די וועלט איז דערשטוינט צו זעהן ווי אזוי מייקראסאפט מאכט איין טעות נאכן אנדערע, און ממש זיי קיקן אויס ווי עפעל אין די שלעכטע צייטען. מייקראסאפט האט געוואלט נאכמאכן עפעל, צו מאכן הארדוועיר און נישט נאר סאפטוועיר. האבן זיי געמאכט די סוירפעס טעבלעט. די צרה איז אבער אז זיי האבן געספענט אסאך מער געלט אויף אדווערטייזמענט ווי ס'איז אריינגעקימען.
ס'דא וואס זאגן שוין אז די ceo באלמער דארפן אפפיצען, און מ'דארף צוריקברענגען ביל געיטס, אזוי ווי עפעל האט צוריקגעברענט סטיוו זשאבס
מייקראסאפט טראסקעט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פאר יעדן קומט די צייט צו גיין, מען קען נישט בלייבן ביים שפיץ, עס איז א גלגל החוזר,
אבער איך בין מודה - און מיט פארדרוס, וויייל איך לייד דערפון ממש טאג-טעגליך - מייקראסאפט מאכט איין ערנסטע גרייז נאכן צווייטן. אנשטאט זיך נעמען אין די האנט אריין און מתקן זיין די פראדוקטן פארוואס קאסטומער קומען צו זיי, זענען זיי בלויז ביזי כסדר נאכצוטאנצן אנדערע און נעמען צופיל אויפן קאפ און זיי קענען עס נישט דערהייבן.
אזא ווינדאוס 8 האט נישט געטארט ארויסקומען. זיי וואלטן העכסטנס געדארפט צוטיילן די טאטש אינטערפעיס פון די קיבאורד אינטערפעיס.
מצד שני מאכן זיי אסאך זאכן יא גאנץ גוט, זייער OUTLOOK אימעיל האב איך שוין געשריבן איז הפלא'דיג שיין, זייער ווינדאוס פאון הייבט אן באקומען טרעקשאן, בפרט יעצט ווען נאקיע גיט ארויס הערליכע נייעס פאונס גארנישט ווייניגער ווי אנדרויד קאמפעטישאנס, אבער טראץ דעם איז מייקראסאפט צומישט און מסתמא קומט עס פון זיין פארלוירן און פרובירן צו שווימען אויפן שפיץ בארג.

וירח ה' את ריח הניחוח