סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאב נאכמאל פארזיכטיג איבערגעקוקט מיינע מאמרים, ולא זכיתי צו טרעפן איין ווארט וואס זאל משמע זיין אז די זאליס זענען מער "טעראריסטן" ווי די אהרונים, דאס איז קיינמאל געווען מיין שיטה, מיין גאנצע סגנון און פוינט פון מיינע דיבורים איז צו מבאר זיין די אייגנארטיגע ענוויירענמענט סאטמארע חסידים זענען נתגדל געווארן, און די סימפטאמס דאס האט אויסגקלאפט אויף געוויסע סאטמארע חסידים וואס דאס רוב האבן זיך באזעצט און די "זאלי" לאגער, וואס דאס איז דאך דער נושא פון דעם אשכול "סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט."
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

גאלד האט געשריבן:כאב נאכמאל פארזיכטיג איבערגעקוקט מיינע מאמרים, ולא זכיתי צו טרעפן איין ווארט וואס זאל משמע זיין אז די זאליס זענען מער "טעראריסטן" ווי די אהרונים, דאס איז קיינמאל געווען מיין שיטה, מיין גאנצע סגנון און פוינט פון מיינע דיבורים איז צו מבאר זיין די אייגנארטיגע ענוויירענמענט סאטמארע חסידים זענען נתגדל געווארן, און די סימפטאמס דאס האט אויסגקלאפט אויף געוויסע סאטמארע חסידים וואס דאס רוב האבן זיך באזעצט און די "זאלי" לאגער, וואס דאס איז דאך דער נושא פון דעם אשכול "סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט."

הרב גאלד אז איר שמיעסט שוין אויס די סימפטעמס דארפט איר זיך נישט פאראכען די אויגען און פארהוילען פינעם מציאות אז ביים אנדערן לאגער ליידען אויך פילע פינעם סימפטעם אז זיי זענען נתרחק געווארען פין די מער עקסטרעם רעכטע לאגער אין סאטמאר וואס צוליב דעם האבען זיי א שוואכקייט פין גיין לעקן יעדן סארט קריז מיט וועם סאטמאר האט נישט געהאט קיין פארקער אדער מיט געוויסע מעשים פין וואס סאטמאר איז געשטאנען ווייט
כדוגמת שטארק מעודד זיין די קעגנער'ס פין אתרא קדישא און משפיל זיין פערזענליך די כבוד פון הגר''ד שמידעל
לעקן בעלז חב''ד האוז
ווי איר קענט דא הערן פין פילע ניקים פון די פרעמדע קרייזען אז ס'שפירט זיך היינט באקוועמער ביי צד מהר''א וואס קומט ווארשיינליך צוליב דעם סימפטעם
סא פליז הרב גאלד נישט זיין בייעס און רעדן בלויז פין איין זייטיגע סימפטעם ביטע אויסשמיעסן דעם גאנצען בילד דלא כהרב בענדזשעמין
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:

כ'וואלט הארצן גערן אויסגעשמעוסט דיינע ענינים, אבער כ'בין נאך נישט ביכולת עס צו טאן אזוי לאנג איך בין לגמרי נישט תופס די גאנצע הנחה וואס די לייגסט דא אראפ, איך זעה נישטא קיין שום לעקעראציע, קיין שום שוואכקייט, איך זעה נישט ווי איינער איז דא מרוחק געווארן, יעדער איז א זעלבסטשטענדיגע ענטיטי וואס איז מרוחק פונעם אנדערן, איך זעה נישט ווי די אתרא קדישא פאליטיק זאל האבן א שייכות מיט סאטמאריזם בשיטה, לא להקל ולא להחמיר, דער בעלזער רבי איז דער וואס האט געלעקט, ער האט זיך משפיל געווען פאר די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן "סאטמאר הצדיק ואני ועמי הרשעים", און אלס א דירעקטע רעאקציע צו דעם אקט האט סאטמאר רבי פשוט געהאט די דיסענסי צו געבן א אנערקענונג, חב"ד האוז איז נישט קיין דא"ג האוז אדער א קלויסטער, ס'א ביהמ"ד כשר וישר כשאר בתי המדרשים הכשרים, די איינציגע ביהמ"ד וואס איז אלס געווען א פראבלעם פאר חסידי סאטמאר איז וואס האט דער טמא'נער פאן דער פסל מיכה, אבער א פרומער חסידישע ליבאוויטשער שול, לא שמענו מעולם, ס'האט קיינמאל נישט געזאלט זיין קיין פראבלעם פאר א סאטמארע איד, ממילא ווייס איך עכט נישט וואס אייך צו זאגן,
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

