זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:כ'האב יעצט געהערט אז הרב המקובל ר''ש עקשטיין פון ומ''ס האט אנגעוויזען ווי צו זיכען און תיכף דערנאך איז דאס קינד אפגעפינען געווארען
קען דאס איינער מברר זיין?


עקשטיין, 1. קרויס, 0.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אונז יידעלעך רעדען זיך איין אז אונז זענען די קלוגסטע, אונזערע גאנג איז דער בעסטע און דער פארשטענדליכסטע, און אז א דער גויישע מידי"א דערמאנט איין ווארט פון אונז, איז דאס אז זיי קענען נישט אויפהערען ארויסצוברענגען זייער התפעלות פון דער קידוש ה' וואס האט זיך אפגעשפיגעלט פון די טויזענטער וואלונטיר'ס וואס האבען אוועק געגעבען פון זייערע טייערע וויכטיגע צייט צו זוכען, טוהן, רודערען, כרעפצען פאר'ן פארלענע'ם קינד.
אלזא, צום סוף ווען דער פאליציאנ"ט טרעפט איהם, זענען מיר אויף צרות נאכאמאל. אין יעדער אזעלכע פאל, ווערט דער פארלארענער נישט געטראפען דורך די מאס'ן וואלונטיר'ס און נישט דורך די פאבלי"ק סעיפט"י, נאר דורך דער גוי וואס מ'האט איהם ספעציעל אויסגעלערנט וויאזוי צו טרעפען און טוהן אין אזעלכע פעלער. אזוי איז געשען ביי שורי פעלדמאן, און אזוי להבל"ח ביי לייבי קלעצקי ע"ה, און אזוי אויך היינט. הערט אויף צו מאכען אזא צימעס פון זיך, ווייל זיי קענען בעסער.
הער אויף זיך אויסצורימען, און גלייבט'ס אז חכמה בגוים תאמין, און געדענקט'ס אז היא חכמתכם ובינתכם, דער תורה איז אונזער מעלה און חכמה, און נישט דער כח מסדר צו זיין טיש'ן און סדר הבאסע"ס וכדו', דער גוי קען טרעפען פארלארענער מענטש'ן און דער איד פארשטייט וואס איז דער רצון הבורא און סוד העיבור. מיש נישט אויס די יוצרות, און נעקסטע מאל סלייבט'ס אין די ארבעט און ביהמ"ד, אדער קקיט אדורך די ספעציעלע קלאס'ן אויף צו העלפען אין אזעלכע פעלער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0xTYsfFrwKY[/youtube]
ביי 0:34 זעהט מען דאס קינד ווערנדיג אריינגעפירט אין שפיטאל.

לויט די ווידעא, איז ער געטראפן געווארן דורך צוויי אידישע וואלונטירן און א טרופער.

מקור: ערוץ שבע
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ליטוואק, מ'ברויך זיך נישט אזוי דריקן צו אוועקנעמן קרעדיט פון וואלונטירן וואס זענען געקומען העלפן. דער טרופער לויט די באריכטן איז סך הכל געווען נאך איין מענטש וואס צוזאמען מיט נאך וואלונטירן איז געווען פערצופאל אינעם ריכטיגע ארט אים צו געפינען. כ'האב נישט געזעהן וואס די גלערענטע סטראטעגיע איז געווען, חוץ אז ווי מער מענטשן זאלן קאווערן ווי מער טערעטאריע אין די קורצטסטע צייט.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

