דער כח פון אמונה! (א בריוו פאר א כופר)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

דער כח פון אמונה! (א בריוו פאר א כופר)

שליחה דורך שרייבער »

א חלק פון א אפענע בריוול וואס א איד האט געשריבן פאר א אינגערמאן וואס האט ליידער פורק עול געווען און פאררופט זיך אלס כופר בעיקר ר"ל

לאמיך אנפאנגען מיט א קורצע קאפיטל און היסטאריע פון ווי איך האב מיך מיט ... נ״י באקענט.

איך בין א מאנסי איינוואוינער פון געבורט אן און אלס קינד האט מיין טאטע געהאט א קליינע דירה׳לע אונטער אונזער הויז וואס דאס האט געקאווערט די מארגעדש פון דאס הויז חודש׳לעך. מיין טאטע איז דאן געווען א יונגערמאן וואס האט שווער געארבייט פאר א דאללער, ער האט געהאט א זשאב און מאנהעטן וואס האט געקלעקט אויף די חושליכע הוצאות ממש פונקטליך, דאס הייסט אז מען האט ב״ה קיינמאל נישט געהונגערט אבער מען האט געלעבט ממש פונקטליך, די אויבן דערמאנטע דירה האט ממש געקאווערט פאר די פונקטליכע סכום פונעם מארגעדש און דאס איז געווען א ״מאסט העוו״ נישט צו בלייבן מיט א לאך אונעם בוזשעט יעדע חודש.

איין טאג רופט אינז אן א יוד מיטן נאמען ר׳ .... שליט״א און ער זאגט פאר מיין טאטע אז ער האט זיך יעצט געצויגן פון טאהש אויף א שטיק צייט און דארף א דירה׳לע, פארשטייט זיך אז די אינקאם האט מען געדארפט און פונקט דאן איז די דירה געווען ליידיג פון א פאריגע טענענט וואס האט זיך ממש פארדעם אוועקגעצויגן, האט מיין טאטע מיט גרויס שמחה געזאגט פאר דעם ר׳ ..... אז ער קען די דירה האבן בסבר פנים יפות.

שוין די טאג פון אריינמופן קומט אן, פארשטייט זיך אז מיר קינדער זעמיר נייגעריג געווען ווער די נייע שכנים זענען, און מיר זענען געזעצן צוגעשמידט צום פענסטער אגאנצן טאג ווארטנדיג אז דער נייער שכן זאל אנקומען, ענדליך קומט א טעקסי אן און דער ר׳ .... קומט ארויס ווען פון טראנק נעמט ער ארויס א רעדער בענקל און העלפט זיין ווייב ארוסקומען פון קאר מיט גרויסע שוועריקייטן, און מיט אזא געטריישאפט שלעפט ער איר ארויס אויף די אייגענע הענט ממש אזוי ווי א מאמע האלט א קליינע בעיבי און מיט די שווייס רינענדיג פון זיין שטערן זעצט ער איר אריין און די רעדער בענקל אלעס מיט א לעכטיגן שמייכל ווי גלייך ער האט יעצט געשלעפט א נייע ספרים שאפע פאר זיין ספרים שטוב און ער קען שוין קוים ווארטן אז ער זאל עס זעהן אויפגעשטעלט במלאו יופי ביי זיך און לערן צימער, די דירה איז געווען א שטאק אראפ און דער ר׳ .... שלעפט ווייטער אראפ זיין ספרים שאפע מיט די לעצטע כוחות ווען גרויסע טראפענס שווייס רינט אים פון זיינע אויגן אבער ווייטער מיט די זעלבע שמייכעלע.

מרת ... איז געווען פארלאזירט אויף א האלבע קערפער און די פארפאלק לויפט שוין יארן ארום און די גאנצע וועלט זוכן פאר איר א רפואה, און שטוב ווארטן קינדערלעך און לעכצען נאך די טאטע מאמע, דא שטייען די צובראכענע (בגוף ובנפש) טאטע און מאמע און לעכצן צו זייער שווארץ אפעל פון אויג פון זייערע קינדערלעך וואס זיי האבן געלאזט אינדערהיים צוטיילט ביי גוטע פריינט און קרובים און זיי ווייסן אפי׳ נישט ווען מען גייט די זיסע קינדערלעך זעהן דאס נעקסטע מאל.

