חסידים פאר בייקס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

דאס איז א גיטע site צו אויספלאנירן א בייק ראוט
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
טשולענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2013 2:11 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך טשולענט »

חסידים פאר בייקס
Some people climb the ladder to success. Others take the elevator.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

להחזיר עטרה ליושנה...

2013717_10451421971_jpg.jpg
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

דעת, ווי איז די בילד?
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

זענען זיי אדער סדרנים ביי עפעס א רעבישע חתונה, אדער זענען זיי מיט דו געילע לאטע און יאגען אפ פאר זייער חיות, פון די ברענעדיגע אייראפע
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איינער ווייסט עפעס נייעס?
צו זיי האבען עפעס אויפגעטון ?
[tag]חסידים-פאר-בייקס[/tag] ביטע געב איבער א באריכט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

קאנסילמען לענדער ווייסט נישט אז קודם קומט די אויסגעלאזטע וויליאמסבורג www.vosizneias.com/137538/2013/07/31/borough-park-ny-lander-wants-citi-bike-program-expanded-to-his-brooklyn-district/
אפשר קען ער דזשוינען חסידים פאר בייקס
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

חסידים פאר בייקס... א אשכול וואס האט מיר קיינמאל נישט עכט געצויגן, ביז.. ביז איך האב געגעבן א קליק דעם אשכול און געטראפן א נייעם באגריף, א ארגענייזעשן געגרינדעט אויף די חיזוק פון היימישע ניקים וואס זענען בעצם אהערגעקומען שמועסן און פארברענגען אבער אין איין וועגז זענען זיי ׳פולי אין׳ צו העלפן און פאראויס רוקן עני גוטע זאך, ובתוכם די עמעיזינג ״חסידים-פאר-בייקס״.
יעצט ראשית כל מיינע צוויי סענט, איז חסידים פאר בייקס גאר א גוטע איידיע און א זאך וואס וועט עווענטועל דורכברעכן די אלטע היפאקריטיע אז א בייק איז אסור, פשוט לאגיש וויבאלד בייקס איז ביסודה נישט קיין שום הירוס פאר אידישקייט ווי דער פאקט צייגט אן אין אנדערע אידישע געגנטער ווי מאנסי, אייראפע וכדו׳, ממילא זאג איך פאר דעם וואס שטייט אונטער דעם ניק, גיי אן און וועסט עס מאכן.
אזוי ווי יעדע אנדערע דבר שבא לעולם, איז דא קריטיק אויך וואס איז נוגע און מ׳קען פאררעכטן און פארמיידן פראבלעמען אויף ווייטער, סא לאמיר צולייגן מיינע פאר הערות:

1) פאר מ׳ענפערט אין א אימעיל אדער א אינטערוויו אין נאמען פון חסידיםפארבייקס איז וויכטיג אז דעי בריוו/תשובות זאל דורכגיין א וועד פון צוויי דריי מענטשן וואס זאלן דאס מאשר זיין, ווייל צומאל איז דער דעת פון א יחיד פאלטש בנוגע איין פרט און טאמער גייט מען אן מיט דעם טעות קען מען צומאל דערלייגן אסאך סופארט וואס איז וויכטיג.

2) עס האט מיר שטארק געשטערט ווען איך האב געזען ווי מ׳פאוסט בילדער פון חסידישע אינגעלייט וואס פארן מיט סיטיבייק. דאס איז דאך די ערשטע זאך וואס מוז זיך אפשטעלן אין ארדער אז עולם גולם זאל זיך אויפהערן שעמען. איך האב געהאט אין פלאן צו מאכן דעם קארטל אבער ווי נאר כ׳האב געזעהן ווי עס פארן פיקטשערס אפילו ווען איינער זיצט נאר אויף א פארקירטן סיטיבייק ביים פראטעסט, האב איך געטוישט מיינונג. עס איז גענצליך איבריג צו מסביר זיין אז מ׳גיבט זיך גרינגער אן עצה מיט א פאר גרויסע אויגן וואס קוקן דיר אן אויף לי עוועניו, ווי צו מסכים זיין אז מ׳זאל דעבאטירן דיין בילד אויף אלע וואטסעפ גרופעס און אידישע פארומס..

