סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שוין לאנג נישט טועם געווען אזא אומגעלונגען שטיקל חמין. בנימין נישט פערזענליך, ווי איר שרייבט אליין איר קענט נישט סאטמאר פון אינווייניק נא האט עס אזא פנים. דער סאטמאר נושא איז שוין אויסגעדראשן א שאד צו באמוטשען דעם ציבור , אבער בנוגע די פראגע וואס סאטמאר איז יא, דער ענטפער איז קלאר איין ווארט, "מאכן געלט". דא איז ווי ר' יואליש האט געהאט א וויזיע. אין סאטמאר איז דער איינציק פלאץ ווי א בעל הבית איז ארויפגעקוקט און א כולל מאן פארקערט. ווען ער האט ווען זיין וועג וואלט נאך היינט אין סאטמאר קיין כולל געווען ווען נישט זיינע יונגעלייט האבן אנגעהויבן גיין צו ליטווישע און פרעמדע האט ער נישט געהאט קיין ברירה.


איבער וואס @קאווע טרינקער רעדט איבער סאטמאר'ס בלוטיקע היסטאריע, דוכט זיך, נאך אלץ גאלד קעגן ווי די אנדערע האבן זיך באגאנגען מיט די אייגענע מורדים, אדער מאכניפקע און ווי נידריק מען איז געגאנגען צו אינטערברעגען דעם מער געלונגענעם ברודער פון בארא פארק. נאר וואס? בעת וואס פאפא האט זייטן קריג די זעלבע 500 קינדער עס איז נישט צוגעקומען קיין איינס, וואקסט סאטמאר ווי משוגע ממילא מוז זיין עס איז צוליב וואס זיי האבן יענען טערעראזירט וואס איז צום לאכן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

@נאר,,פרייליך,
בענזשאמין איז נישט אינגאנצן גערעכט, אבער דו אויך נישט.

עס זאגט זיך אזוי שיין אז מען איז נאר ביזי מיט "נישט" אלס ואבדיל אתכם, אבער איז דען נישט אמת אז מען איז כסדר ביזי מיט "יענעם"?, און מען טעראריזירט ווער עס גייט נישט אין שפאן?
למשל די זאלונים היינט מיטן עירוב, די ארונים אמאל מיט בני יואל, און בני יואל מיט די גאנצע וועלט, מען האלט נאר פון זיך און מען בארימט זיך אליינס אין די אייגענע אויסגאבעס (אלע 3 פראקציעס האבן אייגענע אויסגאבעס זיך צו קלאפן אין בייכל),
סור מרע איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער מען קען נישט בויען א גאנצע חסידות נאר אויף נעגאטיווע חלקים, עס איז שוין היינט אביסל בעסער מיט די פראגראמען הנ"ל, חבורות פון גמרא, בעסערע מלמדים, אבער עס איז נאך א ווייטער געוויין (קרעדיט: געפילטע) פון צו זיין א פאזיטיווע קהילה וועלכע זאל צוציען נייע מענטשן מיט א חשק אנשטאט אזויפיל ארויסגעפאלענע,

און וועגן דעם קומען צום ציון, האט דאך שוין בענזשאמין טאקע מודה געווען אז אין רבי'נס צייטן איז נאך געווען וואס צו זעהן,
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:יעצט ווילאנג סאטמאר רב ז"ל האט געלעבט, און איז ער געווען א עמוד האש ההולך לפניהם יומם ולילה, איז די חסידות נישט באשטאנען נאר פון סור מרע; ס'געווען א הושענה רבה; ס'געווען א שמיני עצרת און א יום כיפור; ס'געווען א שבת; א קידוש; און וואס נישט? ס'געווען וואס צו זעען ס'געווען וואס צו מיט האלטן, און וואס זיך צו קאכן.


און באמת בעפאר די מדינה איז געגרינדעט געווארן איז סאטמאר בכלל נישט געווען דאס זעלבע, קוק נאר צב"ש די פרק שמועסן פונדער אלטערהיים, מען האט גערעדט פון פשוט'ע עבודת ה', לערנען און דאווענען, מדות טובות און צניעות, נישט געווען תמיד פארנומען צו האקן אויף יענעם, נאר נאך די התייסדות פון די מדינה האט דער רבי גע'טענה'ט אז דאס איז זיין מישען אויף דער וועלט צו מגלה זיין דעם אמת, און דאס האט סאטמאר די מערסטע אפגעקויפט, ווארום די גרינגסטע חלק פון 'אידישקייט' איז האקן אויף יענעם, אוי וויפיל אידן האבן שוין געליטן צוליב דעם,

צוריק צו בענזשאמין, דער חלק אז דער עולם איז היינט סטאק מיט די תש"?? תורות איז בעיקר נאר ביי די בני יואל, זיי פילעווען אין רבינ'ס ספרים, כאילו בעל השמועה עומד לפניו און ער וואלט נארוואס געזאגט די הייליגע תורות, און ציונות פארבלייבט די פירצת הדור ביז משיח קומט, די גאנצע סמארטפאון איז נאר א פראבלעם ווייל מען קען דערויף שרייבן עברית, זיי רעכענען זיך נישט מיטן מציאות, און האקן אויף אלץ און אלעמען מיט אזא וויסטע שנאה, כאילו נאר די הייפעלע גייען מקבל זיין משיח מיט א שטאלץ; אבער די איבריגע סאטמארע אידן מיט די רבי'ס (ביידע זייטן) זענען נישט אזוי פארביסן אקעגן די וועלט, נאר מער איינער אקעגן צווייטן.