מרת ... קען קוים א גליד רוקען יעדע ריר קומט אן מיט יסורים קשים ומרים, פון די אויגן רינען טרערן פון יסורים אבער אויפן פנים איז ארויפגעזיגלט א שמייכל וואס דעם פנים טוט פון זיך נישט אפ.

מען פאנגט אן צו לויפן פון איין דאקטער צום צווייטן קיין פעני און שטוב איז נישט דא, יעדן טאג דארף מען זיצן אויפן טעלעפאן מיט אן אנדערן באקאנטער און מאכן זיכער אז מען האט עפעס א וועג אריין און שטאט ווייל דער דאקטער וויל זיי שוין זעהן אכטע צופרי, ענדליך נאך אגאנצען טאג זיך שלעפן און די שטאט קומט מען אן אהיים צובראכן און צושאסן און מען פרעגט ר׳ .... נא? וואס האט דער דאקטער געזאגט? דער ר׳ .... ענטפערט מיט די זעלבע שמייכעלע ווי אייביק... דער דאקטער זאגט אז ער קען גארנישט טאן אבער דער רופא כל זאגט דאך נישט אזוי ער קען דאך יא טאן ממילה וואס א חילוק וואס דער דאקטער זאגט זעהט אויס אז ער האט נישט די זכיה צו זיין דער שליח פונעם הייליגן באשעפער, ווען פון די זייט זיצט מרת ... און די רעדער בענקל נישט האבענדיג קיין כח צו רעדן א ווארט אבער שעפשענדיג זאגט זי ״כל מה דעביד רחמנה לטב עביד״ עס וועט בעז״ה זיין גוט! דאס האב איך אלס קינד מיטגעלעבט איבער א יאר צייט יעדען איינציגסטן טאג!
די שמייכעלע איז פון די צדיקים קיינמאל נישט אראפגעגאנגען קיינמאל!

אידן האבן כסדר אנגעפאנגען צו קומען דער ברענגן א סאפפער וואס זיין ווייב האט אפגעקאכט פאר עפעס א מרת ... פון טאהש וואס זי האט נאך קיינמאל נישט געזעהן! אבער זי ווייסט מען האט איר געלערענט אז ווען א אנדערע איד דארף הילף דארף מען אים/איר נישט קענען מען דארף נאר העלפן אן קיין חשבונות.,

דא קומט א יוד און נעמט אראפ פון די ארבייט אריינצונעמען ר׳ .... מיט זיין בני בית אויף מאנהעטן א מעשה פון אגאנצן טאג זיצן און טרעפיק פריי אן קיין פעני אפצאל. אלס ווייטער ווייל די פאנאטישע סיסטעם האט אים געלערענט אז די פליכט פון א יוד איז צו העלפן א צווייטע יוד און נויט אן קיין אייגענע חשבונות, איי ווער וועט קאווערן די געלט וואס די טאג פעלען פון ארבייט וועט אים קאסטן?
נו פאר דעם איז דאך דא אזא זאך ווי ״אמונה״ וואס א יוד האט דער אייבישטער וועט שוין העלפען.

איבריג צו זאגן אז דער יוד האט ביי מיין טאטע און דירה געוואוינט איבער א יאר צייט און פארשטייט זיך אליינס אז מיר האבן אלע געהאט א זכיה צו האלטן אזא צדיק און צדיקת און פילען זין פון ווארט און אונזער הויז פריי אן אפצאל.
איי ווער וועט באצאלן פארן באנק די מארגעדש סוף חודש און אז מען באצאלט נישט איז דער באנק נישט קיין סאך ביזי מיט קיין חסד נאר זיי שטעלן ארויס פון די הויז אויפן גאס, אבער מיין טאטע פארלאזט זיך ווייטער אויף די אמונה! דער אייבישטער וועט שוין צושיקן אז מען טוט חסד פאר א אנדערע יוד בלייבט דער אייבישטער נישט שולדיג.

דא מאכט מען א טיי אווענט אז ר׳ ..... זאל נישט האבן קיין דאגות פון קיין געלט נאר ער זאל קענען אנגיין ווי ווייט מעגליך צו באהאנדלען זיין ווייב, קומען יונגערלייט וואס מאכן קום $100 דאללער א וואך און כולל און זענען זיך משתתף מיט צוואנציג צו פופצוג דאלער, איי ביסט איגאנצן נארמאל? דאס איז דאך האלב פון דיין וועכענטליכן געהאלט! ווער וועט באצאלן סוף וואך פאר די פיש אויף שבת קודש???
אה ווייטער נישט קיין פראבלעם ווייל א יוד האט דאך אמונה! דער אייבישטער וועט נישט שילדיג בלייבן!

