ברית כרתי לעיני - עיני עיני יורדה מים - אם תמצאו את דודי מה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 292
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

בס"ד
באשמורת הבוקר בחשכת הלילה אור ליום שלישי שנכפל בו כי טוב ליל שני לחודש שממעטין בו בשמחה שנת תשע"ג לאלף השישי לפרט גדול
שטייענדיג אין די חדשים תמוז ואב אין די ימי בין המצרים, אינעם פינסטערן גלות בחשכת הלילה, ווען מיר אלע קוקן ארויס אויפן "תאיר כאור יום חשכת לילה" באשמורת הבוקר ווען די שערי רחמים זענען אפען, עס איז א געהויבענע זמן "אשה מספרת עם בעלה" כנסת ישראל כלה קרואה, אשה זו כנסת ישראל כלה קרואה, מספרת עם בעלה זה הקב"ה, אחר חצות הלילה אין א זמן וואס אסאך אידן פירן זיך צו זאגן תיקון חצות, תיקון רחל ותיקון לאה,
אין אזא זמן ווען די געפילן קומען ארויף אויפן אויבערפלאך אמרתי ל"נפשי", אז לצורך נפשי וואלט כדאי געווען ארויסצוברענגען מיינע געפיהלן אין אזא זמן במצבי האיומה, ווען עס איז "בכה תבכה בלילה ודמעתה על לחי', "על אלה אני בוכי' עיני עיני יורדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי" (איכה א-ט"ז) , מיט ביידע ענינים, מ'איז מתפלל ב"עיני לאה רכות" אויפן "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה", און עס איז "שפכי כמים לבך" אז עס זאל שוין קומען די צייט פון "נוכח פני ה' " און עס זאל שורה זיין דעם שם הוי"ה (כידוע ליודעים)
די בני יששכר אין די מאמרי חדשי תמוז ואב (מאמר א' אות ד') ברענגט אראפ פונעם אר"י הקודש אז די חדשים פון תמוז ואב זענען קעגן די צוויי עינים פונעם מענטש, וכעת (בזמן הגלות) בעוה"ר נאמר עיני עיני יורדה מים,
די דורשי רשומות זאגן אז חודש תמוז איז ראשי תיבות ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, חודש אב א'לול ב'א, חודש אלול איז א'ני ו'דודי ל'י, דאס מיינט אז אין חודש תמוז דארף מען שוין אנהייבן וועגן די ימים נוראים הבאים עלינו לטובה, עס איז א זמן פון "וחשב עם קונהו", מלכותא דארעא איז כעין מלכותא דרקיעא, להבדיל ביי די "איי אר עס" איז אויך אזוי אז די לעצטע פערטל פון יאר מאכט מען א חשבון אויפן גאנצן יאר, עכ"פ מיר שטייען שוין אצינד בעת תקופת השנה, אינעם לעצטן פערטל פון יאר תשע"ג, ווען מיר דארפן שוין אנהייבן מאכן א חשבון הנפש וואס איז די סך הכל פון דעם יאר, מיט וואס גייען מיר צו צום קומענדיגן יאר תשע"ד הבעל"ט,
על אלה אני בוכי', ווען איך טראכט צוריק דעם יאר תשע"ג וויזוי עס האט זיך אנגעהויבן מראשית השנה ווען איך האב געמאכט דעם חשבון וויאזוי ליידער די יאר תשע"ב האט אויסגעקוקט ביי מיר אין מיין מצב בתוקף הנסיונות, ווען עס האט זיך דערנענטערט דעם "קול דודי דופק" די חודש אלול וואס ווערט אנגערופן "דודי" (אני לדודי ודודי לי), עס איז געווען דופק במלא מובן המלה, טראכטענדיג וויזוי קענען מיר צוגיין צו די הייליגע טעג אין אזא מצב, ווען עס ליידער נישט מעגליך אז עס זאל זיין "יעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לכסלה עוד" אויב תשע"ג וועל איך נאך