הרב מבודעפעסט, איר זענט נישט גערעכט, קודם ביי קלעצקי האט א יוד געטרעקט די מערדער, כאטש עס איז דא שטארקע צדדים אז וויבאלד מען האט געמאכט א טראסק וועגן דעם האט ער איהם געהארגט, אבער מען האט געטראפן נאר דורך א יוד.
און די עצם געדאנק פון גיין זיכען, איז ווייזן ספאורט פאר די עלטערן, און ווייזן פאר די הויכע פענטסטערס, אין די מידיא, אז עס גייט אינז אין לעבן, דעס פארמערט די פרעשור פאר די געלערנטע חברה, אז זיי זאלן שנעלער און מער, זיך אריין לייגן אין די זיכעניש.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דער טרופער וועלכער האט אים געטראפן האט בכלל נישט געהאט קיין ספעציעלע סטראטעגיע, דאס קינד איז אים פשוט אריין געלאפן אין די הענט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעת תורה - איך מיין אז פון הימל האט מען אונז געוויזען אז לא זו הדרך ולא זו העיר, און מ'זוכט פון אונז אנדערע עבודות.
ביי לייבי קלעצקי איז דאס טאקע געווען א איד, אבער א איד מיט א סטראטעגיע, נישט קיין מאס'ן זוך אקציע.
יעדער נוצט זיין כוחות. אז אידען קענען ארויסברענגען א מאס מענטשען אין א האלבע שעה, מיינט מען אז דאס איז א לעזונג פאר אלע פראבלעמען. הערט אויף מיט די סארט חכמות, און טוה מיט חכמה, נישט מיט געוואלד.
"ווען מ'האט נאר א האמער אין האנט, מיינט מען אז יעדע פראבלעם איז א טשוואק".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אונז יידעלעך רעדען זיך איין אז אונז זענען די קלוגסטע, אונזערע גאנג איז דער בעסטע און דער פארשטענדליכסטע, און אז א דער גויישע מידי"א דערמאנט איין ווארט פון אונז, איז דאס אז זיי קענען נישט אויפהערען ארויסצוברענגען זייער התפעלות פון דער קידוש ה' וואס האט זיך אפגעשפיגעלט פון די טויזענטער וואלונטיר'ס וואס האבען אוועק געגעבען פון זייערע טייערע וויכטיגע צייט צו זוכען, טוהן, רודערען, כרעפצען פאר'ן פארלענע'ם קינד.
אלזא, צום סוף ווען דער פאליציאנ"ט טרעפט איהם, זענען מיר אויף צרות נאכאמאל. אין יעדער אזעלכע פאל, ווערט דער פארלארענער נישט געטראפען דורך די מאס'ן וואלונטיר'ס און נישט דורך די פאבלי"ק סעיפט"י, נאר דורך דער גוי וואס מ'האט איהם ספעציעל אויסגעלערנט וויאזוי צו טרעפען און טוהן אין אזעלכע פעלער. אזוי איז געשען ביי שורי פעלדמאן, און אזוי להבל"ח ביי לייבי קלעצקי ע"ה, און אזוי אויך היינט. הערט אויף צו מאכען אזא צימעס פון זיך, ווייל זיי קענען בעסער.
הער אויף זיך אויסצורימען, און גלייבט'ס אז חכמה בגוים תאמין, און געדענקט'ס אז היא חכמתכם ובינתכם, דער תורה איז אונזער מעלה און חכמה, און נישט דער כח מסדר צו זיין טיש'ן און סדר הבאסע"ס וכדו', דער גוי קען טרעפען פארלארענער מענטש'ן און דער איד פארשטייט וואס איז דער רצון הבורא און סוד העיבור. מיש נישט אויס די יוצרות, און נעקסטע מאל סלייבט'ס אין די ארבעט און ביהמ"ד, אדער קקיט אדורך די ספעציעלע קלאס'ן אויף צו העלפען אין אזעלכע פעלער.


ס'ליגט אין דעם א שטארקע אמת, פוקנט ווי ''הצלה'' פארשטייט אז ווען ס'געשענט א גרויסע עקסידענט ר''ל וועט מען נישט צוזאם רופען די גאנצע שטאט העלפן, די זעלבע ווען ס'דא א פייער וועט נישט מצילי האש צוזאם רופען די גאנצע שטאט, וויל איין ביסל עקפיריענס איז מער ווערט ווי אן אימוויסענדע גאנצע שטאט.