מחמת איזה סיבה שפירען היצט מער ווי אלע יארען בעפאר די ניקים פין די אנדערע קרייזען אז אין צד מהר''א האט מען איבער געלאזט דעם אלטען דרך און מען זיכט עפעס ניי
משום איזה סיבה איז געווען געדריקט פארגאנגענע וואך אין בלאט א לענגערע ארטיקעל ואס ועט זיך נאך ציען אין פארזעצונגען איבער אהרן קדוש ד' און ווערט דירעקט ארויסגעשריבען אז א בעלזער מלמד שרייבט דאס און מאכט זיכער עטליכע מאל מזכיר צו זיין דעם היינטיגען אדמו''ר וואס דאס לכ' איז מהר''א נישט מחויב מחמת נימוס וכו'אדער פשוט'ע ''דיסענסי'' פאר אנערקענונג
עפעס א טיפערע אנאליז ברויך דאס האבען פון אייך הרב גאלד מיט אייער ברייטע און טיפער פארשטאנד אין אלע נושאים
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איר ברויכט צו פארשטיין אז איך בין לגמרי חולק מיט אייך וואס דאס איז דער "אלטען דרך",
דער סאטמאר רבי זצ"ל האט מחבר געווען דעם ספר הק' ויואל משה, דער ספר ענהאלט 3 מאמרים,
א מענטש וואס האט קיינמאל געזעהן דעם ספר און הערט בלויז די שיטה פון סאטמאר לויט די הבנה פון א רביזיכרוינעברכע מענטש,
קען זיך ערנסט דאכטן אז די 3 מאמרים זענען ווי פאלגענד
מאמר בעלזא
מאמר ליבאוויטש
מאמר קלויזנבורג
במציאות איז נישט משמע אין ערגעץ פון די ספרי רבינו אז פערזענליכע באנעמונגען מיט מענטשן, רבנים אדמורי"ם, זאל זיין עפעס א יסוד פון דער רבי'ס שיטה,
דאס אז מ'האט למעשה אפגעפסל'ט אדער נישט געהאט קיין שייכות מיט געוויסע קרייזן, קען זיין ס'האט אויסגעפעלט לפי הזמן, קען זיין דער רבי האט מסכים געווען דערצו,
אבער למעשה זעה מיר נישט אז דער רבי זאל האבן געשריבן דערוועגן אדער גערעדט דערפון ברבים,
פארוואס, ווייל דאס איז נישט קיין "אלטער" דרך, נישט קיין "נייער" דרך, דאס איז קיין "שום" דרך, ס'איז בלויז געווען א "רעאקציע" צו א געוויסער מצב,
און צוליב דעם האט דער רבי נישט געשפירט פאר וויכטיג צו עס אפשרייבן לדורות הבאים,
מ'דארף זיין א שוטה עס צו בכלל קאנסידרן פאר א דרך,

איך וועל מעתיק זיין א מעשה אמיתי פון ר' סענדר דייטש ע"ה און זיין ספר בוצינא קדישא חלק ב' סימן צח.

איך בין מעתיק דעם פונקטליכן לשון, וירא הקהל צו דאס אפ'פסלן אנדערע קרייזן זאל האבן עפעס א שייכות מיטן רבי'נס דרך,

זה לשונו:

אומר מותר אנוס הוא!

בספרו הק' ויוא"מ ביאר רבינו את חומר האיסור של השתתפות בבחירות הטמאות לכנסת המינים במדינה הציונת. ונעשה רעש גדול בעולם התורה ובין כל מחנות יהדות חרדים. הרבה דשו ודרשו בענין הס' ויוא"מ. זה בכה וזה בכה.

והיו אנשים גם בקרב מחנינו שהתפלאו מאוד על רבינו שכתב בספרו ביטויים חריפים כ"כ נגד המשתתפים בחירות, וגם נגד שולחיהם הרבנים המחייבים את כל אחד להשתתף בבחירות. אחד מזקני החסידים פנה אלי ושאל אותי, דלפי מה שהעלה רבינו בספרו הגדול עד היכן מגיע חומר האיסור של השתתפות בבחירות, ושגם השליחים ושולחיהם עוברים איסורים חמורים, א"כ יפלא איך זה ביקר רבינו אצל רבנים והאדמורי"ם שנתנו חתימתם למען הבחירות. ומה יאמר הבריות.

אחרי התבוננת השבתי להסביר הדבר להשואל, כי הרבנים המחייבים להשתתף בבחירות רוח אחרת עמהם, והם סוברים כי אין פגם בדבר, וכבר נשתקעו בדעה זו ואינם רואים בזה שום איסור, ומכיון שהם ביקרו את רבינו, הרי מן הנימוס שרבינו יחזיר להם ביקור נימוסין. - אבל החסיד ההוא לא נחה דעתו מתשובתי. והאיץ בי להציע את שאלתו לפני רבינו.

