סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די אמת'ע סיבה פארוואס בענזאמין האט אזוי גענויגט קעגן סאטמאר איז ווייל ער האט זיך געמאכט א שנעלער חשבון, וואס לוינט מיר צו שרייבן בשבחם פון סאטמאר און אריינלייגן בדחנ'ען אין א פארלעגנהייט אויב יא אדער נישט לייקן אויף די מעגליכע מפוגל'דיגע דעות וואס האבן זיך אריינגעכאפט צווישן די אותיות, זאל איך שרייבן קעגן זיי און אריינכאפן אין מיין נעץ א 15 (אין כת"י מינכען איז די גירסא 20) לייקס, אזוי וועל איך קענען בארייכערן אביסל מיין ארעמע אוצר פון לייקס.

א פלא ווי די וואס לייקן נישט זענען שטענדיג פארנומען מיט לייקס. ועל כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, "סטמרונים מלאים פרדקסונים".
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין צימעס, אבער אויבן אויף קוקט אויס ווי דיין ארטיקל בענדזשאמין איז לכה"פ אזוי שעדליך ווי גיוס בני הישיבות. ארונישע און זאלונישע ניקס לייקן זיך אז עס גייט א רויך. עת לעשות לה' הפרו תורתיך.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

יאיר האט געשריבן:
יומיליטי איז נישט געווען פון זיין שטארקע זאכן, ער איז ממש געווען דער איינציגער רבי וואס האט געהאט די גאטס צו זיך גיין זיין אייגן וועג, און אינגאנצן נישט גורס זיין דעם סאטמארער רבי'ן, איז בעיני חסידים פון סאטמאר רבי'ן אזא מענטש מופרך,

אזא שטיקל איז ווערד "גאלד", מען דארף עס אפלערנען ווי א שטיקל ויואל משה. נעמליך, היות ביי אונז אין סאקמער האט מען שטארק געארבעט אויף ענוה, און דער קלויזענבורגער האט דאך נישט געהאט די מדה, איז ער מופרך. פון וואנעט ווייסן מיר אז ער האט נישט געהאט די מדה? ס'טייטש, ער'ט זיך געוואגט נישט צו וויסנדיג מאכן פון אונזער מעכטיגער הייליגער רבי


איך וויל חלילה נישט רעדן אויף קיין אדם גדול אבער יעדער ווייסט דאס אז דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל איז געווען ווי מ'זאגט א "פאני" מענטש שיין גערעדט, ער האט זיך באזעצט אין וומ"ב מיטן חשבון אז ער גייט זיין דער פאסט-מלחמה מנהיג, און ער האט קיינמאל געקענט משלים זיין מיט די מציאות אז סאטמאר רבי האט איהם רעדוצירט צו אירעלעוונס, ווען סאטמאר רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע האט ער איהם געאפערט צו ווערן א איינגעשטעלטע ראש הישיבה און זיין ישיבה, כא כא כא כא כא!!!!!!!! הערסט א העזה? איינער וואס איז 30 יאר עלטער פון איהם, זיין פעטער, א וועלטס רבי אין יוראפ, האט די נערוו צו געבן אזא אפער, נאכאמאל לשעצמו האט ער געהאט מעלות רמות וגבוהות, אבער ער האט געהאט זערא קלעסס
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

און אז דער סאטמאר רב האט געזאגט אזעלכע מאדנע עקסטרעמיסטישע סטעיטמענטס ווי למשל אז מ'דארף ענדערש זיך שעכטן ווי איידער אראפדרוקן דעם קנעפל פאר די בחירות אדער זיך לערנען א ווארט עברית, צו נעמט דאס עפעס אוועק פון זיין חשיבות? פארוואס דארף אלעס זיין שווארץ אדער ווייס, הלנו אתה אם לצרינו?
און בכלל, זינט ווען מעסט מען אן אדם גדול לויט די קלאסישקייט וואס ער האט פארמאגט? דער ראגאטשאווער האט פארמאגט קלעס?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

משה געציל האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין צימעס, אבער אויבן אויף קוקט אויס ווי דיין ארטיקל בענדזשאמין איז לכה"פ אזוי שעדליך ווי גיוס בני הישיבות. ארונישע און זאלונישע ניקס לייקן זיך אז עס גייט א רויך. עת לעשות לה' הפרו תורתיך.

