דאך, דארף מען געדענקען דער צווייטער צד פון די פיקטשור, דאס הייסט די מנהגים און דרכים וואס פאר א דור צוויי צוריק זענען אפילו אין די גויישע וועלט געווען אפגעהיטען ביז צו א מאס אז מ'קוקט היינט אויף די 'פרומקייט' וואס האט אמאל געהערשט אפילו אין די גויישע גאס, אפילו אין די מערסטע ליבעראלע פלעצער, שטוינען צומאל אפילו 'היימישע אידען' ווי עס האט בכלל אמאל געקענט עקזעסטירן אזוינע ענינים.
אזויווי יעצט איז זומער טעג און דער עולם ענדזשויט זיך ביים וואסער אסאך, איז אינטרעסאנט ארויסצובברענגען די היסטאריע וויאזוי פאר ווייניגער פון הונדרעט יאר צוריק איז געווען איינגעפירט אז מ'גייט שווימען, ביי גוים גמורים. די היסטאריע פון דער 'ביקיני' (איך האף מ'מעג שרייבען וועגן דעם מלפני הפרגוד), איז א גוטער משל דערפאר. דער פריצות'דיגע פרויען שווים בגד וואס איז היינט מער ווייניגער נארמאל ביי די ברעקן פון אלע וואסערן אויף די וועלט, האט ווען עס איז צו'ם ערשט ארויסגעקומען אין 1946 געהייסען אזוי אויסגעלאסען, אז דער ערפינדער האט נישט אפילו געקענט טרעפן א מאדעלקע זאל עס פארשטעלן פאר עם, און האט געמוזט דינגען א מופקרת זאל עס פארשטעלן אין די ערשטע בילדער.
ווייבער וואס האבען זיך מכבד געווען פאר קנאפע הונדרעט יאר צוריק, פלגען זיך בכלל נישט באדן ביים ים אפענערהייט, נאר עס זענען געווען אזוינע עקסטרע קאנטרעפציעס וואס מען האט גערופען באדן- מאשינען וואס דאס איז געווען אזא פארמאכטע קאסטן אויף רעדער וואס איז אפען געווען פון איין זייט וואס מ'האט אריינגעשטיפט אין די וואסער אריין און דארט האט מען געשווימען.

(עס איז דא א צווייטע צד צו די געשיכטע, נעמליך אז די גאנצע צניעות אנשויאונגען זענען מער ווייניגער א מאדערנער ערשיינונג, און אין רוב קלאסישע תקופות און מקומות איז בכלל געווען אנגענומען אינגאנצן פארקערט, אבער דאס וועלן מיר לאזען פאר א צווייטער מאל)
פארוואס פארצייל איך אייך דאס אלעס? ווייל פונקט היינט האט איינער מפרסם געווען אן אלטער צעטל פון די שטאט תל אביב, א פלאץ וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט וויאזוי עס זעהט היינט אויס.. ליינט און שטוינט וואסארא השגות די פרייע שטאט פון תל אביב האט געהאט אין שנת תרצ"ב.
