שלמהלע האט געשריבן:אבער מה נעשה אז אויף קאווע שטיבל האלט מען אנדערש? אויף קאווע שטיבל האלט מען פונעם סיסטעם! נישט די אידישע סיסטעם, נישט די היימישע סיסטעם, טפוי! די סעקולערע סיסטעם! זיי האבן דאס בעסטע אויף די וועלט.
[tag]שלמהלע[/tag]/ אויף קאווע שטיבעל האלט "מען" אנדערש? איך האב דא קיינמאל נישט געזעהן א ניק "מען". און וועגן אלע אנדערע 1100 ניק'ס, זעה איך אייביג אלע מיני מיינונגען.... און אויב וואלט ליטוואק אדער אוטספאקען געזאגט זייער מיינונג אין טיימס סקווער וואלסטו אויך.געזאגט אז "אין טיימס סקווער האלט מען וכו'".....
סאום האו איז קאווע שטיבל מלא וגדוש מיט די "געפערליכע" קארופציע וואס גייט פאר ביי אונזער היימישע עולם, און די מוראדיגע גלאנץ ארויס פון אונזער ד' אמות, ערגעץ אנדערש הער איך דאס נישט נאר דא. אזאלכע מיינונגען ווערן ביי מיר אידענטיפיצירט אלץ "קאווע שטיבל" מיינונגען אנשטאט אויסצורעכענען די גאנצע ליסטע פון אינדיוויואלען אויף קאווע שטיבל.
עס איז בעסיקלי אזויווי דו פארשטייסט אז גוים קוקן אן אלע אידן ווי איינס, די מאדערענע קוקן אן אלע חסידישע אידן ווי איינס, די חסידישע קוקן אן אלע וויליאמסבורגער אידן ווי איין מיינונג, די וויליאמסבורגער קוקן אן אלע ראדני אידן ווי איין מיינונג?
אזוי קוקן מיר אן אלע קאווע שטיבל אידן ווי איין מיינונג. די הסבר איז פשוט.
גיי זיי מסביר פאר א פרעמדער אז נישט יעדער אין קאווע שטיבל האלט די זעלבע.
ווען איך בין סטאק אויפן ראוד און א חבירים מעמבער העלפט מיר, גייט מיך גאנץ ווייניג אן די זייטיגע פערזענליכע און אפי' קינדערישע בענעפיטן וואס דער מעמבער האט פון זיין א מעמבער. דאס זעלבע מיט הצלה און אנדערע ארגענעזאציעס. די שיינקייט פון טוהן חסד איז אז דער באטרעפענדער האט הנאה אפגעזעהן פון די פניות פון דער פראוויידער פון חסד. פארוואס ערווארטן א הימלישע לשם שמים? מיין תכונות הנפש וואלט מיר קיינמאל ערלויבט צו דינען אין מיליטער און ברויכן אויפהייבן א ביקס און עס צילן אויף אן אנדערע מענטש, פארט בין איך דאנקבאר פאר די זיכערהייט וואס א מיליטער שטעלט מיר צו אלס בירגער אין לאנד.
ס'איז נישט אלעס אדער גארנישט.
דאס מיינט אבער נישט אז מ'איז נישט בארעכטיגט צו קריטיקירן דארט ווי מ'שפירט אז א לעלו מאכט שאדן, למשל ווען אן הצלה מאן קומט אהיים און פארציילט פארן אשת חיל די אינהאלט פון א צווייטן'ס מעדעצין טשעסט און די אשת חיל טיילט עס מיט בסוד סודות פאר איר בעסטע שוועסטער, וועלכע פארציילט עס פאר איר מאן וועלכער פארציילט עס ביים שלום זכור אן א נאמען און דער חבר כאפט פון וועם מ'רעדט און רופט אן זיין מאמע אפצורעדן א שידוך. קריטיקט ברויך זיין קאנסטרוקטיוו און געצוימט.
סאשי פיש האט געשריבן:@moseh718: די טאטע אין די מאמע פין די קינד זענען יעצט געווען ביי א ברכה ביי סאטמער רבי מהרז'ל, אין ער האט אנגעווינטשען אז מען זאהל אים טרעפן אומבארירט.
יואליש האט געשריבן:דאס איז שוין איינמאל אן עס או בי! זיצט זיך אינעם פאטעל און טיילט - שמערניש ווייניגער - שלעק פאר א לקתה בכפליים'דיגע עלטערן. ס'זענען פארהאן הונדערטער אוטיסטיק קינדער און ער טיילט נישט קיין פעטש פאר קיינעם, בלויז ווייל ער איז דורכגעגיינגען 12 שעה פון אנגסט גייט אים די בלוט אין קאפ היתכן די עלטערן טוהן דאס צו אים דער אויסגערעכענטער טאטע. כאילו די עלטערן זענען געגיינגן קויפן קאפאטשינאו און געכאפט א שפאציר ביים לעיק. הא דעיר יו סעקאנד געס די הארץ פון א מאמע!