די פאליציי איז נישט געווען שטארק פארזארגט, זיי האבן געהאלטען אז ער איז אין די נאנטע וואלד(פשוט פון עקפיריענס פון אזעלעכע קינדער) דערפאר האבן זיי נישט אריינגעלאזט אחב''י דארט היינט צופרי, אבער אונזער חכמים האבן געוואלט אריינגיין מיט טרעקלעך אין מיטן נאכט, ווען ס'געשענט ח''ו אן ... וואלט מען זיך נישט מוחל געווען.

ס'איז צייט מ'זאל געבען קורסעס דורך די נ''י רענטזשעס און די וואס ווערען סורטיפייט זאלן זיך משתתף זיין אין די זוכעניש, און די אנדערע עולם זאלן שטיין מיט פלעשלייטס אויף די גאסען...(ווייזן ספאורט פאר די עלטערן, און ווייזן פאר די הויכע פענטסטערס, אין די מידיא, אז עס גייט אינז אין לעבן, דעס פארמערט די פרעשור פאר די געלערנטע חברה, אז זיי זאלן שנעלער און מער, זיך אריין לייגן אין די זיכעניש.)
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

דא האט איר א גאנצע בראשור ווי אזוי מ'זיכט (אוי אלעס איז חשבון, און אדאנק די אראנדז שאלאכטס אויף די טיטשער פארשטיי איך נישט קיין ווארט...)
http://www.uscg.mil/HQ/CG5/CG534/nsarc/ ... -20-06.pdf
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jZjpUsbbEYU[/youtube]
שלמהלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:53 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך שלמהלע »

די גאנצע שמועס דא דערמאנט מיך פון יענעם וועלכע האט אנגעקאלט דעם מחנך בשעת זיין קינד האט זיך געשטיקט, פרעגן צו מען מעג קלאפן ווילד אויפ'ן רוקן, צו ער זאל קודם פראבירן מיט גוטן...

איך וואלט טאקע געראטן די אלע וואלונטירן וועלכע דאס לעבן פון א אידיש קינד איז ביי זיי העכער אלעם, אז נעקסטיים זאלן זיי קודם קומען קוקן אין קאווע שטיבל וואס די דורכגעטראכטע קעפ וואס זיצן רואיג אין בעיסמענט אין טייפן אויפן קאמפיוטער האלטן...

מען רעדט דא פון אידן וועלכע האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט, אין די סאמע שענסטע זמנים רייסן זיי זיך אוועק פאר אנדערע אידן וועמען זיי האבן קיינמאל נישט געזען, קיינמאל זעהן זיי נישט געלט, און רוב מאל זעהן זיי נישט קיין כבוד, און זיי, יא זיי, די גרעסטע פראפעסיאנאלען אויפן כדור הארץ ווען עס קומט זיך אוועקצוגעבן פאר אנדערע מענטשן, האבן באשלאסן דאסמאל זיך יא צו באניצן מיט די הילף פון די מאסן...

אבער מה נעשה אז אויף קאווע שטיבל האלט מען אנדערש? אויף קאווע שטיבל האלט מען פונעם סיסטעם! נישט די אידישע סיסטעם, נישט די היימישע סיסטעם, טפוי! די סעקולערע סיסטעם! זיי האבן דאס בעסטע אויף די וועלט.

לכאורה האט יענער NYPD פראמעדיק וואס האט געגעסן ווייטער זיין פיצא ווען איינער איז אויסגעגאנגען אין פארנט פון אים, און ער האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט ווייל ער איז נישט אין "דינסט", -זייער גוט געטון! דאס געריכט האט אים אפילו ריינגעוואשן...
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

סי. בי. עס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eftKF30wQ8E[/youtube]
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

שלמה'לע, אז די ווילסט נישט האבן קיין טאג און נאכט, האנדל איין א סקענער און ווער א אמבולענס טשעסער... אבער מיט העלפען א איד האט דאס נישט קיין שייכות.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
שלמהלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:53 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך שלמהלע »