נאך יארן פון יסורים קשים הויעכט נעבעך אויס די הייליגע נשמה פון מרת ... און טיילט זיך אפ פון איר צובראכענע צושאסענע גוף אבער ר׳ ..... רופט אן ווינטשען ערב ראש השנה א גיט געבענטש יאר פאר זיין אלטע בעל מכניס אורח און ער רעדט מיט א שמחה וויי גלייך ער האט יעצט חתונה געהאט און נישט ווי איינער וואס האט יעצט באגראבן זיין ווייב, דער אלטער בעל מכניס אורח פרעגט ר׳ .... ווי זענט איר זיך אזוי מחזק און אזאלעכע ביטערע צייטן! אבער וואס זאגט ר׳ ...... ״״״״אמונה״״״״ א יוד וואס ווייסט אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן ווייסט אז כל מה דעביד רחמנה לטב עביד!

די גאנצע מעשה וואס איך האב דא פארציילט איז יעדן ווארט אמת ויציב און איך גלייב נישט אז די .... טייערע ווייסט נישט דערפון.

... איך ווייס נישט וואס דער ר׳ אמונה האט דיר שלעכטס געטאן אז די האסט גענימען פאר א ציל צו פירן א קאמף מיט אים, אבער וואס איך ווייס יא איז אז אויב האט דיין מאמע געהאט איין גרינגערע טאג און לעבן איז עס א דאנק דעם אמונה, אויב האט דיין טאטע געקענט אנגיין און די ביטערע צייטן איז עס א דאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע און מאמע געהאט א ווארימע היים איבער א יאר צייט און מאנסי איז עס געווען א דאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע און מאמע געהאט א ווארימע נאכטמאל גרייט אויפן טיש נאכן זיך צריקערן פון מאנהעטן נאך א שווערע טאג איז עס אויך געווען אדאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע דיר געקויפט א נייע רעקל איז עס אויך געווען א דאנק די אמונה פון די אידן וואס האבן אים געגעבן די געלט דערפאר.

סך הכל! די ביסט שולדיג פאר דיין אזוי פארהאסטע אמונה דיין לעבן!

און איך גלייב באמונה שלימה אז דיין מאמע עליה השלום ריעט נישט דארט און לעכטיגן גן עדן און וועט נאך דיין אמונה אויך צריקשטעלן!

שרייבט א יוד וואס האט אייך ליב מיטן גאנצן הארץ.
..........
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]חלום[/tag], איר קענט צוריק קומען.
Under influence
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

שרייבער האט געשריבן:***, איך ווייס נישט וואס דער ר׳ אמונה האט דיר שלעכטס געטאן אז די האסט גענימען פאר א ציל צו פירן א קאמף מיט אים, אבער וואס איך ווייס יא איז אז אויב האט דיין מאמע געהאט איין גרינגערע טאג און לעבן איז עס א דאנק דעם אמונה, אויב האט דיין טאטע געקענט אנגיין און די ביטערע צייטן איז עס א דאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע און מאמע געהאט א ווארימע היים איבער א יאר צייט און מאנסי איז עס געווען א דאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע און מאמע געהאט א ווארימע נאכטמאל גרייט אויפן טיש נאכן זיך צריקערן פון מאנהעטן נאך א שווערע טאג איז עס אויך געווען אדאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע דיר געקויפט א נייע רעקל איז עס אויך געווען א דאנק די אמונה פון די אידן וואס האבן אים געגעבן די געלט דערפאר.

סך הכל! די ביסט שולדיג פאר דיין אזוי פארהאסטע אמונה דיין לעבן!

לכבוד דעם באזארגטן שכן,

דו ווילסט אפשר מסביר זיין דיין פינטל? דער וואס ווערט געהאלפן פון מאמע טערעסע איז דערפאר געווארן משועבד א גאנץ לעבן צו פארבלייבן א קאטאליק? און דער וואס ווערט געהאלפן פון אן אטעיסט, ווערט דעריבער משועבד צו ווערן א כופר הכל? למען האמת מוז געזאגט ווערן אז דאס פארלאנגן דער אייביגער שעבוד א דאנק דער אריגינעלע טובה איז ח"ו א גוי'אישע מידה, ווי חז"ל זאגן כל מה דעבדין לגרמייהו וכו'.