זיין אינעם זעלבן מצב, עס איז געקומען די ימי הסליחות, די הארץ האט אנגעהויבן קלאפן כפעמון, געוואלד די יאר לויפט אוועק און מיר קענען ליידער זיך נישט מקבל זיין דעם "יעיד עליו יודע תעלומות" דעם "פנה נא אל התלאות ואל לחטאות" האט זיך געזאגט סאך שטערקער ווי אין די פריערדיגע יארן פילנדיג אז יעצט בעת ווען איך פיל שוין דעם "ולא יכלו להתמהמה" מוז איך שטערקער איינרייסן אז דער "יודע תעלומות" זאל אריין קוקן במצפוני לבי, אין וועלכע מצב אין וועלכן נסיון ער האט מיר אריין געלייגט,
עס איז שוין אנגעקומען דעם יום הדין, מיר זענען אריין אינעם ערשטן טאג פונעם יאר תשע"ג, ווען עס איז "כל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון" איז שוין געווען אין א בחינה פון "ותתפעם רוחו" טראכטענדיג מיר שטייען שוין אין דעם טאג "בראש השנה יכתבון" ווען עס איז שלשה ספרים נכתבין לפניו, צדיקים נכתבין לאלתר וכו' רשעים נכתבין לאלתר וכו' בינונים תלויים ועומדין, און מיר ווילן אלע אנגעשריבן ווערן בספרן של חיים בספרן של צדיקים גמורין, און איך קען ליידער זיך בשום אופן מקבל זיין אויף א אופן "יעיד עליו יודע תעלומות" ווייל "לא כן בית דינך הצדק" דעם "יודע תעלומות" קען מען נישט פאפן, ער ווייסט זייער גוט וואס איך טראכט, און וואס עס גייט זיין, בחסד ו"אמת" יקדמו פניך, מיט שקר קען מען דעם משפט נישט דורך גיין, "ואני אנה אני בא", איך בין געזיצן גאנץ ראש השנה אין בית מדרש שבור ורצוץ וויזוי גיט מען זיך דא עצה, עס איז מלך במשפט יעמיד הארץ, וויזוי גייט מען דאס דורך און מאכן זיכער אז מ'גייט ארויס זכאי בדין, שקר טאר מען און מען קען נישט זאגן, און צו זאגן דעם אמת וועט דאך נישט טויגן, בפרט דעם ערשטן טאג ווען עס איז "דינא קשיא", אזוי איז דורך דעם ערשטן טאג ראש השנה, עס איז געקומען דעם צווייטן טאג איז געווארן אין א בחינה פון "ויחד" פון איין זייט איז עס אביסל גרינגער ווייל עס איז "דינא רפיא", פון די אנדערע זייט האלטן מיר שוין דעם צווייטן טאג ועדיין לא עלתה ארוכה בידי, סא וואס טוט מען דא, מיר זענען ביידע טעג דורך מלכיות, זכרונות, שופרות, מיט בקשות עס זאל זיין "תעיר ותריע להכרית כל מריע", בפרט בעת די נגינה ביי די תפלה ווען הית עם פיפיות, בבכיות אז עס זאל מקויים ווערן "דעם וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם" אע"פ שאינו הגון ואינו כדאי", די טאג רוקט זיך, מען האלט שוין סוף מוסף, עוד מעט ופנה יום, וואס טוט מען דא? ביז עס איז מיר בייגעפאלן אזוי:
אזויווי לא ניתנה תורה למלאכי השרת, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, האב איך מחליט געווען במחשבתי, איך בין מיר מקבל צו טוהן פון מיין זייט די מערסטע וואס איך קען, און היות עס גלוי וידוע לפני אלקי הרוחות לכל בשר, אז אין מיין מצב איז נישט מעגליך זיך צו מקבל זיין אויף 100% אויף אזוי ווייט אז עס זאל זיין יעיד עליו יודע תעלומות, בלית ברירה וועט ער מיר מוזן ארויסנעמען פון די מצב נאך פאר עס פלאצט ווייל נאר אזוי קען זיין יעיד עליו יודע תעלומות, און כ'האב