און צום הונדערסטן מאל אין שטיבל: סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געזאגט אז רעדן עברית איז ערגער ווי זיך בוקן צום צלם!
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס זאגט זיך אזוי שיין אז מען איז נאר ביזי מיט "נישט" אלס ואבדיל אתכם, אבער איז דען נישט אמת אז מען איז כסדר ביזי מיט "יענעם"?, און מען טעראריזירט ווער עס גייט נישט אין שפאן?
למשל די זאלונים היינט מיטן עירוב, די ארונים אמאל מיט בני יואל, און בני יואל מיט די גאנצע וועלט, מען האלט נאר פון זיך און מען בארימט זיך אליינס אין די אייגענע אויסגאבעס (אלע 3 פראקציעס האבן אייגענע אויסגאבעס זיך צו קלאפן אין בייכל),
סור מרע איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער מען קען נישט בויען א גאנצע חסידות נאר אויף נעגאטיווע חלקים, עס איז שוין היינט אביסל בעסער מיט די פראגראמען הנ"ל, חבורות פון גמרא, בעסערע מלמדים, אבער עס איז נאך א ווייטער געוויין (קרעדיט: געפילטע) פון צו זיין א פאזיטיווע קהילה וועלכע זאל צוציען נייע מענטשן מיט א חשק אנשטאט אזויפיל ארויסגעפאלענע,

:like פיין געזאגט.
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כ'מיין עטץ פארפאסט זיין עיקר שפיץ ,חוץ מזה וואס ער ברענגט ארויס אז מען קען קיין פיינע זאך נישט בויען מיט נעגעטיווקייט זאגט ער אז סאטמאר איז ביזי מבער זיין יענעמס שלעכטס און דאס איז גורם זיי זאלן נעבעך אויסקוקן ווי זיי קוקן אויס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

הרב שמעקעדיג כ'הער אייער פוינט
אבער נישט וואס די דריי פובליקאציעס וואס דריי סארט יודען פירען אהן אינערהאלב סאטמאר טייטשט אפ די מהות פון סאטמאר,
פינקט ווי איר וועט נישט אפטייטשען דעם עולם ה'ליטאי לויט וויאזוי די עטליכע יחידים שרייבערלעך פינעם הפלס אינעם יתד נאמן צייטונגען,
אזוי אויך וועט איר נישט אפלערנען די מהות פין ליבאוויטש לויט זייער גאר גרויסער כת ה'משיחיזעם וואס האט זיך משתלט געווען אויפען ביהמ''ד 770,
אזוי אויכעט וועט קיין שום בר דעת נישט אפלערנען די מהות פון ברעסלעב לויט די פילע טויזענטער משוגעים און גרופעס וואס קומען ר''ה קיין אומאן
אז איר ווילט אפלערנען סאטמאר גוט נעמטס אן אינדיווידזשועל מענטש אין סאטמאר וואס די אלע אינערליכע רייבערייען ברעכט שוין ביי אים ווי ס'איז היינט דער רוב מנין און רוב בנין א חוץ די פאר ראשים וואס ברויכען האבען פין ווי צו לייזען א גרייצער און עטענשען
און לערנט אפ זיין מהות זיין שטארקייט צום מסורת אבות, זיין דקדוק במצוות, זיין היטען אויף לבושי צניעות, זיין הארץ און מסי''נ פאר א צווייטען יוד בגוף ובנפש
ווי למשל אזא איידעלע און באשיידענע חסד ארגענעזאציע בפרט אין עואב''י וויליאמסבורג ווי ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו דארפען פארען ווייטע שטרעקעס צו באזיכען א משפחה מיטגליד ס'איז אומבאשרייבליך ווי יונגעלייט געבן זיך אוועק איינער פאר'ן צווייטען שעות שעות לאנג שוין אפגערעדט די געז און טאל וואס זיי באצאלען אליין אלעס ארויסצוהעלפן א צוויטען יוד אין נויט אפגעזעהן צו דער פאציענט איז א ליבאוויטשער, סקווערער, קלויזענבורגער, בעלזער, וכו'
און דאס האט אויפגעשטעלט א פריוואטער סאטמארער יוד וואס האט נישט מיט די פובליקאציעס קיין שייכות
און גראדע געהער ער מער צו די פראקציע וועם רב בענדזשעמין באטיטולט אלס די ''נישט'' צד אין סאטמאר
דער מהות טייטש זיך לויט די פריוואטער אייגענארטיקייט און נישט לויט די שריייבעלעך פין פובליקאציעס
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

דיין ארטיקעל ברענגט גוט ארויס די שנאה וואס די וועלט האט צו סאטמאר וואס שטאמט פון דעם אז סאטמאר האט ענק "אלע" גערוקט פון פלאץ אדער געשטעלט אין פלאץ (זיי זענען נישט געוועהן גערעכט אבער דאסיז די פאקטען) און די קנאה ווי סאטמאר בליהט און וואקסט איז דעך נישט אויסציהאלטען = אבער דאס וואס איז איין פיצי טייל פון סאטמאר האסטו גענומען און אויפגעבלאזען אלס "מהות און אייגענארטיגקייט פון סאטמאר" ווייל דאס איז וואס עטץ טראכטס אגאנצען טאג און נאכט אויף סאטמאר

לאמיך דיך אבער מגלה זיין אז האסטא טעות, אין סאטמאר איז דעס גאר א קליינע חלק פונעם גרויסען פיקטשער, סאיז אזוי ווי אדורכגיין איינעם עם געבען א ציפ, זיך אויסדרייען קוקען ווי ער שפרונגט פאר יסורים, און זיך גיין ווייטער, דאס איז וואס סאטמאר טוט מיט ענק אלע, אבער נישט דאס איז אלעס וואס אינז טוען, עטץ פארנעמטס נישט אונזער קאפ א גאנצען טאג אונדז זאלען טראכטען ווי אזוי מגייט ענק צופיקסען, אדער ווי אזוי מגיין אויסרייסען די טמאנע מדינה, ווי אזוי מגייט צורייסען די עירוב, נאר אזוי בדרך העברה בעלמא געבט מען א ציפ און מגייט ווייטער עוסק זיין בענינו של עולם, איינער אין א גמרא, איינע אין א פעטען סטעיק ביי גאטליבס, און א צווייטע איז ביזי מיט די יענקיס, און א אנדערע איז ביזי מיט זיין יוקאן, און א פערטע גייט צו אלי ביר'ס קומזיץ

