טישו באקס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:אונזער סאסייעטי שטייט ביים שוועל פון טירוף, ואין מי שיאמר למלאך המשחית הרף.
שוין העכסט צייט דער עולם זאל נעמען די זאך אין די האנט, בעפאר עס ווערט צו שפעט.
בפרט אין ארץ ישראל, די חברה ווייסן נישט ווי זיך אפצושטעלן, מיט די לעצטיגע בארבארישקייט וואס קומט פאר אין מאה שערים געגנט מיטן אנהאקן די זייטן פון עטליכע חרדקי"ם (פרימע סאלדאטן). לויט די דירעקשאן וואס די עקסטרעמיזים פארט וועט נישט לאנג דויערן אז א סיקריק זאל ארויף גיין אויף א באס מיט פרימע סאלדאטן און זיך אויפרייסן שרייענדיג אללא הואקבאר
די ארץ ישראל קאמפיין האלט שוין לאנג וויטער פון דעם
די אינטערנעט קאמפיין רופט צו שחט'ן קינדער וואס זענען נכשל אין אינטערנעט
הפגנות קומען פאר אין די גאסען איבער שעדליכע טעכנעלאגיע
כל זמן דער מלאך המשחית פין טעכנעלאגיע רייסט שטיקער אויף א מטורפ'דיגער אופן וועט דער צד כנגד אויך ארבעטן פאל פארסט