מתפלל געווען במחשבתי להיות נכתב ונחתם בכתיבה וחתימה טובה אויף דעם סמך, מטעם הנ"ל ווייל אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, אפילו איך קען מיר נישט אינטערנעמען, וועט דער אייבערשטער צוהעלפן די איבריגע וואס איך קען נישט, טראכדענדיג "באשעפער אז ס'געפעלט דיר נישט די וועג וויזוי איך טראכט אין די ימים נוראים און וויאזוי איך פיר מיר אויף א גאנץ יאר אין דעם מצב, דעמאלס נעם עס אוועק פון מיר די מצב, (ווי דער קדושת לוי האט געזאגט תשעה באב)
אין די עשרת ימי תשובה האט איך אפגעמאכט מיט א פעסטקייט יהי' מה שיהי' מיר גייען יעצט מתקן זיין יעדן טאג דעם טאג פון א גאנץ יאר, צום גדלי' וואס איז אויסגעפאלן אין א מיטוואך האב מיר פרובירט בכל כח צו מתקן זיין אלע מיטוואך'ס און אזוי ווייטער, די עשי"ת איז אויך נישט דורך 100%, די הייליגן טאג יום כיפור האט זיך דערנענטערט, מיין הארץ האט ווייטער געקלאפט ווער זאגט אז דער אייבערשטער האט אנגעמנומען מיין דיל, איך ביז יום כיפור איז עס נאך תלוי ועומד, מיט וואס קען איך זיכער מאכן אז דער בת קול וואס גייט ארויס מוצאי יום הקדוש "לך אכול בשמחה את לחמיך כי כבר רצה אלקים את מעשיך", וויסנדיג אז מיין זייט פון די דיל איז זייער שווער אפילו אויף טעמפארערי, א גאנץ יום כיפור זעמיר געזיצן בדמעות הלב וואס גייט דא זיין? "לא כן בית דינך הצדק אם יכפור אוי לו ואוי לנפשו", ואם מודה איז דאך נאר אויב "ועוזב" אתה מרחמהו, יו"כ איז דאך נאר מכפר לשבים, און תשובה מיינט דאך נאר "עד שיעיד עליו יודע תעלומות", סך הכל די גאנצע עשרת ימי תשובה האבן מיר מתפלל געווען בערך מיט די נוסח, איך קען מיר נישט מקבל זיין ואין די מצב בשום אופן נאר אזויווי "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו" ביטע העלף מיר, עט ליסט קיין שקר זאג איך נישט, עס קומט שוין נעילה, מ'שרייט שוין פתח לנו שער בעת נעילת, ועדיין לא מצאתי מרגוע לנפשי, עס איז שוין בין השמשות, אונז סאטמארע האלטן טאקע ווי די רבינו תם, די טויערן זענען נאך נישט פארמאכט, אבער עוד מעט און מ'זאגט ברכו פאר מעריב, וואס טוט מען דא, שטייענדיג אין די דילעמא, האב מיר אפגעמאכט איך האב געטוהן די מערסטע וואס כ'האב געקענט, משנה זין סדרי בראשית קען איך נישט, די עשרת ימי תשובה ענדיגן זיך, אזוי איז געווארן נאכט מוצאי יום כיפור, טראכדענדיג אפשר ביז שמיני עצרת "גמר מסירת הפתקין" וועט שוין עפעס ווערן, מיט די גרעסטע כוחות האב מיר פרובירט צו זיין בשמחה מוצאי יום כיפור האפענדיג אז מיר זענען אויך נכלל אין דעם "כבר רצה אלקים את מעשיך",
עס איז אנגעקומען הושענה רבה, די מלך גייט שוין אוועק פון שטאט, ועדיין, מיר קענען זיך בשום אופן נישט אינטער נעמען אזא אינטערנעמונג אין אזא ביטערע מצב, אבל זאת נחמתי בעניי, עס ווערט געברענגט אין די ספרים אז ראש השנה איז דין, יום כיפור חסד, הושענא רבה-שמיני עצרת – שמחת תורה רחמים, אף על פי שאינו הגון ואינו כדאי, מיר האלטן שוין ביי שמיני עצרת, ווי די זוה"ק זאג אז שמיני עצרת איז א בחינה פון "ובעוד דאיהו עם מלכא