איבער חסד, סאטמארע עשירים (ארונים מיט זאלונים צוזאמען) האבען אין דע פארגאנגענע איין יאהר געספענדעט מער געלט וויפיל בעלז קלויזענבורג ווישניץ פאפא עשירים האבען צוזאמען אויסגעגעבען אין די לעצטע 60 יאהר

איבער דיין אנאליז מיט ארוני זאלוני ווייזטע ווייטער ארויס ווי קלויזענבעורג פאפא און בעלז שפורען זיך אנגעווייטאגט אין וויליפעסט, ווען די זאלי פארטיי טרעט ענק איבער און צוקוועטשט ענק, אבער ווי געזאגט נישט "דאס" איז די גאנצע מהות פון די זאליס, סאטמאר איז ביזי מיט אסאך אינטערעסאנטערע זאכען ווי בעלז און קלויזענבורג, עטץ זענטס גוט נאר אדורכצוגיין און געבן א ציפ און גיין ווייטער, און יא אינז געבען זיך א דריי אויס און מקלאפט זיך דאס בויך ווי עטס שפייטס בלוט.

עטס זענטס אנגעווייטיגט אויף די זאליס ווייל זיי שטייען פאקטיש היינט ביים רודער פון סאטמאר (עטליסט אין ווילי) און זיי זענען פערצופאל דע וואס ציפען ענק, און אינצווישען זענען די ארוניס ביזי צו לייגען פיקטשערס אין אלע אגודהישע צייטינגען און זיך לעקען צו ענקערע רביס, אבער פיר נישט אויס די מסקנה וואס האסט אויסגעפירט, ווייל די ארוניס זענען נאך עני טיים אזעלכע ציפערס און שלעגערס, נאר יעצט איזעס פערצופאל נישט קעגען ענק ווייל עטץ וואוינטס נישט אין מאנרא, פרוביר אויפצומאכען א שוהל אין קרית יואל, 5 מינוט שפעטער וועט עס זיין פארברענט מיט אלע מענטשן אינסייד (עיין ערך ילד שעשועים), פון ווי ווייסעך דעס? ווייל דאס האבען זיי אייביג געטון און דאס טוען זיי היינט קעגען דע וואס האבען חתונה אין זכרון מאיר בני יואל זאל, וואס זענען דע וואס שטייען זיי היינט אין וועג

דיסקליעמער איך גלייך זאליס אזוי ווי ארונים, איך האב נאר געוואהלט אויסגלייכען דעם אמתען פיקטשער, הייבסט נישט אן צו זאגען ילד שעשועים איז געוועהן זאליס, קאט דע קרעפ, סאטמאר איז געוועהן און וועט אייביג בלייבען שלעגערס און הארגענען יעדען וואס שטייט זיי אין וועג, סיי ארון און סיי זאלי, זיי זענען ביידע טייטלפריקס, אבער די שלעכטע איז נאר א פיצי טייל און נישט די גאנצע מהות און אייגענארטיגקייט, די גוטס פון סאטמאר איז עני טיים אזוי גרויס, און ניין סאטמאר איז נישט ביזי מיט שלעכטס 24-7, אינז האבען וויכטיגערע זאכענס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרעקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליידער, ליידער, איז ר' בנימין היפש גערעכט, דאס פנים פלאמט פאר בישה, אבער מען קען נישט אנטלויפן פונעם אמת, וואו שווער עס זאל נישט זיין.

נאר איין קליינע הערה:

רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען א קדוש וטהור, און א חכם און א מנהיג שאין בדגמתו, ער האט ליב געהאט יעדע יוד, אפי' די וואס האבן אים געשאלטען און פיינט געהאט, אהבת נפש, ער איז געווען דער מקור טוב והחסד.

דאן שטעלט זיך די פראגע פארוואס זעט עפעס אויס און די גאס, אז סאטמאר פארקויפט נישט גארנישט, נאר שלעק, מלחמה און טעראר?

זייער פשוט, אזוי ווי סאטמאר איז א גרויסע קהלה, מיט א סאך מיני מענטשען, א פארקערפערשאפט פון אלע סארטען באשעפענישען וואס וואוינען אויפן ערד קיגל, אריין גערעכנט, מענטשן מיט תאוות השררה, טערעראסיטן, שלעגערס, באנדיטן, מאפיונערן, אד''ג, וואס און אנדערע חסידות'ן האלט מען זיי און א שטייג, מען נעמט זיי נאר ארויס אויב עס דראהט א געפאר אויפן כבוד פון רבי'ן, משא''כ און סאטמאר זיצן די דאזיגע בר-נש'ן אויף מאכטפולע פאזיציעס, און זיי זענען גאר בכבודיגע יודן, און פירן טאקע סאטמאר וואו אזוי זיי זענען, מיט טעראר, רשעות, רציחה, גניבה, אד''ג. דעריבער קיקט דער וועלט ליידער אויף סאטמאר, וואו אזוי זי קיקט. און מיט רעכט.

ר' בנימין שרייבט טאקע אז ביי מהר''א איז עס נישט אזוי, פארוואס? זייער פשוט: ווייל און שנת תשנ''ט לפ''ק, האט דער ציבור מחליט געווען אז געניג איז געניג! מען דארף פון די סארט הנהגה פטור וווערן, בעפאר אלעס ווערט ח''ו חרוב, דער ציבור האט אנגעהויבן א מעכטיגע רעוואלאציע (טראץ דעם וואס געוויסע האבן געשריגען אז מען זאל נישט, ווייל די כבוד פון רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע וועט פארשוועכט ווערן) און דער ציבור האט אראפ געווארן פון זיך דעם יאך פון די פארדארבענע הנהגה, און געשלאגען כפרות מיט די אלע רוצחים און מפיונערן, און זיך אנגעהויבן בויען און וומ''ס פון דאסניי, און אפגעראטעוועט בארא פארק, מיט קר''י, פון די טעראריסטן און שלעגערס, און זיך צוזאם גענימען אונטער די פירערשאפט פון רבינו הקדוש רשכבה''ג מהר''א שליט''א.