3) ארויסשטעלן אזא איינער ווי יואלי לעבאוויטש אדער אפילו סיי ווער אויף טיווי איז לדעתי נישט געראטן, ווייל דעמאלטס איז שוין דא פאר די קאנטער חברה מיט וואס צו האקן דערויף, סיי מצד אז מיר האבן נישט וועם ארויסצושטעלן נאר דער סעלעברעטי, צו ווייל זיי וועלן רודערן אז הלמאי דער און דער פאררופט זיך אונזער פארטרעטער וכו׳ וכו׳. דאס בעסטע איז וואו מהאט געשמועסט אז עס זאלן ווערן אראפגעלייגט סטאנציעס אינעם הארץ, ראדני, קליימער, הופער, וואלאבאוט, און אלעס אינצווישן, און מיט די צייט וועט פעלן אפאר בייקס ביינאכט און געציילטע בייטאג, ביז עס וועט שוין זיין נארמאל צו זען א יונגערמאן צוריק קליקן זיין בייק. און שוין. און העכסנס וועט מען נישט געבן אינטערוויו׳ס פאר טיווי סטעישנס.

4) פאר די אלע וואס טענה׳ן אז מ׳קען נישט בעטן די סיטי צו אינסטאלירן סטאנציעס אין ערטער וואו מ׳נוצט עס נישט, דאס איז נישט אמת ווייל א פראגרעם פון די סיטי איז א פראגרעם, נישט משנה צו דעי צען גאסן האט א נידריגערע פראצענט בייקערס ווי די איבריגע סיטי, פארוואס דען איז דאס געמאכט? פאר די מענטשן וואס פלעגן שוין ביז איצטער סייקלען צו די ארבעט?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לויט ווי איך הער פון מיינע וויליאמסבורגע קאריספאנדענטס האט זיך די סיטיבייק גאנץ פיין אריינגעריסן ביים היימישן עולם, ביינאכט קען מען זען יונגעלייט מיט די גרויסע געלע טליתים קטנים פארן מיט אן אימפעט אויף די בלויע צוויי רעדעלדיקס, גאלאפירן ארויף און אראפ די גאסן, אפשר נישט אזוי פיל ממש אין קודשי קדשים אויף לי עוועניו, אבער אויף די זייטיגע געסלעך, די גלילות, דארט זעט מען די נחשונים, וואס זענען זיך מוסר נפש בחשכת ליל איבערצורייסן דעם טאבו.
יישר חילם ויה"ר שיצליחו במעשי ידיהם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מיין שוואגער פארציילט מיר ער האט שפאציערט די וויליאמסבורג בריק איין נאכט און באגעגענט 8 חסידים פאר בייקס
כוויס נישט אויס סאיז אסאך אדער ווייניג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איינער זאגט מיר סדא א וואטס עפפ גרופ פון וויליאמסבורגער אינגערלייט בייקערס. איינער ווייסט וויפיל מעמבערס דארט איז דא?
חסידים-פאר-בייקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:11 pm
געפינט זיך: HasidimForBikes@gmail.com
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך חסידים-פאר-בייקס »

מיר האבן באקומען די פאלגענדע אנפראגע.

ווי אזוי וואלט איר גע'ענטפערט?

Hi there,
I'm writing from California and I'm trying to investigate exactly what the struggle is between the various sects of Judaism and citibike. I thought that it was okay to ride bikes since they are powered by humans? Please excuse my ignorance, but as a reform Jew I really don't know these customs.

I'm trying to put together a report of sorts on the history of what is and isn't allowed as far as transportation and Orthodox Judaism. Is it only Hasidic Jews who feel this way? Or is it all of the more orthodox sects?

Would you happen to know if Hasidic Jews outside of Brooklyn, like say in Manhattan, feel negatively towards bikes? Why is there discontent concerning bikes? Do you know roughly where I could find the various numbers of the residents within NYC who have the various different sects of Judaism?

Any help would be much appreciated.

Thanks,
One man with courage makes a majority." - Andrew Jackson"

HasidimForBikes@gmail.com

http://HasidimForBikes.NationBuilder.com
חסידים-פאר-בייקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:11 pm
געפינט זיך: HasidimForBikes@gmail.com
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך חסידים-פאר-בייקס »

דאס איז וואס מיר האבן גע'ענטפערט.

לאזט הערן אייער הערות, קריטיג און חיזוק...

Hi

Sorry for the late response.

Thanks for reaching out to us. We are all trying to make this world a better place for everyone.

