פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואספארא מפני-הצניעות'דיגע מעשיות דו קענסט (יתכן אז אזעלכע זענען פאראן); כ'ווייס אבער יא אז אין דער דורכשניטליכער ישיבה איז די שהצניעות-יפה-להן טעמע געווענליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם טעגליכן הלוך ילך.בדחן האט געשריבן:זיי זענענן זייער גוט מיט וואס זיי טיען איך קען עטליכע מעשות פון דארט, אבער מפני צניעות הפרט האלט איך נישט אז עס איז א תועולת צו שרייבען ווייל ווער ווייסט ווי די אשכול וועט נאך אלץ אנקימען.
לאמיר אייך אייך מסביר זיין, איך ווייס פון צוויי דריי פעלער ווי אזוי זיי האבן געשטעלט פראבלעמאטישע זאכען אין פלאטץ, אבער וויבאלד נישט איך און נישט דו ווייסען ווי די אשכול גייט נאך אלץ אנקימען און ווער עס גייט עס נאך ליינען מעגליך אז דער באטרעפענדער אדער זיין משפחה וועט עס ליינען און עס וועט מעגליך וויי טיען, דער רעדט מען דאך נישט פון א ישיבה פון טויזענטער בחורים, דערפאר איז בעסער נישט צו שרייבען מפני צניעות הפרט.