און אלעס האט זיך מיטאטמאל געטוישט,

מהר''א איז געגאנגען קיין קלויזענבורג, צו ביידע ברידער, און פארגעסן פון אלע מחלוקות,

מהר''א איז געגאנגען קיין בעלזא,

מען האט אפגעשטעלט דאס חוזק מאכן פון פריוואטע מענטשן, און צדיקים ביי די שישן פירום טישן,

מהר''א האט נישט קיין שום פראבלעם צו דאווענען און א חב''ד שטיבל, און ארבייט מיט די געערעסטע ליבאוויטשע עסקנים, האנד ביי האנד,

די אלע מלחמות, טעראר און רשעות איז געקימען צו שטיל שטאנד,

די אלע שונאים וואס וואוינען און קרית יואל באקימען אלע סערוויס פון די הנהלת הקריה, (טייל מאל אפי' מער וואו די חסידים באקימען)

מהר''א איז נאר פארנימען, מיט לימוד התורה, כשרות, און הרחבת גבילי הקדושה,

די חסידי מהר''א זענען פיינע ציגעלאזענע, און גוט אויפגעלייגטע מענטשען, און זענען מקדש ש''ש וואו זיי גייען און וואו זיי שטייען:

אויב ווילט איר נאך זען סאטמאר בתפארתה, זענט איר העפליך געלאדענט אריין צו גיין דאווענען און ראדני, אדער און שארמאש, דארט ווען איר קענען זען ווער זייערע מנהיגים זענען, (מענטשן מיט וועם איר וואלט קיינמאל נישט געהאנדלט) און וואו אלע מלחמות גייען נאך אן בתקפו, מען שרייט נאך פוי, און מען זיצט נאך ביז חצות היום, מיט די טלית אויף די פלייצע, פארנימען מיט שעלטן, העצן, פיינט האבן, קודם די ארוינים, דערנאך די ציונים, נאך דעם דאס ווייב, נאך דעם זיך אליינס, און ווען ער קיקט אן צו דער ארבייט, איז ער שוין נעבאך א מרוח אשך........
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

מיין אפשאצונג אויף בענזשאמין, ער איז א בני יואל וואס איז געווארן אויפגעקלערט
סאטמאר באשטייט פון עשה טוב מער וויפיל אנדערע חסידות נעמען קער פונעם סור מרע, און סאטמאר היינט צוטאגס איז שוין נישט אזויפיל ביזי מיט ציונות ווי אמאל, ווען ס'מאכט זיך אמאל א פראבלעם, אין יעדע אנדערע חסידות פאקט איין ווייל מען האט מורא פארן דאלער, איז דא איין סאטמאר וואס זאגט, איך נעם נישט קיין געלד, און איך דארף נישט טראכטן צוויי מאל פאר איך גיי מוחה זיין פארן כבוד שמים.
[און דעם שבת איז מיר פונקט דורגעלאפן א רעיון, ווען למשל דער רבי ז"ל וואלט געווען אזוי ווי סקולענער רבי (פאר כינוס כלל ישראל...), אן א קהלה אן א מוסדות, און וואלט געהאמערט און געפייערט לפי דרכו אלע יארן אויף ציונות, און כ"ו אב שנת תשל"ט ער ווערט נסתלק, ס'בלייבט נישט פון אים אזא אימפעריע, נאר עפעס א ביהמ"ד'ל אויף בעדפארד זכר למעשה בראשית.
מיין איך אז היינט וואלט זיך קיינער נישט פון די אנדערע חסידות'ן זיך געשעמט צו זאגן ברבים, סאטמארע רבי איז געווען גערעכט מיט זיין מערכה קעגן ציונות, מיטן זיין אין כנסת, מיטן נעמען געלט וכו', אפשר דארף מען מאכן א טשעינזדש.
נאר היות מודה זיין על האמת מיינט צו געבן גערעכט פאר א ריזיגע חסידות, דאס פאסט דאך שוין נישט, האלט מען ווי מען האלט, און מען רייסט קריעה אין כנסת].
צוריק צום ענין, סאטמאר, אלע פראקציעס זענען גענוג און נאך ביזי מיטן עשה טוב, און זיי האבן גענוג אגענדעס אינעם טאג חוץ ציונות, מיר און נאך אסאך פארנעמט נישט אפילו 1 פראצענט פונעם טאג דער פראבלעם פון ציונות, איך הער דערפון איין אדער צוויי מאל א יאר וזהו, און לעומת זה איז מען ב"ה ביזי אין סאטמאר סיי מיט תורה, געב א קוק די חבורות ביי אלע צדדים, סיי אין עבודה אין סיי אין גמילות חסדים.
דאס וואס "איך אויך" שרייבט אז סאטמאר זענען די ערשטע צו לויפן צו יעדע טייני רבי'לע, איז היינו הך וואס "בן תמליון" שרייבט
סאטמאר'ס בלוטיקע היסטאריע, דוכט זיך, נאך אלץ גאלד קעגן ווי די אנדערע האבן זיך באגאנגען מיט די אייגענע מורדים, אדער מאכניפקע און ווי נידריק מען איז געגאנגען צו אינטערברעגען דעם מער געלונגענעם ברודער פון בארא פארק.
אין עני אנדערע חסידות כאפט מען דיך אן מיט קייטן זאלסט נישט זען וואס טוט זיך ערגעץ אנדערש ווייל מען האט מורא וועסט פארכאפט ווערן, איך וויל נישט שרייבן ספעציפיש קיין נעמען אבער ס'איז ידוע לכל, משא"כ אין סאטמאר האט מען נישט קיין פראבלעם דערמיט, צו ווייל ס'איז דא איבער גענוג, צו ווייל מען האט נישט אזוי מורא.
געב א קוק א משל די פרשה פון קלוגער, דאכט זיך אז מהר"א האט געהאט דא ברכה אחריתא, מען האט אים שוין פון איבעראל לאנג געטראסקעט.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בענדזשאמין. א הערליכע אנאליז און געשמאק צו ליינען. דו ביזט געבענטשט געווארן מיט א גוטן מח און א רייכע פעדער, און די חידוש איז אז מען איז מחי' מיט דיינע ארטיקלען אפילו ווען מען איז נישט איינשטימיג מיט זיי.