זאג נאר, דו וואטסעפ שרייבער וואס טיילט שלעק פון זיין קיך זיפענדיג א פיינע הינדל זופ: וואס האסטו געטוהן היינט צו פארזיכערן אז דיין קטנצ'יק בשעת דיין פרוי איז אויפן טעלעפאן ריקט נישט צו א בענקל צום גאז רענטש און שלעפט אראפ א קאכעדיגע טאפ זופ צו כאפן א ערשטן דעגרי ברי אויף ניינציג פראצענט פונעם צערטליכן גוף? איז דיין גאנצע לעבן אויסגעשטעלט צו זיין קינדער-פרוף פון יעדע מעגליכע קאטאסטראפע? דיינע אוטלעטס זענען אנגעפילט מיט פלאסטיק אז דיין קליינטשיקס זאל נישט אריינריקן א גופעל און זיך עלעקטרעקיוטן על קידוש השם? האסט שוין אנגעריסן דיין ווייב פארן נישט צושפארן די ביה"כ און ערלויבן זכות כניסה להוצאה מיט א קאנטראל ווי ביי א גאז סטאנציע כדי דיין איין-יעריגס זאל זיך נישט טובלן פאר די טהרה? סארא מאנדעי מארנינג קווארטערבעקינג איז דאס?
@יואליש, דיין אויסברוך איז נישט בארעכטיגט. כי מי ג'ו גדול. מ'קען נישט פארגלייכן די געווענטליכע טאג-טעגליכע סכנות אין לעבן מיט גיין הינטער א קיר נטוי. א ספעציעל קינד פארלאנגט זיך ספעציעלע באהאנדלונג. מ'האט שוין באשטעלט און ס'גייט אנקומען ווי א שירעם נאכן רעגן הערט זיך ווי א קינדערישע תירוץ. אמת, איך בין נישט באקאנט פרטים איבער די משפחה, אבער די ציבור מעג האבן א שטיקל דעה, ווייל די ציבור האט געגעבן די מאה. אויף וויפיל טוסטו שאצן די זוך אקציע האט אפגעקאסט אין אווערטיים, פארלוירענע צייט, העליקאפטערס, און ווייסעך וואס? מ'מעג זאגן אז די עלטערן האבן נישט גענוג געטון. ס'נישט קריטיק פון עלעפאנט-ביין טורעם.
יואליש האט געשריבן:דאס איז שוין איינמאל אן עס או בי! זיצט זיך אינעם פאטעל און טיילט - שמערניש ווייניגער - שלעק פאר א לקתה בכפליים'דיגע עלטערן. ס'זענען פארהאן הונדערטער אוטיסטיק קינדער און ער טיילט נישט קיין פעטש פאר קיינעם, בלויז ווייל ער איז דורכגעגיינגען 12 שעה פון אנגסט גייט אים די בלוט אין קאפ היתכן די עלטערן טוהן דאס צו אים דער אויסגערעכענטער טאטע. כאילו די עלטערן זענען געגיינגן קויפן קאפאטשינאו און געכאפט א שפאציר ביים לעיק. הא דעיר יו סעקאנד געס די הארץ פון א מאמע!
זאג נאר, דו וואטסעפ שרייבער וואס טיילט שלעק פון זיין קיך זיפענדיג א פיינע הינדל זופ: וואס האסטו געטוהן היינט צו פארזיכערן אז דיין קטנצ'יק בשעת דיין פרוי איז אויפן טעלעפאן ריקט נישט צו א בענקל צום גאז רענטש און שלעפט אראפ א קאכעדיגע טאפ זופ צו כאפן א ערשטן דעגרי ברי אויף ניינציג פראצענט פונעם צערטליכן גוף? איז דיין גאנצע לעבן אויסגעשטעלט צו זיין קינדער-פרוף פון יעדע מעגליכע קאטאסטראפע? דיינע אוטלעטס זענען אנגעפילט מיט פלאסטיק אז דיין קליינטשיקס זאל נישט אריינריקן א גופעל און זיך עלעקטרעקיוטן על קידוש השם? האסט שוין אנגעריסן דיין ווייב פארן נישט צושפארן די ביה"כ און ערלויבן זכות כניסה להוצאה מיט א קאנטראל ווי ביי א גאז סטאנציע כדי דיין איין-יעריגס זאל זיך נישט טובלן פאר די טהרה? סארא מאנדעי מארנינג קווארטערבעקינג איז דאס?