אז הצלה און חברים האבן גערופן די מאסן האט עס יא שייכות מיטן העלפן א איד. כאטש אוטספאוקען טענהט אנדערש. ווייל זיי שרייבן נישט אויף קאווע שטיבל נאר זיי העלפן אידן טאג און נאכט. נישט דו.
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

Outsoken
עס איז נישט אלץ א חכמה צו זיין outspoken
אמאל אמאל איז שתיקה יפה.
און יא אידן געבן אוועק זייער בלוט און שווייס פאר אנדערע אידן.
אבער די מוזט אלעס קריטעקירן ווייל די ביסט דאך ״אויפגעקלערט״.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

https://dl.dropboxusercontent.com/u/246 ... %D7%A1.mp4

ווען אן ארטיסישע קינד הערט דאס קומט ער ארויס, אדער לויפט ער ווייטער פאר פחד...?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

שלמהלע האט געשריבן:אז הצלה און חברים האבן גערופן די מאסן האט עס יא שייכות מיטן העלפן א איד. כאטש אוטספאוקען טענהט אנדערש. ווייל זיי שרייבן נישט אויף קאווע שטיבל נאר זיי העלפן אידן טאג און נאכט. נישט דו.

שלמה'לע טייערע, גראדע ווייס איך איינע פון די הצלה קארדינעטארס, וואס שרייבט אויף די אידישע בלאגס. שרייבן אויף א בלאג האט נישט קיין שייכות מיט וואס מען טוהט די איבריגע צייט פון טאג. עס קען זיין אז אוט ספאוקען איז איינע פון די קארדינעטארס, און ער האט דיס-עגריט מיט זיינע חברים, איז ער געקומען אין דא עס אויס געשמיעסט.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

אוודאי די אידן וואס זענען ארויסגעקומען זיכען זענען גרויסע צדיקים ותבא עליהם כל הברכות שבתורה, אבער סנעמט נישט אוועק פון די פאקט אזוי ווי ליטוואק פון בודאפעסט שרייבט אז מיר האבן נישט קיין פראפעשענעליזם אין די ענין, און רוב מאל טרעפט א פאליציי דאס קינד.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
שלמהלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:53 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך שלמהלע »

אוודאי זענען די שומרים מעמבערס גרויסע צדיקים, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז רוב מאל כאפן די פאליציי די פארברעכער, וואס דאס ווייזט אז שומרים האט נישט קיין פראפעשיאנאליזם אינעם ענין.

אוודאי זענען די הצלה מעמבערס גרויסע צדיקים, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז רוב מאל זענען די מאשינען וועלכע ברענגען צוריק דעם מענטש צום לעבן, וואס דאס ווייזט אז הצלה האט נישט קיין פראפעשיאנאליזם אינעם ענין.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

און וואס טוט א (אידיש) קינד ווען מ' ברענגט די גרויסע הונט וואס די פאליציי האט געברענגט?
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך קעגן די נעט »

צוריק אין חדר אריין

מען האט געהאפט און שטארק ארויסגעקוקט אז די זוך אקציע אין קריית יואל זאל ווייטער פארזעצן. דאס שטעטל איז שוין לאנג נישט געפארן אזוי אויף רעדער. אבער היינט אינדערפרי זענען די האפענונגען שנעל אויסגערינען, ווען עס איז אריינגעקומען די שווערע נייעס אז די זוך אקציע קומט צו אן אפשטעל. ס'רייסט דאס הארץ.

די פילצאליגע רייסערס למיניהם האבן זיך בלית ברירה געמוזט אויסטון די געלע וועסטלעך און עס צוריקגעשטעלט אויפן דרייווער'ס זיץ, מיט א הייסע געבעט צום בוכ"ע אז גאר אינגיכן זאל מען דאס קענען נוצן נאכאמאל.