און יעצט צום ענין. דו מאכסט א חילוק פון סאטמארע חסידות קעגן אנדערע חסידות, אבער מיר זעהט אויס אז סאטמאר איז בכלל נישט קיין חסידות, ממילא קען מען זיי נישט פארהערן אנטקעגן אנדערע חסידות'ן. דער סאטמאר רבי ז"ל האט בכלל נישט געוואלט אויפשטעלן קיין חסידות, ער האט נישט געהאט קיין איין תנועה פון א רבי, ער האט נישט געמאכט די רבי'שע פאקסן וכדו', סך הכל איז ער געווען אן ערליכער איד, וואס האט געקענט באשטיין אז נאך אידן זאלן זיין ערליך, און דאס האט ער פרובירט צו לערנען מיט זיינע מענטשן.
און דאס וואס ער האט געהאקט אזויפיל קעגן ציונות איז געווען ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז כפירה ומינות, און ער האט געוואלט אז זיינע מענטשן זאלן נישט האבן קיין מחשבת כפירה, און די גרעסטע ראי' צו דעם איז אז ער האט געשריבן זיין ספר ויואל משה, ווי ער האט געשריבן וואס ער האלט, געבויעט אויף הלכה, ווען ער וואלט געווען א רבי פון א חסידות וואלט ער נישט געדארפט שרייבן קיין הלכה'דיג ספר, עס איז פונקט גענוג אז דער רבי האט געהייסן און שוין. אבער אזוי ווי ער איז נישט געווען אינטערעסירט צו זיין א רבי און פירן א חסידות, האט ער אפגעשריבן וואס ער מברר געווען עפ"י הלכה.
ווען מען קוקט אריין אין זיינע ספרים און מען הערט זיינע תורות זעהט מען אז ער האט זייער אסאך געהאקט קעגן רבי'ס, ער שרייבט אז היינט דארף מען מקיים זיין דעם פסוק איש כל הישר בעיניו, יעדער זאל זיך אליין זוכן אן אייגענעם דרך אין עבודת ה'. אם כן ווי אזוי איז ער אליין געווען א רבי? נאר ער האט זיך נישט געהאלטן פאר א רבי, נאר ווי א מורה דרך צו מחזק זיין דעם עולם לעבודת ה'.
איינע פון די הויפט יסודות פון א חסידות איז די מנהגים וואס די חסידות האט. און ער איז בפירוש געווען זייער קעגן די אלע מנהגים און קפידות, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער פירט זיך נישט מיט די מנהגים פון זיין טאטע, האט ער געזאגט אז ער פירט זיך פונקט ווי זיין טאטע וואס האט אויך נישט נאכגעמאכט זיין טאטע.
א באקאנטע מעשה איז דא פון פסח ביינאכט ווען ער האט בטעות געמאכט קידוש אנעם שטריימעל, האט ער געהאט א גאנצע שמועס איבער דעם, ווי ער האט חוזק געמאכט פון די וואס מאכן נאך מנהגים פון רבי'ס. וכהנה רבות. ווער עס האט מיטגעהאלטן די הלך ילך אין סאטמאר דעמאלט, ווייסט אז עס בכלל נישט געווען אויף א רעביסטעווע סטייל.

דאס איז געווען ביז שנת תשכ"ח, נאכדעם ווען ער איז שוין נישט געווען געזונט, האט זיך אנגעהויבן די רבי'שע מעשיות, מען האט אריינגעברענגט פארענטשעס א.ד.ג. דאס זענען געווען אידן וואס האבן יא געגארט אז סאטמאר זאל ווערן א חסידות אזוי ווי אנדערע חסידות'ן, און האט זיך עס געקייקעלט ווייטער ביז ווי מיר האבן שוין היינט עטליכע מלכות'ן אין סאטמאר.
אבער די חברה וואס האבן געוואלט מאכן סאטמאר פאר א חסידות האבן דאך געמוזט טרעפן עפעס א שטרוי אין וואס זיך אנצוכאפן, סתם צו זיין א פשוטער ערליכער איד אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, איז דאך נישט אינטערעסאנט, מען דארף דאך האבן עפעס אן אגענדע. האט מען גענומען די זאך פון ציונות וואס ער האט אסאך גערעדט פון דעם, און דאס געמאכט פאר די יסוד פון סאטמאר. אבער איך בין זיכער אז ווען סאטמאר רבי לעבט נאך היינט וואלט ער געהאט אסאך אנדערע זאכן פון וואס צו רעדן און שרייען איבער פשוטע אידישקייט.

איך נעם נישט קיין שטעלונג וועלכע פראקציע אין סאטמאר איז די ריכטיגע. יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, אבער דאס איז זיכער אז ווער אימער אין סאטמאר ווען ער פרובירט עפעס צו טוהן לטובת אידישקייט איז ער די ריכטיגע סאטמאר מיט יענעם ענין. און ווען דער צווייטער טוט עפעס גוטע זאכן פאר אידישקייט איז יענער די ריכטיגע סאטמאר, ווייל דער מייסד און ערפינדער פון סאטמאר האט נאר דאס געוואלט, צו בויען אידישקייט. און ווען איינער איז ביזי צו האקן אויף יענעם איז ער זיכער נישט סאטמאר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ברסלבר, לענ"ד ביסטו מער ווייניגער ראנג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

רב ברסלבער איר כאפט אן א וויכטיגע נקודה, די רב ווערסוס רבי און מגדלים פורים באויר של שקר וואס מען מוז היינט פאבריצירן טאג טעגליך כדי עס זאל שטימן די היינטיגע (ל"ד היינטיגע נאר די לעצטע 50 יאר) הנהגה ,ויש להאריך בזה הרבה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

דעת תורה האט געשריבן:דאטקאם, לענ"ד ביסטו מער ווייניגער ראנג.