בליל שבת קודש אחר התפילה, כאשר כל ציבור המתפללים עברו לפני רבינו לברך ולהתברך בברכת שבתא טבא, ואף רבינו ענה כנגד המברכים ולעומתם ברוך יאמר, ורבינו סקר את כל אחד ואחד, רמז לי רבינו שרוצה לדבר עמי. עמדתי מן הצד עד שעבר כל הקהל הקודש. ולאחר שאמר לי רבינו מה שרצה לומר לי. הרהבתי עוז בנפשי והצעתי את שאלתו וספיקו של החסיד ההוא. ושאל אותי רבינו: מה השבת לו. עניתי ואמרתי מה שהשבתי והסברתי לפי קט שכלי, שהתנהגותו של רבינו מוצדקת ומובנת לי מאד, כמו שהסברתי לעיל.

רבינו נכנס בשיחה ארוכה בנידן, ואמר ברוב התמרמרות, כי מאוד יפלא בעניו אשר רבנים וגדולי ישרא' ישגו ויעשו כדבר הזה, להורות לאנשים תמימי לב להשתתף בבחירות של שלטון כופרים, ולבחור בנציגים שישתתפו בממשלה של מינות וכפירה, אשר כל עיקר התייסדות המדינה הוא איסור חמור ונורא. ומובן בלי שום ספק וספק ספיקא כי כל מגע ומשא עם מדינה המורדת במלכות שמים אסורה בהחלט, ולען באמת תימה גדולה על רבנים וגדולי תורה הנמחייבים להשתתף בבחירות.

אח"כ הסביר רבינו דמה שביקר את הרבנים מתירי הבחירות לא קשה כלל, כי הם בגדר אומר מותר אנוס הוא, אחרי שגמרו בדעתם שמותר להשתתף בהבחירות, וגמירא לן אומר מותר אנוס הוא, כדאיתא בש"ס. וגם הם בגדר אומר מותר, כי לפי דעתם אין בזה שום איסור.

עד כאן לשונו

איך וויל איינער זאל זיין זייער אנעסט מיט מיר, ווען איך ברענג ווען נישט דעם סיפור, און איך פארצייל דיר נאר אז ר' אהרן האט געזאגט אז די אלע פרומע חסידישע ציונים זענען "אומר מותר" און זענען נישט אפ'געפסל'ט, בלי ספק אז מ'וואלט איהם באוואשן און באגאסן מיט צואה רותחת אלס א ציוני וואס איז משנה פונעם "אלטן דרך", יעצט אז דער רבי אליינס האט דאס געזאגט, אין די הייסע צייטן, וירא הקהל וישפוט וואס "דער אלטער דרך" איז געווען!
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

הרב גאלד:
נו אויב ס'אזוי פשוט צו וואס האט אדמו''ר מהר''א געברויכט אזויפיל מסביר זיין פאר די ישיבה בחורים דעם צד ההיתר און געברויכט זאגען ווער ס'פארשטייט......... איידער די נסיעה צום שואגער
ס'דאך א מפורש'ער סענדער און גמ' והלכה מפו'
ועו''ק פ''וו האט הר''ר ש''ש טעלער מסביר געווען גענוי א יאר פאר'ן ביקור פון מהר''א ביים בעלזער שוואגער
א לענגערע טיפע שיחה איבער אונזער חיוב פונדאסניי מחדש צו זיין אונזער התרחקות פון די חברה בעיסד אן ספר עהגועה''ת בתחלתו ווי ער איז מאריך איבער אינזער חוב פין זיך שיידען פין די מתחברים למינים
און הגרש''ש האט דעמאלטס געזאגט עד כדי כך אז מיר ברויכען אויפהערן זינגען זייערע נגונים אלס אות התרחקות און אפשיי פין זייערע מעשים
טא האיך יתקיימו שניהם???
הרב גאלד מיר ערווארטען א טיפערער לערע און שרייב ארבעט פון אייער גאלדענע פעדער
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ער איז גאר א גרש''ש פשיהא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

דאס וואס איז ארויסגעברענגט געוארען אין איינע פון די תגובות אין דער טעמע איבער די מייסדי הארגענעזאציע ''חסד'' ד'וומ''ס אז דער מייסד איז אן אנהענגער לצד מהרז''ל
האב איך איצט באקימען די אינפא. אז דאס איז נישט ריכטיג נאר דער שותף העומד מצד מהר''א האט מייסד געווען דער ערשטער דעם ארג.
טעות לעולם חוזר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