אויב האסטו עפעס געטון מיט דיין ארטיקל איז דאס נאר אונטערצורייסן סיי וואס'ארא גוטס דיין משפחה האט אין די פארגאנגענהייט געטון מיט פלוני'ס עלטערן. אויב וואלט נאך געווען א ברירה פאר דיר אויסצונוצן דיין אלטע משפחה קשר מיט דעם צובראכענע נשמה (און ווער נאך ווי דיר ווייסט וואס'ארא שווערע יוגענט דער יונגערמאן האט געהאט) אויף עם צוריקצוברענגן, האסטו מיט דעם בריוו אלץ פאר'הרג'עט. און דאס אלעס נאר כדי צו ווערן א מחותן אין די ברענעדיקע מעשה פון דער מאמענט.

הק' דבילה, חונה פה ק"ק ק"ש יע"א.

א שיינע חתימה, עה?
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך George »

וואס איז דאס געמעקאכטס דא? ,האב איך געוואלט קאמענטען, האט מען שוין פארמעקט זעה איך.
שוין, זאל זיין אזוי
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

(א בריוו פאר א כופר)
אין וואס האט דער כופר געאנטווארט?
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
David
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 15, 2013 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך David »

און דא איז טייל פון זיין תשובה

זייער עמאציאנאל! מיר ווייסן דאס אלעס.

אבער דו זאגסט דאך אז דו ווילסט גארנישט צוריק הערן, דו ווילסט נאר רעדן, און נישט ערווארטן א ענטפער חלילה! נו פארגין איך דיר מיט'ן גאנצן הארץ, און א דאנק פאר די הארציגע ערציילונג.

די אמונה פון מיינע עלטערן ווייס איך גאר גוט! און גלייב מיר איך האב נאך מער רחמנות אויף זיי, ווי זיי אליין אויף זיך. כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען פונקטליך מיט די גאנצע מעשה, אויסער אויב דו ווילסט פשוט פארציילן וואספארא גרויס גענאדע דיין פאמיליע האט געטאן מיט מיינע עלטערן. הער איך!

איך ווייס נישט עכט וויאזוי איך קען דיר אפצאלן פארדעם. וואס איך קען טוהן, איז נאר איין זאך, אפדאנקען דיר און דיין משפחה על כל הטובה. זאל דיר גאט באצאלן כפלי כפליים. און ווער נישט באזארגט. איך בין נישט געבליבן קיין געווינער, ווייל כ'האב זיך מיט דיר לגמרי נישט געטענה'ט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער אזוי-גערופענער כופר האט יעצט מודה געווען אז ר'איז נאך אלץ א מאמין בה' אלוקי ישראל. (עיין בדברי "דעוויד"). :roll: :oops:
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מסתם זאגט ער מאי אהני לן רבנן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ער ווינטשט איהם אן אז "ג-ט" זאל איהם באצאלן. :!: :!: :!:
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ס'דא נאך וועגן צו ווערן א כופר לויט די אידישע רעליגיע אויסער צו לייקענען אין גאט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין. כ'וויל נישט וויסן. ייש"כ.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווער קען לינקען צי די ספר הפנים.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

ליצויר אז איינער האט טאקע געשיקט דעם בריוול, טוט ער דאך גארנישט אויף, ווייל סאיז מסתבר וכבר הי׳ לעולמים אז דער כופר דרייט זיך דא, און ׳סארא פנים טראגט עס אז ער טרעפט דא דעם אשכול? פשט?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך האב פאריגע וואך געהערט א גוטע מעשה ממקור ראשון, ס'באלאנגט אפשר נישט דא, איך געדענק ס'איז דא א אכשול פון די גרויסע הצלחות פון די אלע פורקי עול, איך טרעף עס אבער נישט, אויב איינער קען עס צו לינקען וועל מיר עס אהינטראגן