80% גערעכט
א פאר נקודות נישט, דער איש כל הישר בעיניו יעשה, דאס איז תורת בני יואל

אבער דאס איז קלאר ווען די רבי לעבט היינט וואלט ער נישט געוויינט יעדע וואך ביי שלש סעודות אויף ציונות

און איך קען נאר איבערזאגן א גוט ווארט וואס א איד האט מיר לעצטענס געזאגט: די גרעסטע חורבן וואס ציונות מאכט היינט, איז ווען מען לייגט א דגוש אויף דעם מער ווי אויף אנדערע זאכן, קיינער ווערט שוין היינט נישט קיין ציוני, קוים וואס די אייגענע ציונות גלייבן אין זייער אידילאגיע, ליבערשט אריינלייגן כוחות אין די י"ג עיקרים, ווייל אין די זאכן ליידער טוישן זיך יא אסאך, אפגערעדט פון אזויפיל וואס גייען נאך יא מיטן לבוש און האבן נישט די פודענמאנטאלע יסודות פון אידישקייט

***
איך אויך האקט, און ער דערמאנט מיר א ווארט וואס ר' מי"ג האט אמאל געזאגט

כל זמן וואס די רבי ז"ל האט געלעבט איז געווען א וועלט מיט רשעים, אלע רביס זענען געווען רשעים, און איין צדיק, דער רבי.

ווען די רבי ז"ל איז נסתלק געווארן איז געווארן א וועלט פון צדיקים, שכנה"ג וכו', און איין רשע, דער (ר') אהרן, דער וויזניצער איידעם
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

שמעקעדיג האט געשריבן:@נאר,,פרייליך,
בענזשאמין איז נישט אינגאנצן גערעכט, אבער דו אויך נישט.


צר לי אחי מאוד, אבער יעצט איין מאל מוז איך אינגאנצען מחולק זיין מיט דיר,
בענזשאמין איז אינגאנצן נישט גערעכט, און חוץ א גיטע פידער וואס איז נישט זיין טאלאנט נאר השי״ת האט אין עס אים באשאנקען פארקויפט ער גארנישט, והא ראיה דארט ווי ער דארף ניצען זיין מוח און מבחין זיין בין לטוב ורע און נישט באשמיצען און אראפמאלען א גאנצע עדה קדושה און א טינקעלע פארב על לא דבר טוט ער עס נישט,

עס וואלט זיך ווען געוואלט זאגען אז דאס איז סתם א מוצ״ש ארטיקעל ארויס פון ביהכ״ס נאכען אפלאדענען די חריף מיט חמס מיטען ציל אויפצוטרייבען לייק׳ס, אבער בענזשאמין האט זיך באווארענט מיטען שרייבען אז ער איז דא מיטען גאנצען אמת און מיט א ציל צו שרייבען ווי א שור שנגח בכוונה, שרייבענדיג:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך בעט דעם עולם זאל עס נישט מאכן פאר קיין צימעס אשכול. עס איז א אשכול וואס איז געאייניגט מברר זיין און מלבן זיין וואס איז דאס, וואס פאנידערשייד צווישן סאטמאר און אנדערע חסידות'ער. ווער עס וויל מגרע זיין אדער מוסיף זיין און דעם ענין איז העפליך געלאנדענט.


עס איז נישט קיין קונץ זיך צו באהאלטען אינטער א ניק און שרייבען נעגאטיוו און אפמאלען יעדע זאך אדער מענטש אויף דער וועלט אנגעהויבן פון ששת ימי בראשית און א נעגאטיווע ליכט, פארקערט עס איז אסאך גרינגער ווי שרייבען אמת׳דיג, ווען מען שרייבט אזוי נעגעטיו לשם נעגעטיוו דארף מען בכלל נישט ניצען די מוח בשעת שרייבען מבחין זיין בין אמת ושקר און פראבירען צו שטעלען א נייטראלען פנים און פראבירען נאכגיין צו דאס וואס מען שרייבט איז ריכטיג אדער נישט.

עס איז זינלאז צו פראבירען אויפצוווייזען די גיטע זייט פון סאטמער, עס איז נישט דא קיינעם וואס ווייסט עס נישט, ווען פרענקלין׳ס מאמע זאל ריען ווי זי איז האט זיך געצאפעלט האט ער פינקט אזוי געניצט אלע סערוויס עד ועד בכלל פון אלע סאטמערע פינקט ווי א צווייטען, און עס איז נישט דא קיינער וואס ווייסט עס נישט.

צו נעמען טויזענטער אידן און עס דיסקרעדיטען מיטען ציל אויפצוטרייבען לייק׳ס איז... מען דארף עס נישט ארויסברענגן,
סאטמער און אירע טוזענטער מעמבערס דארפן נישט צוקימען צו קיין אפראוועל פון קיינעם, איך שרייב נאר וואס איך שרייב, פאר די פאר ניקים וואס פראבירען און ברעכן קאפ אפציווענדן די ארטיקעל, און האבן מורא אנצוריפען דאס קינד ביים נאמען אלץ א זייפן ושקרן, דעיר יו העוו איט איי סעי איט, עס איז נישט דא וואס אויפציווייזען אדער אפציווענדען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זעהסטו בדחן טייערע ,דאס איז די אייגענארטיקייט פונעם שטיבל אז יעדער קען ארויסזאגן זיין דעה ,און אפילו מיט שטארקע ווערטער און גארנישט געשעהנט נישט ,אלעס פארט ווייטער רוהיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך האלט אז די גאס איז נישט אזוי באהאווענט מיט די היסטאריע און לעבנסשאפן פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל, ממילא קומען זיי מיט אומבאזירטע פאלשע הנחות,

מאנכע, מחמת חוסר ידיעה, שטעלן זיך פאר אז דער סאטמאר רבי ז"ל איז געווארן פאפולער הערשט דא אין ניו יארק נאך די מלחמה, און זיין פאפולעריטעט איז געוואקסן פאראלעלע מיט זיין מערכה קעגן ציוניזם,

טעות גדול מאוד!

