משונעדיגע מתמיד, דער צווייטער איז אבער מער כאראקטער א צוזאמען גענומען בחור, האט דער ברך משה געזאגט "כ'האב דאך געקענט דעם פעטער, אין דער שטוב, כ'האב געזאגט אויפן צווייטן". דער מעשה האט דער ברך משה אליינס דערציילט פאר מהר"ש השני מבאבוב אין פלארידע תשנ"ה אין חצר פון פון הרב קורץ'ס הויז.
דער מעשה מיטן 'דברי יואל' איז געוועהן אז דער דברי יואל האט איהם [דער קלויזענבורגער] געוואלט פאר זיינס א טאכטער, האט ער געשיקט דער עצי חיים איהם צו גיין פארהערן אין זעהן מה טיבו, ווען דער עצי חיים האט געזעהן דעם זעלטענעם בחור האט ער איהם גענומען פאר זיך.
זר זהב האט געשריבן:מדערציילט אז רבי מיכאל בער האט געוואלט עפעס איינמאל אנרייסן באבויקערן דעם קלויזענבורגער זצל
דער מעשה איז געוועהן בשנת תש"ח אין סאמערוויל ווען רבי מיכאל בער איז נאכגעלאפען דער קלויזענבורגער ארום א טיש, מיט א אפגעבראכענע פוס פון א בענקל, ווען דער קלויזענבורגער האט זיך עפעס צורעדט אויף זיין שווער דער נייטרא רב, נאכדעם וואס רמ"וו האט נאכגעזאגט א געוויסע ענין פון זיין שווער. ס'האט איהם שטארק געבאדערט אז ער רעדט אזוי אויף איד וואס ער האט נישט געקענט, רחמ"וו האט דאס גענומען זייער צום הארצען.
סאו וואט האט געשריבן:עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא? נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.
ולעומת זה סיפר לי הרה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שיחי' מסאטמאר, שכידוע היה הברך משה בבאבוב, ולמה? ווייל מ'האט אנגעטראגען איינע פון דו טעכטער פון קדו"צ. והברך משה ראה שהמשפחה הוא מאדערן, וממילא לא נעשה השידוך, וכן יעץ לו הרב הדברי יואל מסאטמאר ז"ל שלא יעשה השידוך, והדברים ידועים.
טעות נישט רבי משה סטעמפל נאר אנשטאט דער קלויזענבורגער האט דער 'קדושת ציון' גענומען רבי שלמה רובין.
דער מעשה מיטן ברך משה איז געוועהן אז דער קדושת ציון האט געפרעגט דעם ברך משה איבער "צוויי בחורים" איינער האט א ווילדע קאפ א משונעדיגע מתמיד, דער צווייטער איז אבער מער כאראקטער א צוזאמען גענומען בחור, האט דער ברך משה געזאגט "כ'האב דאך געקענט דעם פעטער, אין דער שטוב, כ'האב געזאגט אויפן צווייטן". דער מעשה האט דער ברך משה אליינס דערציילט פאר מהר"ש השני מבאבוב אין פלארידע תשנ"ה אין חצר פון פון הרב קורץ'ס הויז. למעשה איז דער שמועס געווארען אראפ געכאפט אויף טעיפ, מהר"ש האט נישט רעאגירט צום מעשה, ס'האט איהם נישט געשמעקט אז ער דערציילט דאס בנוכחות פון פרעמדע מענטשען, אויף טעיפ הערט מען ווי איינער זאגט פאר דער ברך משה "ער טאקע נישט, אבער דער רבי איז יא אריין געפאלן מיט איהם" היות ער איז געווארען זיין שוואגער. עפעס הערט ווי ברך משה האט רעאגירט אבער כ'האב נישט געקענט אויפכאפכען פונקטליך וואס ער זאגט דארט.
דער מעשה מיטן 'דברי יואל' איז געוועהן אז דער דברי יואל האט איהם [דער קלויזענבורגער] געוואלט פאר זיינס א טאכטער, האט ער געשיקט דער עצי חיים איהם צו גיין פארהערן אין זעהן מה טיבו, ווען דער עצי חיים האט געזעהן דעם זעלטענעם בחור האט ער איהם גענומען פאר זיך.
זר זהב האט געשריבן:מדערציילט אז רבי מיכאל בער האט געוואלט עפעס איינמאל אנרייסן באבויקערן דעם קלויזענבורגער זצל
דער מעשה איז געוועהן בשנת תש"ח אין סאמערוויל ווען רבי מיכאל בער איז נאכגעלאפען דער קלויזענבורגער ארום א טיש, מיט א אפגעבראכענע פוס פון א בענקל, ווען דער קלויזענבורגער האט זיך עפעס צורעדט אויף זיין שווער דער נייטרא רב, נאכדעם וואס רמ"וו האט נאכגעזאגט א געוויסע ענין פון זיין שווער. ס'האט איהם שטארק געבאדערט אז ער רעדט אזוי אויף איד וואס ער האט נישט געקענט, רחמ"וו האט דאס גענומען זייער צום הארצען.
ואני שמעתי אז דאס "מעמד באבויקערן" (קרעדיט ז"ז) האט פאסירט ווען ער האט געדאווענט פארן עמוד דארטן אין סאמערוויל און געוואלט דאווענען נוסח ספרד, אזוי ווי סאטמאר רב האט געהאט געטון דארט בעפאר בעידודו פון הגרמ"ב.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה האט געשריבן:ואני שמעתי אז דאס "מעמד באבויקערן" (קרעדיט ז"ז) האט פאסירט ווען ער האט געדאווענט פארן עמוד דארטן אין סאמערוויל און געוואלט דאווענען נוסח ספרד, אזוי ווי סאטמאר רב האט געהאט געטון דארט בעפאר בעידודו פון הגרמ"ב.