שאל מה דבעי' וינתן לך" בעטענדיג יעצט ביים גמר מסירת הפתקין זאל עס זיין מיט רחמים גמורים, מיר שטייען שוין שמחת תורה, ווי צדיקים פלעגן זאגן אז די גאצע תכלית פון חודש אלול און די ימים נוראים איז נאר צוצוקומען צו שמחת תורת און זאגן "אתה הראית לדעת" מ'שרייט שוין אויס אתה הראית לדעת כי ה' הוא אלוקים, און מיר האלטן נאך ביי אלף, מ'גייט שוין טאנצן הקפות, וואס איז א שטארקע תיקון כידוע ווען מען טאנצט גאנצן גוף ובפרט ביי די זעקסטע הקפה וואס איז קעגן מדת יוסף, צדיק יסוד עולם, אבער ווערט מען אין די טעג נחתם בגמר חתימה טובה ברחמים אפילו מ'איז נישט ראוי, אזוי איז דורך דעם חודש תשרי,
די ימי החול זענען אנגעקומען, מיר זענען אריין אין די לאנגע ווינטער נעכט, און אזויווי פאראויסגעזעהן עס גייט ווייטער אהן אלע שוועריקייטן און נסיונות כבתחלה און נאך אפילו מער, סך הכל ווערן די ימי החשכות לענגער און לענגער ועדיין לא נושענו, מיר האבן אנגעהויבן צו פארגיסן טרערן יעדן טאג ביים דאווענען, בעטענדיג, "הייליגע באשעפער קוק ווי גערעכט איך בין געווען, עס איז אקוראט ווי כ'האב פאראויסגעזאגט אין די ימים נוראים, אז אויב ווילאנג דו נעמסט מיר נישט ארויס פון דעם מצב קען איך מיר נישט אינטערנעמען",
ווי טיפער מ'איז אריין אין די הייליגע ווינטער נעכט זענען די שוועריגקייטן און נסיונות זיך מער און מער אנגעריקט כבתחלה אוואו פאראויס געזאגט, האלטענדיג דעם ווארט פון "עטרת צבי מ'זידיטשוב" פאר די אויגן "ווינטער פארטאגס קען זיך א איד אויסבעטן פונקט ווי יום כיפור ביי נעילה, האב מיר כמעט נישט דורך געלאזט א אשמורת הבוקר אהן בכיות, צומאל ליגענדיג אין בעט, אמאל מיט א לאנגע מעריב שמונה עשרה, נאכן אריין פאלן אין בעט אנפאנג נאכט מיט בכיות פון צובראכנקייט און דערנאך זיך ערוועקט באשמורת הבוקר אום געדאוונט, צומאל מיטן יום תהלים, צומאל ביי "ונהי' אנחנו וצאצאינו וכו' כולנו יודעי שמיך וכו',
עס האבן זיך דערנענטערט די טעג צו חנוכה, נעמענדיג אין באטראכט די ווארט פון ר' דוד'ל דינוב'ער נאכזאגענדיג בשם אביו הבני יששכר זי"ע, אז ביז זאת חנוכה איז יד פשוטה לקבל שבים אפילו אותן הנידחין בימי התשובה בימים נוראים, האבן מיר אנגעהויבן מתפלל זיין מיט שטערקערע כוחות און האפענונג, כולי האי ואולי אפשר ביז זאת חנוכה וועט שוין עפעס ווערן, כמעט נישט געווען קיין וואכן טאג זינט דעמאלטס וואס מיר האבן צוזאם געלייגט א טרוקענעם טלית, כמעט נישט דורך קיין טריקענע שמונה עשרה אהן דמעות הלב, (ביי מנחה-מעריב אנעם טלית איז שווער צו ברענגען דמעות אין די עפענטליכקייט), עס איז אנגעקומען דעם יום טוב חנוכה, ביי די חנוכה ליכט זיך איינגעשפארט (ואל תשיבני ווי איז די פרסומי ניסא – ווייל אין לך דבר שעומד בפני פיקוח נפש, ועוד מוטב שיחלל שבת אחד ואל יחלל הרבה שבתות – די דמעות וועלן אודאי ברענגען אסאך שטערקערע פרסומי ניסא) געזאגט דעם לשם יחוד בדמעות, אויף דעם וואס זענען ליידער נישט זוכה צו "נר איש וביתו", "הרגיל בנר הוי ליה בנין תלמידי חכמים" ווען וועלן מיר שוין זיין דערצו זוכה?