דער סאטמאר רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק ביי די 63 יאר אלט, א עלטערע מענטש לאנג נאך זיין פריים, דער מענטש האט שוין געשאקלט א וועלט נאך אין יוראפ, ער איז געווען פון די גרעסטע חסידישע רבי'ס אין אונגארן/ראמעניע, און אלעס אויף זיין אייגן קרעדיט, (דער סאטמאר רבי שטאמט פון די סיגוט'ער דינאסטיע וואס ער האט גארנישט געירשנט, זיין עלטערע ברודער, דער עצי חיים וזרעו אחריו, האט געירשנט די דינאסטיע), און דאס האט זיך אנגעהויבן נאך 40-50 יאר בעפאר ער האט אראפגעלייגט זיין פיס באדמת ניו יארק, נאך ווען אנטי-ציוניזים איז נישט געווען זיין מיסיע אין לעבן, פארוואס, ווייל דער מענטש איז געווען א אדם השלם, ער האט געהאט א חן און געצויגן ווי א מאגנעט, איידער דער רבינס פאטער, דער קדושת יו"ט מ'סיגוט ז"ל, איז נסתלק געווארן האט ער מצווה געווען אז דער עלצטער זוהן דער עצי חיים זאל ממלא מקום זיין דאס רבנות אין סיגוט, זיין מאמע די רביצין חנה ע"ה, האט זיך אפגערעדט צו איר מאן "וואס וועט זיין מיט יואלי'של" האט דער קדושת יו"ט געענטפערט בזה"ל בערך "יואל'ישעל וועט מען פון שפיץ בארג נעמען", בערך בשנת 1905, זייענדיג א גאר יונגער אינגערמאן פון בערך 18 יאר האבן אידן אנגעהויבן צו קלעבן צי איהם, (ער האט חתונה געהאט 1904), מ'האט געזעהן אז דער מענטש משכמו למעלה, זיין עבודת ה' איז געווען עד להפליא, זיין דאווענען איז געווען עפעס מיט אזא מין מתיקות וגעיגיעון בקול רעש גדול, אז א הארץ האט געקענט ציגיין, זיין אויסערגעווענליכער ברייטער ידיעות בקיאות ושכל הישר בכל התורה כולה איז ממש אין דגמתו, ועל כולם די אומבאשרייבליכע "סטריט סמארטס" ער האט געהאט, מ'האט געזעהן אז ער געבענטשט מן השמים מיט א חכמה, כדי צו האבן די טולס צו זיין א מנהיג,

ווען סאטמאר רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע, האט ער געהאט מיט זיך א קליין געזעמל חסידים שארית הפליטה אין א קליין געדינגענע ביהמ"ד אויף ראדני סט. (קעגנאיבער די הייטיגע שול), און אן קיין פאמפע אן קיין רעש זיך געדינט דעם אייבירשטן באמת ובתמים, און דאס האט געצויגן ווי א מאגנעט, ווען דער רבי האט אנגעהויבן זיין מלחמה קעגן ציוניזם דא אין אמעריקע, איז ער שוין געווען א עלטערע צאמגעבראכענע מענטש א האלעקאסט סערווייווער, רוב זיינע חסידים ומשפחתו זענען נעבעך אומגעקומען על מוקד האש, אלס פראקטישקייט און באקוועמליכקייט, איז עס ממש געווען סועיסייד אז א מענטש אין אזא מצב זאל אנהויבן א גאר אומפאפלערער באוועגונג קעגן ממש די גאנצע וועלט, ס'קיין ספק אז ווען ער שניידט ארויס די גאנצע אנטי-ציוניזים מיסיע וואלט ער געווען סאך אמער פאפולערער רבי און געהאט ווען אסאך א גרינגער לעבן,

די נייע דור סאטמארע חסידים אין אמעריקע זענען ווי מ'זאגט אין ענגליש הארדענ"ט (hardened) חסידים, זיי זענען אויפגעוואקסן און א ענוויירענמענט ווי זיי האבן זיך ציגעזעהן ווי זייער רבי, וואס זיי האבן געהאלטן אלס א צדיק וקדוש שאין דגמתו, שלאגט זיך בשיטה קעגן גרויסע אויסגערופענע מנהיגים ואדמורי"ם, דאס מיינט זיי האבן געמוזט מקבל זיין אלס א מציאות אז אפי' איינער וואס הייסט אין די וועלט אלס א צדיק וגאון האט פארט דער מענטש דעות נפסלות איבער יסודת'דיגע עניני אמונה ויהדות, מ'רעד מיר נישט איבער איינצעלנע עיניני איסור והיתר ווי א עירוב צו חמץ ומצה ווי מ'קען אפשר זאגן אלו ואל דא"ח, נאר זאכן וואס דער רבי האט געשריבן אז ס'איז ביהרוג ואל יעבור ביסודי האמונה, האט דער אנדערע גדול געשריבן חוב קדוש,

דאס האט געברענגט צו דעם אז זיי האבן פארלוירן טראסט אין סיי וועלכער רבי, און ממש נאר א רבי וואס איז געווען 1000 פראצענט אין איינקלאנג מיט סאטמאר רבי'ן און זיך אינגאנצן משכנע געווען צו איהם האבן זיי אקצעפטירט

אודה ולא אבוש, איך האב אין מיר נאך די סאטמארער ראסיזם, למשל אזא מענטש ווי דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל, טראץ וואס בעצם האלט איך איז ער גאר געווען א גאר גרויסער מענטש, אבער איינמאל מ'לייגט איהם צו לעבן סאטמאר רבי'ן ווערט ער זייער פיצי און מיינע אויגן, מוז נישט זיין דוקא מחמת עפעס א חסרון מצד קלויזנבורגער רבי, נאר פשוט, קאמפעירד צו סאטמארע רבי ווערן זייער אסאך גרויסע מענטשן זייער קליין, אפי' בלויז אינעם הינזיכט פון גשמיות'דיגע כאריזמע, עאחכו"כ, אזא נאטור ווי דער קלז"בער וואס כידוע האט זיך געהאט זיין שארט קאמינגס, יומיליטי איז נישט געווען פון זיין שטארקע זאכן, ער איז ממש געווען דער איינציגער רבי וואס האט געהאט די גאטס צו זיך גיין זיין אייגן וועג, און אינגאנצן נישט גורס זיין דעם סאטמארער רבי'ן, איז בעיני חסידים פון סאטמאר רבי'ן אזא מענטש מופרך,