הפרו תורתיך?! זו תורא וזו שכרו!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

יאיר האט געשריבן:און אז דער סאטמאר רב האט געזאגט אזעלכע מאדנע עקסטרעמיסטישע סטעיטמענטס ווי למשל אז מ'דארף ענדערש זיך שעכטן ווי איידער אראפדרוקן דעם קנעפל פאר די בחירות אדער זיך לערנען א ווארט עברית, צו נעמט דאס עפעס אוועק פון זיין חשיבות? פארוואס דארף אלעס זיין שווארץ אדער ווייס, הלנו אתה אם לצרינו?
און בכלל, זינט ווען מעסט מען אן אדם גדול לויט די קלאסישקייט וואס ער האט פארמאגט? דער ראגאטשאווער האט פארמאגט קלעס?


דער חילוק איז נאר אז סאטמאר רבי האט אפשר געקענט זאגן מאדנע זאכן, לשיטתך, אבער ער איז געווען א גוטער קאמיוניקעטער, ער איז געווען א ציגעלאזענער כאראקטער, ער האט געהאט קלעסס און סטריט סמארטס, ממילא ווען ער האט געזאגט די אלע א"ג מאדנע זאכן האט מען עס אנגעקוקט פון א אנדערן פריזם ווי פון איינער וואס האט נישט געהאט קיין פערטל די קרידענשלס
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

גאלד האט געשריבן:דער חילוק איז נאר אז סאטמאר רבי האט אפשר געקענט זאגן מאדנע זאכן, לשיטתך, אבער ער איז געווען א גוטער קאמיוניקעטער, ער איז געווען א ציגעלאזענער כאראקטער, ער האט געהאט קלעסס און סטריט סמארטס, ממילא ווען ער האט געזאגט די אלע א"ג מאדנע זאכן האט מען עס אנגעקוקט פון א אנדערן פריזם ווי פון איינער וואס האט נישט געהאט קיין פערטל די קרידענשלס

בקיצור, לויט דיין הבנה קומט מיר אויס אז הרה"ג ר' ברוך אובמה איז פון די גדולי הדור. משא"כ מהר"ג בוש השני און ווער רעדט נאך הגבירה המרוממה שרה פיילין איז פון די גאר שוואכע צדיקים וצדקניות וואס זענען מופרכים מאוד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

שרה פיילין איז קלאר שלעכטע נייעס, בוש האט פארט עפעס וואס ליגט אונטער זיין סוקסעס, זיין וועג וויזוי ער רעדט סאונד ער זייער דשעניוען און האמבל, דו"ק ותשכח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

סיריעסלי, הרב גאלד, דיין רבי האט דיר געלערנט צו מעסטן ערליכע אידן לויט די כאריזמע וואס זיי האבן?
אויב יא פארשטיי איך שוין פארוואס די סאקמורונים זענען אזוי פארגלייבט אין זייער הייליגן רבי'ן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

מעסטן ערליכע אידן איז א אייגענע אינסטינקנט און א פריוואטע אפשאצונג, ד"מ אזוי צי זאגן: מיין שכל זאגט אז דער מענטש איז א צדיק, אשר ע"כ בין איך איהם בוחר אלס מיין רבי
און אבוויעסלי זייער אסאך מענטשן שכל האבן געפירט צו דעם החלטה,
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

[justify]
berlbalaguleh האט געשריבן:איך שטיי אין א זייט און קוק זיך צו צום היציגן וויכוח. זה בונה וזה סותר, וזה נותן סטירות כמו שכתוב בתורה. נ אר אויף די לעצטע שורה פון דיין מאמר האב איך איין שאלה צו פרעיגן. "פארוואס"? :?: :!:

אז די פרעגט מיך וועל איך דיך ענטפערן, איך זאג דיך פאראויס אז איך האב עס נישט אדורך געטון, איך גיי דיך זאגן מיין מיינונג אן עס אדורך טוהן.
איך ווייס נישט פארוואס אבער עס איז נישט נאר איך, איך ווייס אסאך פון מיין חברים, טענה'ן די זעלבע זאך. קודם אין מאנרא זענען פרעמדע זייער וועלקאם דארטן, אפאר דוגמא אפאר בעלזער האבן מיך שוין געזאגט אז גיין נאך געלט אין גרויסן שוהל אין מאנרא, און מען איז זיי זייער מקרב דארטן. אבער עס האט מסתמא אסאך צו טוהן ווייל זיי זענען נישט קיין שטאט מענטשן, וואס אלגעמיין זענען די אוט אוף סיטי פיפעל מער העפטליך, און קען זיין אז די וועסט אריין גיין אין מאנרא ביי זאלונים'ס שוהל, וועט עס זיין די זעלבע.
און ווילימסבורג קען זיין, ווייל די ארונים האבן באקומען פעטש, פארשטיין זיי א צווייטער מער.
אבער די עיקר מיין איך אז די ארונים האבן אנגענומען מער די געדאנק, נישט אראפ צורייסן די פרעמדע רבנים וואס האלטן נישט ממש אזוי ווי זיי, אויב יענער איז א רב, קומט זיך איהם ריספעקט. מען קען זיך טענה'ן, נישט אן נעמען יענעמ'ס א רב שיטות אבער די רבי'ס א תלמיד מעג טוהן וואס זיין רב זאגט איהם, און מען ריספעקט עס. איך זאג קלאר דעס איז א דזענרעל וויאו, אבער עס איז זיכער דא ביי ביידע פארטייען יחידים וואס זענען פארקערט.[/justify]
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

שרייבער האט געשריבן:דאס האסטו די מהות פון סאטמאר און איר אייגנארטיקייט
viewtopic.php?p=136893#p136893


אויב מען מעג מחולק זיין, איה״נ עס איז יעצט סאטמער וואס זיכט איז אבער עס איז נישט א מעלה וואס באלאנגט פאר סאטמער, ביי לייבי קלעצקי האט נישט געזיכט דייקא סאטמער, אז עס וועט אויספעלען וועלן קלוז״ב אויכקימען, יעדער יוד באשר הוא שם וועט קימען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ווען די היינטיגע בעלי מחברים קאמפאזען קומפוזיציות על פי רוב קאנצעטרירען זיי זייער ענערגיע אויף די טאן, קעטשי גראמען, מער ווי אויף די ווערטער, איך רעד נישט פון הייליגע/אידישע ניגונים וואס מ'פאסט אריין קענענייזד ווערטער פון די הייליגע תורה. איך רעד פון וועלטליכע ניגונים, היינט ווערן די ליריקס על פי רוב דורך די המון עם נישט גענומען זייער ערענסט, ווער ס'הערט אויס סעקולאר מוזיק ווייסט אז מערסטענס זענען די ווערטער און ליריקס א טאץ מיט גארנישט און נישט. כמעט אזוי אבסטרעקט ווי א דרשה פון אונזער אייגענע סאטמערע רבי זאלי.

איז אבער דא א אור אלטע מחלוקת אויף די ליריקס "האטעל קאליפארניע" א ניגון פון די איגעל"ס;  עס איז שוין א אלטע שמועס ביי די חסידים וואס די הייליגע מישמאש פון ווערטער טייטשען,  נאט אייך די נבואות און איר ארגינאלע פארמאט שפעטער. אויב קענטסטו נישט די טאן, איז ממש אן עבירה. שפרינג אריבער צו יוטוב און הער עס שוין אויס.

