נאר,,פרייליך האט געשריבן:כ'האב יעצט געהערט אז הרב המקובל ר''ש עקשטיין פון ומ''ס האט אנגעוויזען ווי צו זיכען און תיכף דערנאך איז דאס קינד אפגעפינען געווארען
קען דאס איינער מברר זיין?
עקשטיין, 1. קרויס, 0.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אונז יידעלעך רעדען זיך איין אז אונז זענען די קלוגסטע, אונזערע גאנג איז דער בעסטע און דער פארשטענדליכסטע, און אז א דער גויישע מידי"א דערמאנט איין ווארט פון אונז, איז דאס אז זיי קענען נישט אויפהערען ארויסצוברענגען זייער התפעלות פון דער קידוש ה' וואס האט זיך אפגעשפיגעלט פון די טויזענטער וואלונטיר'ס וואס האבען אוועק געגעבען פון זייערע טייערע וויכטיגע צייט צו זוכען, טוהן, רודערען, כרעפצען פאר'ן פארלענע'ם קינד.
אלזא, צום סוף ווען דער פאליציאנ"ט טרעפט איהם, זענען מיר אויף צרות נאכאמאל. אין יעדער אזעלכע פאל, ווערט דער פארלארענער נישט געטראפען דורך די מאס'ן וואלונטיר'ס און נישט דורך די פאבלי"ק סעיפט"י, נאר דורך דער גוי וואס מ'האט איהם ספעציעל אויסגעלערנט וויאזוי צו טרעפען און טוהן אין אזעלכע פעלער. אזוי איז געשען ביי שורי פעלדמאן, און אזוי להבל"ח ביי לייבי קלעצקי ע"ה, און אזוי אויך היינט. הערט אויף צו מאכען אזא צימעס פון זיך, ווייל זיי קענען בעסער.
הער אויף זיך אויסצורימען, און גלייבט'ס אז חכמה בגוים תאמין, און געדענקט'ס אז היא חכמתכם ובינתכם, דער תורה איז אונזער מעלה און חכמה, און נישט דער כח מסדר צו זיין טיש'ן און סדר הבאסע"ס וכדו', דער גוי קען טרעפען פארלארענער מענטש'ן און דער איד פארשטייט וואס איז דער רצון הבורא און סוד העיבור. מיש נישט אויס די יוצרות, און נעקסטע מאל סלייבט'ס אין די ארבעט און ביהמ"ד, אדער קקיט אדורך די ספעציעלע קלאס'ן אויף צו העלפען אין אזעלכע פעלער.
שלמהלע האט געשריבן:אז הצלה און חברים האבן גערופן די מאסן האט עס יא שייכות מיטן העלפן א איד. כאטש אוטספאוקען טענהט אנדערש. ווייל זיי שרייבן נישט אויף קאווע שטיבל נאר זיי העלפן אידן טאג און נאכט. נישט דו.