תם ולא נשלם....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מודעה רבה לאורייתא:
ביטע נישט דרייען דעם שמועס ארום דער סאטמאר'ן רבי'ן, בעל הנס ובעל הילולא.
דער אשכול, לויט ווי דער טעמע לויטעט, דיסקאסירט "סאטמאר" פון היינט. זייער נקודת השקפה, מהלך החיים והמות, וכו'.
Under influence
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

דאס וואס עטליכע שרייבערליך זענען כסדר דא פארנימען איבער די נושא פין טערארזירען איינעם וואס גייט נישט אין שפאן איז לענ''ד פשוט איבערגעטריבען
נעם א דוגמא למשל א חסידות ווי סקווער ואס הייסט אויווען אויף א וואוילע און ערליכער פרומער חסידות אהן טשעפענען א פליג לעבן זיך אין זייער וועלטעל אפגעשיידט פינעם האו הא פין דער וועלט
אבער ווען ס'קומט צו זייער שפאן וועט מען ווארפען פלאש באמבעס ביז אן אומשילדיג פרום ערצויגען בחור'ל שמאכטעט אצינד שרייבענדיג די שורות על לא עול בכפו נאר צוליבען באקימען א חינוך איבער די וואס גייען נישט אין שפאן
יעדער חסידות האט זיך אויסגעוועלט א געוויסער סארט שפאן וואס אויף דעם זענען זיי רעדי להרוג וליהרג
אבער אין סאטמאר עקזיסטירט נישט היינט א הוה אמינא אז ווען איינער האט פייגלעך אין קאפ איבער נישט וועלן מיטשטיין מיט די רעגולאציעס פין דייקא דאווענען אין איין ביהמ''ד זאר ער זיין חייב ד' מיתות בי''ד
לענ''ד שטייט סאטמאר זייער שיין מיט די שפאן רעגולאציעס עניטיים ווי אין אנדערע מקומות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אם אין דעת, פלעגט די רבי זאגן, הבדלה מנין?
סקווירא צווינגט נישט זייער חסידות אויף א פרעמדער; סאטמאר האט יא. נקודה.
Under influence
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אם אין דעת, פלעגט די רבי זאגן, הבדלה מנין?
סקווירא צווינגט נישט זייער חסידות אויף א פרעמדער; סאטמאר האט יא. נקודה.


קענסט אפשר מסביר זיין דאס שטיקל בי עס קאווע? וואלסט ענדערש חתונה געמאכט דיין טאכטער צו א סקווערן ווי א סאטמארן? נקודה למחשבה.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אם אין דעת, פלעגט די רבי זאגן, הבדלה מנין?
סקווירא צווינגט נישט זייער חסידות אויף א פרעמדער; סאטמאר האט יא. נקודה.

וואס פאסירט ווען א סאטמארער דאוונט פארן עמוד אין סקווירא און זאגט נישט קץ משיחי'

און וואס פאסירט ווען א סקוויראער דאוונט אין סאטמאר און זאגט יא קץ משיחי'

דוק ותשכח
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

[justify]איך האלט די עולם מאכט א טעות דא, ער רעדט נישט פון א פריוואטע סטאמערע אינגערמאן/בעה''ב וואס ער האט זיין אייגענע בחירה, און ביי זיי זעהט מען אסאך גוטס, און אפי' אסאך אהבת ישראל אפי' פאר א פרעמדע. ער רעדט דא פון די חברה וואס האבן די ווארט אויף די קהלה, אז מען הערט פון זיי מער סור מרע (יענעמ'ס רע) ווי עשה טוב, ספעציעל די זאכן וואס קומען ארויס אויפן גאס. און אפי' די זאכן וואס מען טענה'ט אז אפאר עקסטרעמע (משוגעים) טוהן עס און נישט זיי אליינס , האלט מען אז עס איז בידם צוריק צו האלטן, נאר זיי ווילן נישט, און זיי שרייען נאך אז זיי האלטן נישט דערפון נאר אפאר יחידים טוהן עס פון זייער היינט (אזוי ווי סקווירא האט געשריגן ביי פרשת ראטענבערג). ווען יעדער האלט אז עס איז שקר און זיי וואלטן עס יא געקענט צוריק האלטן.

נאך א זאך וואס איך האב שוין פריער געשריבן, אז דעס וואס הרב פרענקלין האט געשריבן, איז מער ווייניגער די בליק פון רוב ארטדאקס יוד וואס האט קיינמאל נישט זיך געדרייט אין סאטמאר. דאס איז די אימעדש וואס סאטמארע קהלה (נישט פריוואטע סאטמארע אינגערמאן) געט. צו עס איז אמת אז מען זעהט אזוי, יא, צו עס איז טאקע סאטמער קהלה, קען זיין אז נישט. אויב דעס איז נישט אמת'דיג זאל הרב פרענקלין טוישן די טייטל "די געפיל וואס אנדערע חרדים האבן אויף סאטמאר".

אויב איר קוקט וועט איר זעהן, איך מיין אלע וואס טענה'ן זיך דא, זענען נאר וואס זענען אויף געוואקסן אין סאטמאר, קיין איין נישט-סאטמארע (אזוי ווי עס זעהט מיר אויס) האט זיך נישט געדינגען מיט הרב פרענקלין, ווייל דאס איז דער אימעדש וואס רוב אנדערע האבן אויף סאטמאר. און קיין איין סאטמארע וואס איז אויף געוואקסן דארט וועט נישט פארשטיין וואס ער וויל.

נאך א זאך רוב פרעמדע מענטשן דאס הייסט נישט סאטמערע, וועלן זיך פילען באקוועמער ביי די ארונים, ווי ביי די איבריגע סאטמארע עולם.[/justify]
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

איך פארשטיי נישט? קענען אלע סאטמארע מאכן א מיטינג און טרייען צו ענטפערן צום דבר. עטס מוזטס מאכן עפעס א ארגון .... שע״י קיט״ל
פארשפארט