די היינטיגע קינדער פון די בעבי בומערס האבן געהערט פארשידענע אויסדריקען אויף די ווערטער טייל האבן געהאלטן אז דער ניגון רעד פונעם טייוועל אליין, אנדערע האבן עס אוועקגעמאכט אלס סתם הוידעל בוידעל, ס'ווענט זיך צו זייער עלטערן זענען געווען רעגליעזע. ווען די ניגון איז ערשט ארויס אין 1976 האט עס די גאנצע וועלט געהערט און נישט געהאט אן אנונג וואס די שווארץ יאר די חברה ווילען. ס'האט זיך עפעס געהערט ווי א נאצישע חברה קדישא רעדט דא, קענסט ארויס טשעקען אבער קענסט נישט אוועק גיין, הארגע די טייוועל.

עפעס שפעטער האט עפעס א יידל אפיר געקראצט דער דעקיל פון די קאסעטע און באטראכט דעם בילד שטארק, פאר אים האט זיך באוויזען אין די בילד פון די האטעל דער טייוועל אויבען אין די באלקאני אויף די לינקע זייט. אהא, דער האטעל קאליפארניע איז גאר דער שטן'ס קלויסטער! א שרעק, דער עולם האט זיך געכאפט אז די ליריקס איז די ווערטער פונעם שטן אליין. היינטיגע קריסטען גלייבן נאך אלץ אזוי.

שפעטער, זאגט וויקיפידיע האט דער מחבר אלעס אפגעלאכט, איינער וואס איז געווען ביים כאפען די בילד האט עדות געזאגט אז די שאטן אין די באלקאני איז א פרוי וואס מ'האט געדינגען פאר די בילד

איז געבליבען א טרעדישען צו טייטשען די ווערטער פון די ליריקס.. ביי די די שמועס דא וועגען סאטמער און ביי אנדערע אשכולות ווי אונזער סיסטעם ווערט דורך געשמועסט שווימט מיר אויף די דברי נבואה, ממש צוגעפאסט צו די סיטיועשען.

On a dark desert highway, cool wind in my hair
Warm smell of colitas, rising up through the air
Up ahead in the distance, I saw a shimmering light
My head grew heavy and my sight grew dim
I had to stop for the night
There she stood in the doorway;
I heard the mission bell
And I was thinking to myself,
"This could be Heaven or this could be Hell"
Then she lit up a candle and she showed me the way
There were voices down the corridor,
I thought I heard them say...

Welcome to the Hotel California
Such a lovely place (Such a lovely place)
Such a lovely face
Plenty of room at the Hotel California
Any time of year (Any time of year)
You can find it here

Her mind is Tiffany-twisted, she got the Mercedes bends
She got a lot of pretty, pretty boys she calls friends
How they dance in the courtyard, sweet summer sweat.
Some dance to remember, some dance to forget

So I called up the Captain,
"Please bring me my wine"
He said, "We haven't had that spirit here since nineteen sixty nine"
And still those voices are calling from far away,
Wake you up in the middle of the night
Just to hear them say...

Welcome to the Hotel California
Such a lovely place (Such a lovely place)
Such a lovely face
They livin' it up at the Hotel California
What a nice surprise (what a nice surprise)
Bring your alibis

Mirrors on the ceiling,
The pink champagne on ice
And she said "We are all just prisoners here, of our own device"
And in the master's chambers,
They gathered for the feast
They stab it with their steely knives,
But they just can't kill the beast

Last thing I remember, I was
Running for the door
I had to find the passage back
To the place I was before
"Relax, " said the night man,
"We are programmed to receive.
You can check-out any time you like,
But you can never leave! "
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

רונג אשכול?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: ווייטער געוויין (קרעדיט: געפילטע)

דו מישט מיר צאם מיט יאיר, איי'ם פלעטערד.