א אינגערמאן פון קרית יואל האט א אייז קריעם געשעפט אין פלעטבוש און (איך מיין) אין נאך פלעצער, ער האט געזוכט א סארווער, האט ער עס אדווערטייזט ערגעץ.
באקומעט ער א טעלעפאן קאל איינער טראגט זיך אן צו נעמען דעם זשאב יענער שטעלט זיך פאר מיטן נאמען (לאמיר אים רופן) JOEL
ער פרעגט אים אביסל אויס, און עפעס שמעקט אים עס צו היימיש, ער פרעגט אים ווי ער וואוינט, ער ענטפערט נעבן מאנסי, פרעגט ער אים צו ער איז חסידיק, זאגט ער אז ער איז עקס חסידיק, בקיצור ער פרעגט אים זיין משפחה נאמען, און דא שיילט זיך ארויס די גאנצע פיקטשער
א היימישער אינגערמאן וואס האט נעבעך כופר געווען אין אלעמען (און דער האט א גוטן קאפ אויף די פלייצע, און האט געהאט א גוטן דזשאב אמאל).
דער אינגערמאן דער בעה"ב האט לשעבר גוט געקענט דעם אינגערמאן, רופט ער זיך אן צו אים:
יואלי, פארדעם האסטו געדארפט ווערן א גוי צו קענען זיין א סארווער אין א אייזקריעם סטאר....
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

שרייבער האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געהערט א גוטע מעשה ממקור ראשון, ס'באלאנגט אפשר נישט דא, איך געדענק ס'איז דא א אכשול פון די גרויסע הצלחות פון די אלע פורקי עול, איך טרעף עס אבער נישט, אויב איינער קען עס צו לינקען וועל מיר עס אהינטראגן

אפשר ביסטו מסביר וואס פונקטליך די ווילסט ארויס ברענגען מיט די מעשה איי דאנט געט יאור פאינט ... מען ווערט נישט א פורק עול צו באקומען א בעסערע טשאב אדער ווייל ווייסאיכוואס מען ווערט א פורק עול ווייל מען איז פעד אפ פראם דע סיסטעם. וויפיהל מאל דארף מען מסביר זיין אזא פשוטע פאינט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

Wow! פשיהא! אזוי גוט אריין געזאגט! מיט אזיינע חכמות ופיקחות וועט footsteps באלד ארויסגיין פון ביזנעס... :cry:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך האב (פאריגע) [די] וואך געהערט א (גוטע) [בעסערע] מעשה ממקור (ראשון) [שני], ס'באלאנגט אפשר נישט דא, איך געדענק ס'איז דא א אכשול פון די גרויסע הצלחות פון די אלע פורקי עול, איך טרעף עס אבער נישט, אויב איינער קען עס צו לינקען וועל מיר עס אהינטראגן

א (אינגערמאן) [איד] פון קרית יואל האט א (אייז קריעם געשעפט) [תלמוד תורה] אין (פלעטבוש) [מאנראו] און (איך מיין) אין נאך פלעצער, ער האט געזוכט א (סארווער) [קינדערגארטען מלמד], האט ער עס אדווערטייזט ערגעץ.
באקומעט ער א טעלעפאן קאל איינער טראגט זיך אן צו נעמען דעם זשאב יענער שטעלט זיך פאר מיטן נאמען (לאמיר אים רופן) (JOEL) [חיים ברוך]
ער פרעגט אים אביסל אויס, און עפעס שמעקט אים עס צו היימיש, ער פרעגט אים ווי ער וואוינט, ער ענטפערט נעבן מאנסי, פרעגט ער אים צו ער איז (חסידיק) [חסידיש], זאגט ער אז ער איז (עקס חסידיק) [א היימישע, פון אנ"ש], בקיצור ער פרעגט אים זיין משפחה נאמען, און דא שיילט זיך ארויס די גאנצע פיקטשער
א היימישער אינגערמאן וואס האט נעבעך (כופר) [יושב] געווען אין (אלעמען) [כולל פאר 10 יאר] (און דער האט א גוטן קאפ אויף די פלייצע, און (האט געהאט) [וואלט געקענט ווען האבן] א גוטן דזשאב (אמאל)).
דער אינגערמאן דער בעה"ב האט לשעבר גוט געקענט דעם אינגערמאן, רופט ער זיך אן צו אים:
יואלי, פארדעם האסטו געדארפט (ווערן א גוי) [זיין אין כולל] צו קענען זיין א (סארווער) [מלמד] אין (א אייזקריעם סטאר) [קינדערגארטען]....
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

