berlbalaguleh האט געשריבן:דעת תורה: איך בין נישט מסכים מיט דיר. איפכא מסתברא. ווען ר' דויד שמידל האט אנגעהויבן האט ער נישט געשפילט פאליטיק. נאר געמיינט לשם שמים. פארדעים האט מען זיך באצויגן צו איהם מיט דרך ארץ. אבער די לעצטע פאר יאר האט ער אנגהויבן שפילן פאליטיק, און איז נוטה צו איין פאליטישן צד מער ווי די אנדערע. ר'מיינט געלט אויך.איז ממילא דא א צד ההתנגדות צו איהם און זיינע שיטת.
רבי בערל גראדע הגר''ד שמידעל פאר זיך שפילט נישט קיין פאליטיק דא ער איז היינט עוסק דערין פונקט ווי ער האט אנגעהויבען אין די כ' יארען
די חילוק איז נאר אז זינט סאקמיר איז באשאנקען געווארען מיט צוויי צדדים זענען פילע ערנסטע נושאים געפאלען פאר א קרבן צו די מחלוקת און איינע פין דעי זענען די קברי אבותינו וואס ס'נעבעך הפקר פאר עטליכע פאליטיקער
לפי ידיעתי האט איין צד באיקאטירט א''ק צוליב וואס איינע פין די נאנטע צו הגר''ד איז פין די ראשי הלוחמים קעגן זייער צד אזוי האט זיך צוביסלעך אנטוויקעלט א מציאות כאילו הגר''ד זעלבסט מישט אינעם קאשע פין סאקמיר
אליבא דאמת הגר''ד פאר זיך האט נישט לאנג צוריק געוואלט אפשטאטען אן אפיציעלער באזיך אין קר''י צו אויפטרייבען שטיצע און הילף פארן ארג. און האט געשטעלט א שארפער תנאי צו באזיכען קודם דעם מרא דאתרא בכדי ארויסצוווייזען הערכה פאר'ן שטאטס רב נאר צוליב געוויסע פאליטיקער איז נישט צושטאנד געקומען דער באזיך
הגר''ד פאר זיך איז גענצליך אפגעזינדערט פין די סארט קינדערישע קריגערייען און האט בעסער ואס צו טאן ווי ניצען זיין מלחמה בעד קברי אבותינו פאר נארישע אגענדעס