נישט געזארגט, שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד, איר זענט זיך ביידע אייניג ווערד דאס געלט (אין א גוטע וועג).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

גאלד האט געשריבן:...המשך

די סאטמארע חסידים זענען אויפגעוואקסן צו זיין זייער סוספישעס אויף אנדערע חסידות, און ס'האט זייער א לאגישע סברה, די חסידות דא אין אמעריקע האט זיך געבויט און א גאר שטורעמישע תקופה, ווען ס'געווען א שעת חירום אויף דער וועלט, ס'געווען א היסטארישע טורנינג פוינט פארן אידנטום, דורכאויס קורות הדורות בני ישראל, ביי יעדע היסטארישע געשעעניש וואס האט זיך נאר געמאכט, איז ביי די תקופה וואס די פירצה ברעכט אויס און ס'נאך נישטא קיין אויסגעטרויטענע שיטה ומהלך פון די דורות הקודמים, ס'איז א נייע סארט פירצה, איז נאטורליך כדי צו איינגלידרן דיין מהלך פאר די דורות הבאים מוז מען גיין גאר עקסטרעם, ס'פשוט נישטא קיין ברירה, דער רבי האט זיך אונטערגענומען ממש א אומעגליכער מיסיע זיך צו שלאגן מיט די גאנצע וועלט, ווען יעדער איז געווען פאר'כישופ'ט פארן נייעם אידיש לאנד, האט ער געמוזט געווען בקצה האחרון אינגאנצן, דאס האט געמוזט אזוי זיין באותו תקופה, און ס'לאזט זיך זאגן אז ווען נישט דער רבי וואלט דאס עצם מציאות אז ציונות איז כהיום יום אקצעפטירבאר און די פרומע וועלט אלס א מעינסטרים שיטה איז נאר ווייל דער רבי איז געגאנגען אזוי עקסטרעם לכתחלה, ווען נישט וואלט דער רבי'ס שיטה באטראכט געווארן ווי די משוגעים וואס גייען קיין איראן, און דאס האט נאר איין סאטמאר רבי געקענט טאן ווייל ער האט געהאט די קרידענשלס אלס א פראקטישער מענטש מיט קלאס, חכמה, צידקות וסייעתא דשמיא,

יעצט אזוי, די סיבה פארוואס אסאך פרעמדע אידן באטראכטן סאטמאר בלויז אלס א סינגל-אישו חסידות, כאילן אלעס דרייט זיך ארום התבדלות הרשעים, ותו ולא, בעת וואס דאס איז קלאר פאלש מעיקרו ווי ערווענט, דער סאטמאר רבי האט פארקערפערט אין זיך אלע מעלות שמנו חכמים, איז צוויי פאכיג, איינס ווייל די אנטי ציוניזם ענין איז אזאך וואס איז זייער בולט, עס די קאנטרעווערשל זאך פון רבי'ן, די אנדערע ענינים געפונען זיך ביי אלע אידישע קינדער, איבעראל איז דא חסד, תורה, עבודת ה', והשנית והוא העיקר מ'דארף פארשטיין אז טראץ וואס דער רבי האט טאקע משפיע געווען צידקות פאר זיין חסידים, אהבת ה', יראת שמים, קנאות, אהבת ישראל, ועוד, אבער איין זאך וואס א צדיק קען נישט משפיע זיין, דאס איז שכל, ליידער צווישן אזוי גרויסע נאכפאלגערשאפט ווי סאטמאר זענען דא אלע סארט איי-קיוס, און היות דער רבינ'ס שיטה איז געווען אביסל ריסקי און קאנטרעווערשל, האבן זייער אסאך פון זיינע חסידים עס גענומען די ראנג וועג, און נישט מבחין געווען ווי איין און ווי אויס, דאס זענען די מענטשן וואס מען רופט "בני יואל" אדער "רביזיכרונעברכע" אידן, אדער היינט רופט מען זיי "זאליס", (במאמר המוסגר מוז איך זאגן אז ר' זלמן לייב זעלבסט איז נישט מיסודו אזא סארט מענטש ער איז גראדע יא א קלוגער איד, נאר היות די סארט אידן זענען אריינגעפאלן אין זיין לאגער, פארשטייט ער אז ער מוז גיין מיט דעם שוואונג, אבער היסטאריש איז נישטא קיין שום באווייז ער זאל זיין עפעס א מער רבי ז"ל מענטש ווי סיי ווער אין זיין משפחה, ביי די 50 יאר איז ער פלוצליג געווארן צוליב פארשטענדליכע סיבות ואכמ"ל) אט די אידן האבן אינוועסטירט זייער גאנצער עמאשנעל לעבן אויפן סמך אז די גאנצע וועלט איז "פארכאפט", זיי האבן גענומען די שיטה צו א לעוועל פון א פערסענעל מחלוקה מיט פערזענליכע מענטשן, וואס איך ווייס פון עדי נאמנים אז דער רבי האט דאס נישט געקענט סובל זיין, אינעם ספר ויואל משה דערמאנט נישט דער רבי קיין איין פערזעליכער פרומער איד אין גם אחד, אבער די אידן, כדי אז דער רבי'ס לעגעסי זאל ווייטער לעבן מוז מען אויפקלערן קינד און קייט בכל דור ודור אז ס'דא א "בילבול המוחות", מ'הערט אויס דעם רבי'נס ש"ס תורות דוקא פון די טעיפס, נישט כדי צו לערנען זיין שיטה, דאס קען מען דאך לערנען פון ספר אבער דאס איז נישט גענוג מ'מוז עס הערן מיט דעם קרעכץ און תנועה ווי דער רבי, ווייל דער גאנצער ציל איז צו האלטן לעבן זייער פארדרייטע לעגעסי פון רבי'נס ז"ל אז אן קיין "בילבול המוחות" איז דער רבי חלילה באנקראט,