הרב פרייליך, ווי עס שיינט גיימיר זיך נישט אזוי שנעל אויסגלייכן דא, כאף איר זענט ניט ברוגז, אבער איך מיין איך האב שוין גענוג געשריבן וואסי נוגע לענין, ועוד חזון,
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

גאלד האט געשריבן:הרב פרייליך, ווי עס שיינט גיימיר זיך נישט אזוי שנעל אויסגלייכן דא, כאף איר זענט ניט ברוגז, אבער איך מיין איך האב שוין גענוג געשריבן וואסי נוגע לענין, ועוד חזון,

אדרבה, ווען איר זענט גרייט ממשיך צו זיין העלן מיר מאכען גרייט צייט און געדילד צו הערן אייערע דברים הקילורין לעינים
יישר כוח אויף דיין טירחא ביז היצט
ובציפייתנו צפינו לשמוע עוד מעטך ה'זהב'
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

גאלד האט געשריבן:\
דער סאטמאר רבי זצ"ל האט מחבר געווען דעם ספר הק' ויואל משה, דער ספר ענהאלט 3 מאמרים,
א מענטש וואס האט קיינמאל געזעהן דעם ספר און הערט בלויז די שיטה פון סאטמאר לויט די הבנה פון א רביזיכרוינעברכע מענטש,
קען זיך ערנסט דאכטן אז די 3 מאמרים זענען ווי פאלגענד
מאמר בעלזא
מאמר ליבאוויטש
מאמר קלויזנבורג

אויף דעם האסטו באקומען מיין לייק.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

[tag]גאלד[/tag], ס'איז געשמאק צו ליינען דיינע מאמרים. אבער כ'מיין אז איראניש טענה'סטו פאר בנימין. דו ביסט מחלק צווישן סאקמיר רב און (א טייל פון) זיינע חסידים. כ'האלט אז די חילוק איז א וויכטיגע און ווארשיינליך אן אמת'ע (כ'האב נישט געקענט מיין נעימסעיק). אבער די אשכול האט זיך אנגעהויבן איבער סאטמאר, איר קערפערשאפט כהיום, נישט איבער איר מייסד פערזענליך.

אויב ווילסטו בלויז דורש זיין לכבודו של האדמו"ר הזקן, איז דיין פאוינט וועל טעיקן.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:כ'וועל ברענגען בלויז א קליינער דוגמא מיט וואס מ'קען אביסעל פארשטיין די ווייטאג פין די שרייבעליך דא אויף סאטמאר ווי מען זעהט מכותלי מכתבם אז עפעס קענען זיי ניט פארגינען די סאקמארע
ס'יעצט געווען אין די נייעס איבער מיטעל מזרח אז די איחוד אירופאי די אייראפעאישער פארבאנד האקט אפ אלע אירע קשרים מיט די התנחליות
ווי א גרויסער טייל זאך קענער און אלס ווייסער און עטליכע נייעס קוועלער געבן אהן האט דאס א שטארקער שייכות צום עצרת מחאה אין הויפטשטאט בריסעל וואס האט געוויזען פאר די אומות דארט אז ס'פאראן א ריזען ציבור פין שומרי תורה וואס האבען דאס מינדעסטע צו מדינת ישראל און איז בכלל נישט נייגעריג אין אלע אירע פאליסיס
דאס האט זיי היפש געשטיפט פאראויס אפצוהאקען די באציאונגען מיט די אומלעגאלע אקופירטע שטחים וואס האט שוין ליידער אפגעקאסט פילע אומשילדיג יודיש בלוט זעהנדיג אז סייווי ווערט כלל ישראל נישט רעפעזענטירט לויט די פאליטיקאנטען און מדינת ישראל