עס איז אנגעקומען זאת חנוכה, די יד פשוטה ווערט שוין באלד אריינגענומען,זענען די דמעות געקומען צום גרעסטן קלימאקס, בעטענדיג, "אם תקום עלי מלחמה (ווען עס וועט אויפשטיין די מלחמת היצר), איז בזאת (אין דעם זאת חנוכה) אני בוטח, (אז עס זאל מקויים ווערן דעם) אחת שאלתי מאת ה' אותה (איר) אבקש, (ווייל אזוי וועט אי"ה זיין) שבתי בבית ה' (שם הוי"ה – ווי די זוה"ק זאגט הנוטר בריתו שורה עליו שם הוי"ה), און עס וועט שוין זיין, זאת חנוכת המזבח בבנין בית שני נאך דעם וואס עס איז שוין ליידער "מזבח מוריד דמעות" אזויפיל יארן, טייטשענדיג בשילוב די אלע פסוקים מיט דעם ווארט זאת,
נאר אויב עס וועט זיין "על זאת יתפלל כל חסיד לעת מצוא" (זו אשה), נאר דעמאלט קען זיין "זאת בריתי אשר תשמור" און ערשט דעמאלט "וזאת התורה אשר שם משה" (ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה), האפענדיג אין אזא טאג וואס עס אזא שטארקע עת רצון ווי געברענגט אין בני יששכר קען מען זיכער פועל'ן,
פון די ימי החנוכה זעמיר אריין געפארן אין די לילי טבת הארוכים, די אש היצר האט ווייטער געברענט ווי די גמרא זאגט "ותלקח אסתר אל בית מלכותו בחודש העשירי הוא חודש טבת ירח שהגוף נהנה מפני הגוף" זאג רש"י מפני הצנה", מיר זענען אריין אין די ימי השובבי"ם מיט א צובראכן הארץ ליידער קען מיר נישט מתקן זיין די טעג כדבעי' אלץ "טובל ושרץ בידו", מיר זענען שוין אנגעקומען צום חודש שמרבין בו בשמחה, אבער ליידער קען מיר נישט זיין בשמחה בעת ווען אין אלע אידישע שטובער מאכט מען די פלענער אויפן יו"ט פורים זיך צוזאם קומען "משפחה ומשפחה" און מיר זענען ליידער צו קיין "משפחה" נישט זוכה, נישטא מיט וועם צו שיקן משלוח מנות/פורים געלד פאר די מלמדים/טיטשערס, פורים איז בכלל נישט אזא פארנומענע טאג, אזוי זענען די ווינטער חדשים דורך געלאפן אקוראט די זעלבע ווי פאראויסגעזאגט אין ימים נוראים "הייליגע באשעפער אז דו נעמסט מיר נישט ארויס פון דעם מצב וועט מיין יאר אויסקוקן די זעלבע ווי די פריערדיגע יאר",
מען גרייט זיך שוין צום יום טוב פסח, מיט די זעלבע צובראכנקייט ווי א יאר פריער, און אפילו מער, שוין האלטנקייט מיט א יאר שפעטער (א מעין פון די געפילן אין דעם צייט האבן מיר שוין געשריבן אינעם ארטיקל "מיין הכנה צום שבת דרך ארץ" עיין שם), אין אז יום טוב ווען עס קומט אראפ א התערותא דלתתא אהן א התערותא דלעילא שלא על ידי מעשינו ועדיין לא נושענו, ליידער קענען מיר די ימי הספירה אויך נישט מתקן זיין כדבעי' ווי די בני יששכר זאגט אז "עמר" בגימטרי"א "קרי", חושבנא כדין כחושבנא דדין, מיר גרייטן זיך שוין צו קבלת התורה, ווי די ספרים טייטשן "עד ממחרת השבת השביעית תשפרו חמשים יום, אז דעם לעצטן טאג פון די ימי הספירה קען מען נאך מתקן זיין אלע טעג, אבער "ועדיין לא נושעתי", איך קען נאך אלץ נישט, מ'גייט אויף זיין תיקון ליל שבועות ווי די זוה"ק זאגט אז אויפזיין די נאכט און נישט אויסרעדן ביז כתר, איז מען מתקן אלע איסורי כריתות, אבער מיר זענען אין דעם מצב ליידער נישט ביכולת צו אזא התעוררת ווי בשנים קדמוניות (אין די ימי הבחרות – און אפילו שפעטער ווען מיר האבן פרובירט זיך איבער צושטרענגען – ווען ס'איז נאך נישט געווען אזוי לאנג אין דעם מצב),