געהערט א מעשה. א גר צדק וואז האט אפלייעט ביי וואל מארט פאר א דזשאב וכו' פרעגט עם די מענדשזער פאר דעם האסטו געדארפט ווערן א איד?
קאווע האקט
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געהערט א גוטע מעשה ממקור ראשון, ס'באלאנגט אפשר נישט דא, איך געדענק ס'איז דא א אכשול פון די גרויסע הצלחות פון די אלע פורקי עול, איך טרעף עס אבער נישט, אויב איינער קען עס צו לינקען וועל מיר עס אהינטראגן

א אינגערמאן פון קרית יואל האט א אייז קריעם געשעפט אין פלעטבוש און (איך מיין) אין נאך פלעצער, ער האט געזוכט א סארווער, האט ער עס אדווערטייזט ערגעץ.
באקומעט ער א טעלעפאן קאל איינער טראגט זיך אן צו נעמען דעם זשאב יענער שטעלט זיך פאר מיטן נאמען (לאמיר אים רופן) JOEL
ער פרעגט אים אביסל אויס, און עפעס שמעקט אים עס צו היימיש, ער פרעגט אים ווי ער וואוינט, ער ענטפערט נעבן מאנסי, פרעגט ער אים צו ער איז חסידיק, זאגט ער אז ער איז עקס חסידיק, בקיצור ער פרעגט אים זיין משפחה נאמען, און דא שיילט זיך ארויס די גאנצע פיקטשער
א היימישער אינגערמאן וואס האט נעבעך כופר געווען אין אלעמען (און דער האט א גוטן קאפ אויף די פלייצע, און האט געהאט א גוטן דזשאב אמאל).
דער אינגערמאן דער בעה"ב האט לשעבר גוט געקענט דעם אינגערמאן, רופט ער זיך אן צו אים:
יואלי, פארדעם האסטו געדארפט ווערן א גוי צו קענען זיין א סארווער אין א אייזקריעם סטאר....

אפשר ביסטו מסביר וואס פונקטליך די ווילסט ארויס ברענגען מיט די מעשה איי דאנט געט יאור פאינט ... מען ווערט נישט א פורק עול צו באקומען א בעסערע טשאב אדער ווייל ווייסאיכוואס מען ווערט א פורק עול ווייל מען איז פעד אפ פראם דע סיסטעם. וויפיהל מאל דארף מען מסביר זיין אזא פשוטע פאינט

און איינע פון די עיקר סיבות וואס מען גיט אן צום זיין פעד אפ, איז אז די סיסטעם סאקט, און גיט נישט קיין גוטע עדיוקעישאן צו האבן א גוטן זשאב און א נארמאלן עתיד, משא"כ אויף די אנדערע זייט צוים. אוו דערפאר איז די קאמענט געווען - היפש - אין פלאץ. כאטש וואס א יחיד'ס פריוואטער דורכפאל איז נישט קיין אנדייטונג צי די עצם כלל איז גערעכט צי נישט, איז דאך שווער זיך איינצוהאלטן צו זאגן אזא קאמענט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]דעת תורה[/tag]/ איך פארשטיי נישט דיין פוינט. ווי האט דעי יואלי באקימען זיין עדיאקעישען??
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב (פאריגע) [די] וואך געהערט א (גוטע) [בעסערע] מעשה ממקור (ראשון) [שני], ס'באלאנגט אפשר נישט דא, איך געדענק ס'איז דא א אכשול פון די גרויסע הצלחות פון די אלע פורקי עול, איך טרעף עס אבער נישט, אויב איינער קען עס צו לינקען וועל מיר עס אהינטראגן