קען זיין אז שפעטער אין שטוב צו וואס, איז שיעור געגאנגען פעטש
סך הכל, כ'האף אז ביים חלק ב', וועט מען איבדריקין, פרסום ראשון, חדש, זיין יומן אויב וויל מען מאכען א שלימות פון אזאך, זאל מען אויך אריינרוקען, פרעזענליכע רשימות פון מעשיות שרשם רבי בנציון מבאבוב שיחי' ששמע מאביו המהר"ש, אוי איז דא דארט האט (פתח) סטאף (קמץ), לא היה כבושם הזה.... דעמאלס וועט זיין א "רייכע" תולדות ספר.
אונטערשטע שואה לויט ווי איך פארשטיי, גרויסע רעביס (באט נאטינג מעידזשער) וואס האבען אסאך פאפעטס און אנהענגער, און וואס האבען וואס נעמן זיך אן לכבודם, פון זיי טאר מען נישט רעדן, נאר פאזיטיוו. אז נישט, מעקט מען, וואס הייסט, ער האט דאך שעף'עליך, סאו לאקי, צאן מרעיתם. ח"ו פוגע זלזול מזלזל מלגלג זיין בכבודם. משא"כ קליינע רעבילעך (מאן דאיהו זעיר הוא רב, זוה"ק חיי שרה), וואס האבען נישט אקס'ן, און וואס נעמן זיך אן לכבודם, זיי, זיי מעג מען רעדן, ווייל ער האט דאך נישט פאפעטס. אזוי האב איך פארשטאנען פון קופערניקס. כ'בין נישט ניי, כ'בין איינגעשריבען געווארן פון דו מאה ראשונים, און פארגעסען מיין פעסווארד, כ'האב נישט קיין שום אדשענדע, ווייל כ'האב נישט קיין רבי, אדרבה, איך זיך איינס....
קדוש...קדוש...קדוש...לעומתם משבחים ואומרים....ברוך כבוד השם.... מיין צענזור האט ארויסגענומען צדיקים, זקן אדמורי"ם, רבנים, דיינים, ראשי ישיבות ימ"ש... וכיוצא בזה, כבוד קדושת שטייט ביי מיר נאר ביים רבונו של עולם, ישתבח שמו לעד ולעומי עולמים לנצח נצחים.
מאכסט א תולדות, מאך נישט אז איז געבוירען הייליג, שרייב עס אויף אן אופן, מ'זאל זיך קענען אפלערנען, ווי פארשטענדליך, דא נאר רי רייט היסטורי, דברים כהוויתן, און נישט דברים כמחשבתן
סאו וואט האט געשריבן:עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא? נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.
אין "ימי שאול בכתובים" ברענגט ער וואס דער קדושת ציון האט דערציילט, אין קור-ארט, פאר די אנוועזנדע ליטווישע רבנים איבער דעם שידוך
(דער ספר\ביכל בכלל, איז אויסנאם אינטרעסאנט. עס גיבט אן אויטענטישן בילד אויף די באבובווער חסידות אינדערהיים, אין די אויגן פון א יונגן חסיד. ס'איז צום באלעקן זיך)
יעצט דא אין דעם אשכול איז דער נושא א ספר וואס באשרייבט א גדול, וועלכער האט לכל הדעות גאר אסאך אויפגעטאן אין זיין דור. מען רעדט נישט פון א מענטשן וועלכער האט איבערגענומען א פערטיגע רבי'סטווע (פאר ווער עס ווייסט), נאר ער האט עס אליינס אויפגעבויטע מיט בלוט און שווייס, און מיט עבודה קשה. קומט א ניק, און הייבט אן האקן שטיקער, ער וויל דוקא מען זאל באשרייבן יענעם'ס שוואכקייטן, וואס ער האט יא אדער נישט געהאט, און ער גייט אויף דעם מהלך, דא ברענגט מען א ראי' פון דעם און דארט ברענגט מען א ראיה פון יענעם.
וויל איך דיר עפעס מודיע זיין. אני הקטן, הדד בן בדד, האב געקענט, און קען נאך אלץ אסאך מעטנשן וועלכע הייסן גדולי ישראל, אנשים מפורסמים, טייל קען איך פערזענליך, און טייל דורך גאר נאנטע קרובים וועלכע האבן זיי געקענט פערזענליך. און פערזענליך מיין איך נישט אז ער אדער איך בין א חסיד פון יענעם, אדער געגאנגען צו זיין טיש, נאר פערזענליך מיין איך פון שטוב, מאחורי הפרגוד (נישט פון קאווע שטיבל), פון דארט ווי אנדערע זעען נישט. און איך קען דיר אזוי פיל זאגן, אז קיינער פון זיי איז נישט קיין טלית שכולה תכלת, ווען מען זאל שרייבן איבער שוואכקייטן קען מען אויף יעדן איינעם שרייבן גאנצע בלעטער, און טייל מאל גאנצע ביכער, פון שוואכקייטן, עוולות, חסרונות וכדו'.
אלזא, ווען איינער קומט דא אין אזא אשכול און טרייט צו פירן דעם נושא אויף אזעלכע רעלסן, ענטפער איך אים אויף זיין מהלך. דו ווילסט איך זאל דיר דערציילן גדלות אויפן קלויזענבורגער רב, איך האב אסאך גדלות צו פארציילן אויף אים, אבער איך האב אסאאאך פון די אנדערע סחורה אויך. און די זעלבע איז מיט אלע אנדערע וועלכע מען האט דערמאנט דא אין דעם אשכול.