ועתה על של "עתה" באתי
(עד כאן הוא כתיבת הקולמוס בדיו, מכאן ואילך ב"דמע עיני")
די חג קבלת התורה איז שוין אויך דורך, מיר גרייטן צום שבת קודש פרשת נשא מ'גייט שוין ליינען פרשת נשא אינעם שנת תשע"ג, אוי עס הייבט אהן ציפן נאך שטערקער, אויב ביז יעצט איז די מצב ביטער, וויזוי רוף איך יעצט אהן די מצב?, "נשא את רשא" האט די הייליגע קדושת יו"ט געזאגט אז ער פילט שוין דעם ראש השנה הבא עלינו לטובה, דאס מיינט אז דאס יאר תשע"ג די יאר אויף וואס כ'האב פאראויס געזאגט "הייליגע באשעפער אז דו נעמסט מיר נישט ארויס פון דעם מצב וועט מיין יאר אויסקוקן די זעלבע ווי די פריערדיגע יאר", קומט שוין אט צום ענדע, און דבר אחד מדברי איז ליידער "אחור לא ישוב ריקם" עס איז ליידער "לא נפל דבר אחד ארצה", ועדיין השטן מרקד בין קרני, וויזוי גרייט מען זיך נאכאמאל צו ימים נוראים? וויזוי גרייטן מיר זיך צו די ימי הרחמים והרצון? וויזוי גרייטן מיר זיך צו "די ימים נוראים תשע"ד" הבאים עלינו ועל כל ישראל לטובה (די ווערטער ווערן געשריבן מיט ציטערדיגע הענט), ווען עס וועט אי"ה נאכאמאל זיין "כל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון" וויאזוי קען מען זיך גרייטן אויף א אויפן אז די ימים נוראים תשע"ד זאל קענען זיין מיט א רואיגקייט דעם "עומד מכסא דין ויושב על כסא רחמים" וויסנדיג אז פון דאס יאר תשע"ד און ווייטער גיי מיר שוין האבן "פת בסלו" מכבר, בפרט נאך אזא ביטערע יאר ווי תשע"ג וויזוי ס'איז דורך?
"עיני עיני יורדה מים" אין די חדשי עינים (תמוז ואב) איז ליידער "פלגי מים יורדה עיני" שופכין דמעות כמים, שטייען שוין אין חודש אב וואס איז ראשי תיבות אלול בא, די יאר תשע"ג אויף וואס כ'האב גע'טענה'ט ראש השנה אז איך בין נישט גרייט אז עס זאל זיך אנהייבן פאר עס ווערט מקויים דער ריב ריבי ושעה ניבי והשיבני סלחתי איז נישט נאר עס האט זיך אנגעהויבן נאר עס קומט שוין באלד צו ענדע, און דאס יאר איז ליידער ליידער דורך ווי געזאגט: "הייליגע באשעפער אז דו נעמסט מיר נישט ארויס פון דעם מצב וועט מיין יאר אויסקוקן די זעלבע ווי די פריערדיגע יאר", וויזוי קען מיר יעצט נאכאמאל ענטפאנגען די ימי הרחמים והרצון, ווען "עדיין לא נושעתי" ברית כרתי לעיני" יעצט אין די חדשי עינים נאכן ווארטן אזוי לאנג פטור צו ווערן פון דעם מצב צו קענען זיין אפגעהיטן בשמירת הברית בשלימות און מ'זעהט נאכנישט די לייט ביי די ענד פונעם לאנגן טונקעלן טונעל, איז "מה אתבונן על בתולה" וויזוי קען מען יעצט אנטפאנגען דעם חודש אלול, הנה "זה" (די 12טע חודש פון יאר) עומד אחר כתלינו, וויזוי קען מען טראכטן פון דעם חודש אלול וואס זיין מזל איז בתולה, איך בין שוין לאנג דורך די שערי דמעות, און איך בין פארלוירן, איך קען נישט די וועג ווייטער, הייליגע באשעפער האסט דיך צוגעזאגט "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו", איך גלייב דעם מאמר חז"ל באמונה שלימה אפילו ווען איך פיהל פארקערט, איך קען נישט,