What's your source?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

לכבוד הרב בענדזשעמין:
ס'איז אינטערסאנט אז טראץ אייער לענגערע רייכע אין טיפער אנאליז איבער'ן מהות פינעם היינטיגען סאטמארען לעבנס שטייגער לכבוד די 34'סטע יומדה''ל פין סאטמאר רב
האסטו פאריגע וואך ביי דיין חמין במו''ש גאר שטארק געגרייזט, הערנדיג היצט ביידע רעקארדירונגען פין די דרשות פין די אחים הק' מ'סאטמאר די וואס פאריפען זיך אלס מ''מ וממשיכי דרכו וואס האבען געדרשנט לענגערע דרשות ביים עריכת השולחן ביומדה''ל ווידער זענען ביידע פארנימען מיט ''ניקס'' ביידע האבען פארשאלטען און פארדאמט דעם בני ברק'ער מרן און אלע קרייזען וואס ווילען פאר קיין שום פרייז ניט מאכען קיין רעש פינעם גזירת שמד וואס לויערט אויף אחינו בני ישראל בארה''ק, ס'זעהט דערווייל נישט אויס ווי נאך אלע אינערליכע רייבערייען אין מח' צווישען די אחים אז זיי זאלען אויפגעבן אויפען ''ניקס''
איינע פון די אחים איז געגאנגען גאר עקסטרעם מיטען'' ניקס'' מהלך אזש ער האט באפוילען אז אלע תלמידי סאטמאר זאלען ביישטייערן ארויסצוהעלפן די מוסדות עטה''ק מיט א סכום פון צוויי ''מיליאן'' דאלער
ס'זעהט אויס ווי דער ''ניקס'' ווי איר רופט עס איז געהעריג בתקפו ווי אין די כ' יארען טא ביטע געב עפעס א קראנטערע אנאליז איבער די היינטיגע סאטמארער פירערשאפט וואס זענען אירע מהות און אייגענשאפטען מיט וואס זיי ספעציעלירען זיך
א דאנק!
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

דא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
viewtopic.php?f=3&t=4434
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:דא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
viewtopic.php?f=3&t=4434

צוויי מאל "מרן" על שם מה?
Under influence
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

על שום ששתו אבותינו דמים תרתי מ'הקאווע טרינקער'ס וכדומיו
לאמיר זעהן דיינע גרויסע טיטלען אויף ר קוק דערנאך העמיר ענטפערן איבער טיטלען
לגופו של ענין קוק ס'ארא כוח איין יחיד האט געהאט א צובראכענע צוקלאפטע הושענא ארויסגעקומען פין די נאצישע נעגל און ערווארבען דערנאך א הערליכער אידישער אימפעריע
עד כדי כך אז די ממשלת הציוני האט זיך געברויכט שטעלן אויף די פאדערשטע וויאזוי אים אומצוברענגען אשרינו שזכינו לכך
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

די גלייבסט די מעשה?

איך האב שוין לאנג די ספק צו רבינו זי״ע איז זיי בכלל געשטאנען אין וועג, אמת ער איז געווען דער אנטי ציוני וואס האט כסדר אנגעפירט פראטעסטן קעגן זיי און זיי באשמיצט,

אבער תכלית.. האט ער זיי עפעס שאדען געמאכט? און א יעדע ביזנעס שאצט מען די ריווח קעגן די הפסד, ריבנו זי״ע מול הציונים וואס האבן זיי באמת דערלייגט פון מלחמה? און וואס האבן זיי באמת פארדינט פון זיין אויפבויען דארט זיינע מוסדות שיקען כסדר געלט?! אזוי אויך האבן זיי אויסגעניצט זיין מלחמה אלץ א שטעקן ווי אזוי צו מאנעפלירען מיט די פרומע נאכלעפער, און למעשה איז מוסדות סאטמער פון די גרויסע אינוועסטירער אין מדינת ישראל זיי ברענגן אריין שווערע מיליאנען צי די עקאנעמי, איך מיין אז די באדעם ליין האבן זיי אים נישט פיינט געהאט עד כדי להמית וויל די הפסד איז נישט געווען גרעסער ווי די ריווח.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:על שום ששתו אבותינו דמים תרתי מ'הקאווע טרינקער'ס וכדומיו
לאמיר זעהן דיינע גרויסע טיטלען אויף ר קוק דערנאך העמיר ענטפערן איבער טיטלען
לגופו של ענין קוק ס'ארא כוח איין יחיד האט געהאט א צובראכענע צוקלאפטע הושענא ארויסגעקומען פין די נאצישע נעגל און ערווארבען דערנאך א הערליכער אידישער אימפעריע
עד כדי כך אז די ממשלת הציוני האט זיך געברויכט שטעלן אויף די פאדערשטע וויאזוי אים אומצוברענגען אשרינו שזכינו לכך

הרב קוק האט בפירוש געבעטן אז מ'זאל אים נישט באטיטלן, "הרב" - דאס מערסטע. וכן נהוג.
Under influence
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

טאקע אזוי?
ווען האט ער דאס געזאגט, און צוליב וואס?
.
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:דא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
viewtopic.php?f=3&t=4434

דמיונות וחזיונות, לא היה ולא נברא.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

בעריש האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:דא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
viewtopic.php?f=3&t=4434

דמיונות וחזיונות, לא היה ולא נברא.

ווער איז דער בעל דמיון דער שרייבער יאקאב אין בלאט אדער גרינבערגער דער בעל מספר???
פארשפארט