...תם ולא נשלם


@גאלד איר זענט ממש צום באווינדערן אייער רייכע פעדער און ישוב הדעת און קלארקייט און די נושא איז ממש צום באלייקען קיפ אן מיט דיינע שיינע ווערק
נאר איין הערה אז די זמנים פין די רביזיכרוינעבראכע סארט שטימט נישט מיט אייער הנחה, ווייל כידוע ביז די אנהייב למד האט נאכנישט עקזיסטירט די סארט ברואים די זענען בלויז געווען א מינדערהייט ווי די שווארצע וכדו'
און די העט פין די וועלט קעגן סאטמאר, און די בליק אויף זיי אז חוץ ציונות ווייסען זיי פין גארנישט אדער ווי דער מייסד בעלז החדש האט זיך אויסגעדריקט אז דאס איז ביי זיי ווי די פערצענטע.... (כ'וויל מיר נישט פארשמירען מיט זיינע רייד)
אט די לאזינגען און הוצאת שם רע האט שוין עקזיסטירט היבש בעפאר עס איז ארויסגעוואקסען די רעבעזיכרוינעלבראכע סעקט
ביטע פארשטיין געבן אייערע רייד
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין וואס גאלד זאגט? ער וויל מסביר זיין אז ער איז א אהרוני, ווייל די אהרונים זענען בעסער, מער מענטשליך און ווייניגער טעראריסטן ווי די זאליס.... פאר סאם ריזען, ווער עס הערט עס לאכט :-)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דעת תורה האט געשריבן:וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין וואס גאלד זאגט? ער וויל מסביר זיין אז ער איז א אהרוני, ווייל די אהרונים זענען בעסער, מער מענטשליך און ווייניגער טעראריסטן ווי די זאליס.... פאר סאם ריזען, ווער עס הערט עס לאכט :-)

אוי וויי, איז דאס טאקע משמע פון מיינע דיבורים? ביטע צייג מיר אן פונקטליך וועלכער זאץ, און איכעלעס שנעל מתקן, דער רעיון איז מיר לגמרי נישט אריבער מיין מח,
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

גאלד האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין וואס גאלד זאגט? ער וויל מסביר זיין אז ער איז א אהרוני, ווייל די אהרונים זענען בעסער, מער מענטשליך און ווייניגער טעראריסטן ווי די זאליס.... פאר סאם ריזען, ווער עס הערט עס לאכט :-)