Judaism has no problem with bikes. No where in the old testament or anywhere in any old text is there any reference of any problem with riding bikes.

Even us Hasidic Jews who are very strict on custom and tradition have no problem with bikes.

The issue with bikes arose as a taboo issue in Hasidic Williamsburg, it started when One Hasidic Sect in williamsburg (Satmar) issued a rule to their young students to not ride bikes, the reason was becuae they didn't want the kids to wonder outside of Hasididc Williamsburg, bikes made it easier for them.

Now, explaining to the kids why they were not allowed to drive bikes, was an issue, if the principal would say "You are not allowed to ride bikes because we don't want you to wonder outside of the community", that would make the kids even more curious, and wonder what is there outside that our principal does not want us to see.

Therefore the Satmar School Principal used to tell the kids, you are not allowed to ride a bike because a bike is a non-Jewish thing.

That is where the taboo started, and the extremist in Williamsburg feel that bringing CitiBikes to Williamsburg will introduce the community to non-Jewish things.

Therefore lots of grown up adults in Williamsburg do not ride any bikes, because they never started as a kid, and they don't know how to ride a bike.

We "Hasidim For Bikes" are trying to change that, we are trying to unite to reverse this taboo, we are trying to advocate to bring bikes in our community, to make our commute more easy and more healthy for us and everyone around us.


For numbers of Jews living in NYC and its various sects, you may find those helpful...

http://forward.com/articles/157766/chan ... wry/?p=all
http://www.nytimes.com/2012/06/12/nyreg ... .html?_r=0
http://www.ujafedny.org/jewish-communit ... york-2011/

As far as transportation within Judaism, any mode of transportation is allowed.
The only problem with transportation is on the Sabbath, the Sabbath is a day of resting, therefore operating a vehicle would violate the Sabbath.

When your report is put together, we would love if you can share it with us.

We are happy to help, reach out to us again if you have any questions.

Thanks
Hasidim For Bikes
One man with courage makes a majority." - Andrew Jackson"

HasidimForBikes@gmail.com

http://HasidimForBikes.NationBuilder.com
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

איך האב געהערט אז די מקור החומרא נישט פארען מיט בייקס איז וועגען חימום במקומות המכוסים. די זעלבע חומרא פון נישט גיין מיט בגדים תחתונים וואס זענען שמאל באותן המקומות.
ווי אויך מייך איך אז אפילו לויט ווי די האסט געשריבען אז די סיבה איז וועגען נישט ארויסוואנדערן פון שטעטעל, נעמט זיך דאס נאך פונדערהיים, וואס דארט איז געווען די סדר אז די יונגען און מוידען פלגעגן זיך ציזאמקומען ביים עק פון שטאט און פארברענגען ביחד מיט פארשידנע ערליי אקטיוועטען, דארטען פלעגט מען ווערען אויפגעקלערט, דארטען האט זיך אנגזייעט די קערנדלך פון די פרייע מדינה אין ארצינו הקדושה, דארטען זענען די חברה געווען בעה"ב משא"כ אין שטאט. וועגען דעם האט דער סאטמערער רבי ז"ל שטארק מורא געהאט, אבער נאכדעם איז עס שוין געווארען ווי אן איסור עומד לעצמו, אפילו די טעם איז שוין לכאורה נישט שייך, בפרט ווען מען רעדט נאר פון פארען אינעם שטאט אדער אינעם קאנטרי וכו'. אבער לויטען ערשטען טעם איז נאך אלץ דא א פראבלעם
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

the kids to wander outside of Hasididc Williamsburg
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

דורכברוך!!
איך האב נארוואס געזען [tag]נאר,,פרייליך[/tag] פארן אויף א סיטי בייק!!

He has come a long way...
.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערווייל, כאפטס א שמייכעל....

NEW YORK IN 2018
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כ'מיין ער זוכט אויף גוגל מעפס די גאס ווי הרה"ק צימערמאן פראטעסטירט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

א געבנטשטע ערשיינונג זעט מען לעצטענס אין וו"מס . נעמליך יונגעלייט פארן אויף בייקס . בעיקר זעט מען עס אין די ביינאכט שעות און דערווייל זעט מען עס מיט די שטאטישע בייקס . לאמיר האפן אז מיט די צייט וועט עס ווערן א נארמאלע זאך . אפילו אינמיטן טאג און טאקע אויף די אייגענע
פארשפארט