א (אינגערמאן) [איד] פון קרית יואל האט א (אייז קריעם געשעפט) [תלמוד תורה] אין (פלעטבוש) [מאנראו] און (איך מיין) אין נאך פלעצער, ער האט געזוכט א (סארווער) [קינדערגארטען מלמד], האט ער עס אדווערטייזט ערגעץ.
באקומעט ער א טעלעפאן קאל איינער טראגט זיך אן צו נעמען דעם זשאב יענער שטעלט זיך פאר מיטן נאמען (לאמיר אים רופן) (JOEL) [חיים ברוך]
ער פרעגט אים אביסל אויס, און עפעס שמעקט אים עס צו היימיש, ער פרעגט אים ווי ער וואוינט, ער ענטפערט נעבן מאנסי, פרעגט ער אים צו ער איז (חסידיק) [חסידיש], זאגט ער אז ער איז (עקס חסידיק) [א היימישע, פון אנ"ש], בקיצור ער פרעגט אים זיין משפחה נאמען, און דא שיילט זיך ארויס די גאנצע פיקטשער
א היימישער אינגערמאן וואס האט נעבעך (כופר) [יושב] געווען אין (אלעמען) [כולל פאר 10 יאר] (און דער האט א גוטן קאפ אויף די פלייצע, און (האט געהאט) [וואלט געקענט ווען האבן] א גוטן דזשאב (אמאל)).
דער אינגערמאן דער בעה"ב האט לשעבר גוט געקענט דעם אינגערמאן, רופט ער זיך אן צו אים:
יואלי, פארדעם האסטו געדארפט (ווערן א גוי) [זיין אין כולל] צו קענען זיין א (סארווער) [מלמד] אין (א אייזקריעם סטאר) [קינדערגארטען]....

ווען דו וועסט וויסן די אמת'ע סיבה פארוואס א כולל אינגערמאן 'לערנט' אין כולל 10 יאר, און איך רעד א אינגערמאן וואס לערנט באמת 10 יאר, וועט די קשיא בכלל נישט זיין קיין קשיא
א אינגערמאן וואס נפשו חשקה בתורה, און ער האט די מעגליכקייט צו זיצן און לערנען, דארף זיין ציל בכלל נישט זיין אויסצו וואקסן א מורה הוראה אדער א רב בישראל, צו אפילו א פעוטים מגי"ש, אז ער האט די מעגליכקייט צו זיצן און לערנען זיצט און ער לערנט פשוט ווייל ס'איז דא א מצוה פון והגית בו יומם ולילה, און אזוי לאנג ווי ער האט די מעגליכקייט מאיזה סיבה שיהי', און ער פארסמאקעוועט זיך מיט א שווערן תוס' וואס ווערט אים קלאר, א טו"ז אדער א ש"ך צו א חוו"ד וכו', מה טוב חלקו וחבלו, דאס איז זיין גאנצע חיות און פארגעניגן.
ס'דערמאנט מיר א מעשה וואס איך האב געהערט דערציילן אויף א גדול בתורה, ער האט גערעדט אין ישיבה פאר די בחורים און נאכגעזאגט די משנה כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב, פרעגט א תלמיד, רבי, וואס טוט זיך מיט איינער וואס לערנט נישט, ענטפערט ער אים, איינער וואס לערנט האט אויך א חלק לעוה"ב, און דער תלמיד לאזט נישט נאך, און ער פרעגט, אבער איינער וואס עפנט נישט קיין ספר, ממש ער טרעט נישט איבער די שוועל פון תורה, גארנישט! כלום!, אזא איינער האט אויך א חלק לעוה"ב, און דער ענטפערט, יא! ער האט אויך א חלק לעוה"ב, זאגט דער תלמיד, נו אויב אזוי וואס דארף איך לערנען? ענטפערט אים דער רבי, עולם הבא וועסטו האבן, אבער וואס וועט זיין מיט דיין עולם הזה.
נחזור לענינינו, א איד דארף זיצן און לערנען צו קענען כל התורה, ווען מען וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט מען אים פרעגן צו ער קען מקרא משנה גמרא וכו', און אויב נאך 10 יאר מוז ער ארויסגיין פון כולל, און ער טרעפט נאר א קינדעגארטן מלמד דזשאב, ווייל ער איז נישט געאייגנט צו פארלערנען פאר גרויסע בחורים, איז ער נישט א דורכפאל, אים האט דער באשעפער אראפגעשיקט אויף די וועלט מחנך צו זיין און אריינצולייגן יראת שמים און 3 יעריגע קינדער, און אויב דאס איז זיין תפקיד האט ער אויפגעטון אויף די וועלט וואס ער דארף.
איך קען א אינגערמאן וואס לערנט שוין אין כולל באלד 20 יאר, מען האט אים שוין אנגעטראגן גרויסע פאסטענס, ער זאגט אלעס אפ, ווייל ער האט נאך נישט געענדיגט ד' חלקי שו"ע (ער איז גראדע א שטיקל מרביץ תורה אויך, אבער א מין הרבצת התורה וואס סאך קלענערע תלמידי חכמים פון אים קענען, און ווי באלד ער האט די מעגליכקייט זיצט ער און ער לערנט)
ווידער קען איך אסאך אינגעלייט וואס זענען געזיסן יארן לאנג אין כולל, און מאת ה' היתה זאת זיי האבן געדארפט ארויסגיין צו די ביזנעס וועלט, איז זייער יגיעה פון לאנגע יארן און זיך פארהערן מקצועות אויך נישט לריק, און ווי דער הייליגער אור החיים הקדוש טייטשט די גמרא (ברכות דף כח) אנו עמלים והם עמלים אנו עמלים ומקבלים שכר והם עמלים ואינם מקבלים שכר, אז א ארבעטער ווען ער ארבעט אפ 10 שעה, אויב האט גארנישט פראדוצירט באקומט ער נישט באצאלט פאר די 10 שעה, אבער א איד וואס פלאגט זיך אפילו אויף איין שטיקל גמרא 10 שעה והעלה חרס בידו, באקומט ער שכר אויף די 10 שעה, און דאס איז פשט אנו עמלים ומקבלים שכר, אונז באקום מיר שכר אפילו אויף די עמל אליין.
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