אוי וויי, איז דאס טאקע משמע פון מיינע דיבורים? ביטע צייג מיר אן פונקטליך וועלכער זאץ, און איכעלעס שנעל מתקן, דער רעיון איז מיר לגמרי נישט אריבער מיין מח,


גראדע רעדט גאלד זייער שיין פון אדמו''ר מהרז''ל דאס וואס די שפירסט זיך געטראפען איז בלויז צוליב וואס גאלד פארציילט די פאקט איבער די מערהייט וואס פיגורירט ביי זיינע נאכפאלגער
איר האט רעכט מיט אייער דעת תורה זיך אנציקערן צום רבי'ן זעלבסט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאלד האט געשריבן:שרה פיילין איז קלאר שלעכטע נייעס, בוש האט פארט עפעס וואס ליגט אונטער זיין סוקסעס, זיין וועג וויזוי ער רעדט סאונד ער זייער דשעניוען און האמבל, דו"ק ותשכח

טו א טובה, מיש נישט (און אוודאי פארגלייך נישט) א איד א קדוש וטהור, סאטמאר רבי זי"ע מיט להבדיל גויאישע פאליטישן'ס. ווי פיין זיי זאלן נישט זיין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין וואס גאלד זאגט? ער וויל מסביר זיין אז ער איז א אהרוני, ווייל די אהרונים זענען בעסער, מער מענטשליך און ווייניגער טעראריסטן ווי די זאליס.... פאר סאם ריזען, ווער עס הערט עס לאכט :-)

אוי וויי, איז דאס טאקע משמע פון מיינע דיבורים? ביטע צייג מיר אן פונקטליך וועלכער זאץ, און איכעלעס שנעל מתקן, דער רעיון איז מיר לגמרי נישט אריבער מיין מח,


גראדע רעדט גאלד זייער שיין פון אדמו''ר מהרז''ל דאס וואס די שפירסט זיך געטראפען איז בלויז צוליב וואס גאלד פארציילט די פאקט איבער די מערהייט וואס פיגורירט ביי זיינע נאכפאלגער
איר האט רעכט מיט אייער דעת תורה זיך אנציקערן צום רבי'ן זעלבסט

גאלד איז א "סערטיפייעד" אהרוני. נישט אז ס'איז א פעילער, נאר א פאקט. נאר ער זאגט דאס זעלבע וואס איינער (אדער עטליכע) :lol: פון די מאן דאמרים אין דעים אשכול.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאב נאכמאל פארזיכטיג איבערגעקוקט מיינע מאמרים, ולא זכיתי צו טרעפן איין ווארט וואס זאל משמע זיין אז די זאליס זענען מער "טעראריסטן" ווי די אהרונים, דאס איז קיינמאל געווען מיין שיטה, מיין גאנצע סגנון און פוינט פון מיינע דיבורים איז צו מבאר זיין די אייגנארטיגע ענוויירענמענט סאטמארע חסידים זענען נתגדל געווארן, און די סימפטאמס דאס האט אויסגקלאפט אויף געוויסע סאטמארע חסידים וואס דאס רוב האבן זיך באזעצט און די "זאלי" לאגער, וואס דאס איז דאך דער נושא פון דעם אשכול "סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט."
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

גאלד האט געשריבן:כאב נאכמאל פארזיכטיג איבערגעקוקט מיינע מאמרים, ולא זכיתי צו טרעפן איין ווארט וואס זאל משמע זיין אז די זאליס זענען מער "טעראריסטן" ווי די אהרונים, דאס איז קיינמאל געווען מיין שיטה, מיין גאנצע סגנון און פוינט פון מיינע דיבורים איז צו מבאר זיין די אייגנארטיגע ענוויירענמענט סאטמארע חסידים זענען נתגדל געווארן, און די סימפטאמס דאס האט אויסגקלאפט אויף געוויסע סאטמארע חסידים וואס דאס רוב האבן זיך באזעצט און די "זאלי" לאגער, וואס דאס איז דאך דער נושא פון דעם אשכול "סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט."
פארשפארט