יואליש, דיין אויסברוך איז נישט בארעכטיגט. כי מי ג'ו גדול. מ'קען נישט פארגלייכן די געווענטליכע טאג-טעגליכע סכנות אין לעבן מיט גיין הינטער א קיר נטוי. א ספעציעל קינד פארלאנגט זיך ספעציעלע באהאנדלונג. מ'האט שוין באשטעלט און ס'גייט אנקומען ווי א שירעם נאכן רעגן הערט זיך ווי א קינדערישע תירוץ. אמת, איך בין נישט באקאנט פרטים איבער די משפחה, אבער די ציבור מעג האבן א שטיקל דעה, ווייל די ציבור האט געגעבן די מאה. אויף וויפיל טוסטו שאצן די זוך אקציע האט אפגעקאסט אין אווערטיים, פארלוירענע צייט, העליקאפטערס, און ווייסעך וואס? מ'מעג זאגן אז די עלטערן האבן נישט גענוג געטון. ס'נישט קריטיק פון עלעפאנט-ביין טורעם.
איך בין נישט קעגן די ציבור אדער דער יחיד זאל האבן א דעה. איך האב געניג און נאך. הגם כ'בין קעגן האבן די דעה ווייל מ'האט געגעבן א מאה. (מארגן וועט מיר די ציבור, וואס פינאנצירט די הצלה וואס סערווירט מיך דער שנארער בחנם, איינטיילן אז מיין קינד קען נישט שפרינגן אויף א פאגא סטיק צו וואס די הצלה וועט איין טאג ברויכן רעספאנדן.)
האסט געזאגט אז סאיז נישט קיין פארגלייך צו די טאג-טעגליכע סכנות. האסטו נישט געזאגט פארוואס איין סכנה ברויך מער אכטונג פון די צווייטע. אבער מלאך המות מה לי הכא ומה לי התם. איז א ברי ווייניגער סכנה ווייל מ'איז אויסגעשטעלט דערצו טאג טעגליך? פאר די משפחה פונעם אוטיסטיק קינד איז "דאס" א טאג טעגליכע סכנה, בהאי פחדא קאי יתיב ועליך הרגנו כל היום.
איך וועל דיר זאגן די חילוק פון איין סכנה ביזן צווייטן: ביי די טאג טעגליכע סכנות איז יעדער א מחותן ממילא איז נישט שייך צו קריטיקירן ווייל ער באשולדיגט זיך זעלבסט, ס'פאדערט זיך פון אים דאס וואס ער פאדערט פון א צווייטן. אבער דאס וואס איז ביי אונז א "ספעציעלע" קעיס, דהיינו ס'איז "יענעם'ס" טאג טעגליכע פראבלעם אבער נישט מיינס, איז דא קיין קאסטן פאר קריטיק, ס'איז ריין אויף יענעם'ס חשבון.
MickyMouse האט געשריבן:דאס קינד האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל גיין אין וואלד, די טאטע האט אים אריין גענומען אין שטוב אז ער זאל נישט אנטלויפען. און דאך איז ער פארשווינדען. מען קען נישט האבן גענוג אויגן, אלעס קען פאסירן ביי יעדן.
עס איז נישט ריכטיג צי דן זיין קיינעם ווען עס פאסירט אן אומגליק נאר אויב עס איז זיכער אז איינער האט דירעקט געטוען עפעס צי שעדיגן זיין קינד.
איך בין נישט דן קיינעם, חלילה. איך רעד באופן כללי. א קינד וועלכער איז אויסגעשטעלט צו אנטלויפן, ברויך צו האבן שמירה מעולה. ס'איז מועד בעליו.
פארוואס איז א קינד'ס אויסגעשטעלט צו אנטלויפן מער מועד בעליו פון געווענליכע קליינע קינדער וועלכע גלייכן צו באברען, פאשטקען און עקספלארן מן הבא בידם אריינגערעכענט הייסע טעפ און הייסע וואנט אוטלעטס? קעם מען דען זאגן אז די זאכן האבן א שמירה מעולה יעדן מינוט אין טאג? מיר פרובירן זיך צו בארואיגן אז מ'טוט דאס בעסטע און מ'איז זיך מוחל, אדער מ'איז יענעם מוחל בתנאי שמור לי ואשמור לך, ווען ס'מאכט זיך אן אויסנאם, ווארום לא נתנה תורת אמך למלאכי השרת.