געוויס איז געלונגען דער פאקט אז מען האט געדארפט זוכן ביינאכט, אזוי זענען די לעקטערס און בליצערס געווען זייער מערקבאר, אבער מאידך גיסא האט מען נאך געדארפט אפאר שטונדן אין טאג אז די פאטאגראפיסטן זאלן קענען מאכן קלארע בילדער פון יעדע פץ באזונדער, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט. פארט איז פארהאן א גרעסערע טייל פון כלל ישראל וואס האט געווארט מיט צאפלדיגע הערצער צו הערן אז דאס קינד איז געפינען געווארן אין א גוטן צושטאנד. און גאט האט זיי געוואלט צופרידן שטעלן

און צוגאב צו די הונדערטער מעכטיגע רייסערס פון יעדע יארגאנג זענען אויך די פילע ישיבה גדולה בחורים, שיעור אלף, שיעור בית, שיעור גימל, און שיעור 'דאלעט' טיף אנטוישט און צעבראכן פון די שנעלע ענדע אין דעם קעיס. זיי האבן זיך נישט געקענט גענוג זעטיגן וואס זייערע אויגן זעען. זיי האבן נישט געקענט אראפנעמען אן אויג פון די פילע פרעסע לייט וואס האבן באלאגערט דאס שטעטל. די "טעלעוויזשאן" איז דא ביי אונז אין קרית יואל, האבן זיי זיך געריבן די בויך. אונז ווער מיר פאפולער. אבער קוים וואס מען קען זיך צוזאמנעמען די פריידיגע געפילן, ברויך מען שוין שלום מאכן מיט'ן מצב אז אלעס גייט צוריק צום אלטן. די מידיא לייט הייבן שוין אן צו פארלאזן דאס שטעטל, ומפטירן כדאתמול. ס'איז זייער ווייטאגליך. מיט צעבראכענע געמיטער דרייען זיך איצט ארום פילע מאנראו איינוואוינער

און ווי דער סטעיט טרופער וואס האט געטראפן דאס קינד האט זיך טרעפליך אויסגעדריקט פאר די אלע גוט אויפגעלייגטע לעלוס: " סארי טו אינפארם יו פיפאל, ווי פאונד הים! איטס טיים טו שאוט אף דע לייטס און סיירינס.

געים אווער
איך בין מוחה!!!
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

איך פארשטיי צי סארקעזים, און איך האב ליב א גיטע לאך, אבער איך קען נישט פארשטיין די וואס פילן א ניד צי חוזק מאכן פון א צווייטען איד.

אז די גוי וואלט דאס באריכטעט וואלט איך פארשטאנען די האס, אבער פון א איד?
איך בין נישט קיין מעמבער פון קיין שום ארג. ווי חברים/הצלה/ועוד אבער איך עדמייער און עפרישיעט וואס זיי טוען. חוזק מאכן? אוועק צי נעמען דעם אפעטיט? פארוואס? ווייל די האלסט דיך העכער פון דעים? פיין. אבער וואלסטו נישט זיי גערופן ווען דו דארפסט אנקומען צי הילף?

ביסיידס דע פעקט אז זיי זענען זייער גיט געלערנט, די הצלה ווי די גוי׳שע, די פובליק סעיפטי ווי די גוי׳שע, און די מצילי אש ווי די גוי׳שע.
איז אין בארא פארק געווען ווייניגער עמך אידן וואס זענען געקומען העלפן אן וויסן וואס זיי האבן צי טוען?
איז נאר אין קרית יואל דא די טשערי לייטס אידן? זיכער אז נישט, זיי זענען אין ווילי, בי פי, מאנסי, און פלעטבוש אויך. און נאך א מזל אז זיי זענען דא דארט אויך.
אמור מעט ועשה הרבה.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ס'דא אידן וואס זענען אלערדשזיק צו מאנדראו, אי משום חסידות אי משום זיי האלטן זיך פאר ברייטע קעפ, ער איז נישט א מצומצם'דיגע קרית יואל'ער
נו כל הכבוד
פארשפארט