דעת תורה האט געשריבן:
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:איך האב פאריגע וואך געהערט א גוטע מעשה ממקור ראשון, ס'באלאנגט אפשר נישט דא, איך געדענק ס'איז דא א אכשול פון די גרויסע הצלחות פון די אלע פורקי עול, איך טרעף עס אבער נישט, אויב איינער קען עס צו לינקען וועל מיר עס אהינטראגן

א אינגערמאן פון קרית יואל האט א אייז קריעם געשעפט אין פלעטבוש און (איך מיין) אין נאך פלעצער, ער האט געזוכט א סארווער, האט ער עס אדווערטייזט ערגעץ.
באקומעט ער א טעלעפאן קאל איינער טראגט זיך אן צו נעמען דעם זשאב יענער שטעלט זיך פאר מיטן נאמען (לאמיר אים רופן) JOEL
ער פרעגט אים אביסל אויס, און עפעס שמעקט אים עס צו היימיש, ער פרעגט אים ווי ער וואוינט, ער ענטפערט נעבן מאנסי, פרעגט ער אים צו ער איז חסידיק, זאגט ער אז ער איז עקס חסידיק, בקיצור ער פרעגט אים זיין משפחה נאמען, און דא שיילט זיך ארויס די גאנצע פיקטשער
א היימישער אינגערמאן וואס האט נעבעך כופר געווען אין אלעמען (און דער האט א גוטן קאפ אויף די פלייצע, און האט געהאט א גוטן דזשאב אמאל).
דער אינגערמאן דער בעה"ב האט לשעבר גוט געקענט דעם אינגערמאן, רופט ער זיך אן צו אים:
יואלי, פארדעם האסטו געדארפט ווערן א גוי צו קענען זיין א סארווער אין א אייזקריעם סטאר....

אפשר ביסטו מסביר וואס פונקטליך די ווילסט ארויס ברענגען מיט די מעשה איי דאנט געט יאור פאינט ... מען ווערט נישט א פורק עול צו באקומען א בעסערע טשאב אדער ווייל ווייסאיכוואס מען ווערט א פורק עול ווייל מען איז פעד אפ פראם דע סיסטעם. וויפיהל מאל דארף מען מסביר זיין אזא פשוטע פאינט

און איינע פון די עיקר סיבות וואס מען גיט אן צום זיין פעד אפ, איז אז די סיסטעם סאקט, און גיט נישט קיין גוטע עדיוקעישאן צו האבן א גוטן זשאב און א נארמאלן עתיד, משא"כ אויף די אנדערע זייט צוים. אוו דערפאר איז די קאמענט געווען - היפש - אין פלאץ. כאטש וואס א יחיד'ס פריוואטער דורכפאל איז נישט קיין אנדייטונג צי די עצם כלל איז גערעכט צי נישט, איז דאך שווער זיך איינצוהאלטן צו זאגן אזא קאמענט.

יא אבער דער יואלי איז דאך אויפגעוואקסן ביי אונז מילא האט ער געהאט א שוואכן עדטשיקעישן מילא פארשטיי איך אויך נישט וואס די ווילסט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

@שרייבער? 20 יאר און ער קען נאכנישט ד' חלקי? נעבעך, וואס האט ער ציווישן די אויערן?
פארשפארט