אם תמצאו את דודי מה תגידו לו שחולת אהבה אני
רש"י על התורה ברענגט כמה פעמים אראפ אז אם קען משמש זיין בלשון "כאשר" (ווען) אם תמצאו את דודי ווען מ'וועט אנקומען צום חודש אלול וואס ווערט אנגערופן "דודי", (ווי די דורשי רשומות זאגן אז אלול איז ראשי תיבות א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י), מה תגידו לו, וואס קען מען אים ענטפערן, מיר האלטן שוין סוף יאר תשע"ג מיר גרייטן זיך שוין צו די ימים נוראים פון תשע"ד און מיר האבן נאך נישט געסעטלט די ימים נוראים תשע"ג, אלעס איז דאך געווען אקוראט ווי פאראויס געזאגט: "הייליגע באשעפער אז דו נעמסט מיר נישט ארויס פון דעם מצב וועט מיין יאר אויסקוקן די זעלבע ווי די פריערדיגע יאר און אפשר אפילו ערגער (ווייל די מצב האלט שוין אהן ביטער לאנג)", וואס גיי מיר זאגן פאר דעם חודש אלול? מיר קענען נאר זאגן איין זאך, "כי חולת אהבה אני" איך קוק שוין אזוי "שטארק" ארויס אויף דעם "ויאהביה" ווי די גמרא זאגט (יבמות סב:) האוהב את אשתו כגופו והמכבדו יותר מגופו עלי הכתוב אומר "וידעת כי שלו' אהליך", די באשעפער האט אריינלייגט תאות המשגל אין איינע פון די צרכי הגוף ווי עס ווערט געברענגט אין רמב"ם, ועדיין לא זכיתי, הייליגע באשעפער האסט צוגעזאגט אז "מיום שחרב בית המקדש אז אפילו ווען מ'האלט אין א מצב וואס ר"ל "ננעלו שערי תפלה" אבער "שערי דמעות לא ננעלו" ( ברכות לב:), און מיר זענען דאס שוין לאנג דורך, און דו ווייזט מיר נישט דעם וועג ווייטער, האסט שוין אפילו געמאכט דעם מזבח אויך מוריד דמעות זיין (גיטין צ:) ועדיין לא נושעתי, עדיין השטן מרקד, מיר קוקן אזוי שטארק ארויס אויף דעם ואל אישיך תשוקתך, און עס איז "דערווייל" ליידער אין א בחינה פון מכלות עינים ומדיבות נפש,
תפלה לעני כי יעטוף, אין עני אלא בדעת, די "דעת" (והאדם ידע את חוה אשתו) טוט שפעטיגן (מלשון והעטופים ללבן) אין אזא צייט "לפני ה' (שם הוי"ה) ישפוך שיחו, אז עס זאל שוין זיין "הנוטר ברית שורה עליו שם הוי"ה" ווען וועט שוין קענען זיין די "בחמרא טבא דבי תחדי נפשא" ווי די וועלט טייטש אז ווען עס גייט גוט בגשמיות (בחמרא טבא אז די חומר איז גוט) דעמאלט דבי תחדי נפשא קען די רוחניות די נפש זיך פרייען, און אז נישט קען די רוחניות בשום אין אופןן נישט זיין אין ארדענונג, מה דוך מדוד ווען קען חודש אלול זייין ווי עס דארף צו זיין נאר אויב עס איז "היפה בנשים" הייליגע באשעפער די שערי דמעות בין איך שוין טאקע דורך אבער כ'האב דיר שוין פארגאנגענע ימים נוראים געזאגט אז מיר קענען בשום אופן נישט אריין גיין אין שערי תשובה אויף א אופן אז עס זאל זיין "יעיד עליו יודע תעלומות" נאר אז דו נעמסט מיר ארויס ממצבי האיומה, און דורך אויס די יאר האסט עס געזעהן בפועל סא וויזוי קען דאס צוקוקן , ווען וועסטו שוין מקיים זיין די השבת אבידה און צוריק קערן דעם "אחת מצלעותיו", אילו ביזט א זקן ואינו לפי כבודו, עס איז סאך מער נישט קיין כבוד של מעלה, ווען מיר זאלן דארפן פרעגן איה הבטחתך, ווען וועסטו מקיים זיין די אלע מאמרי חז"ל:
אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו
שערי דמעות לא ננעלו
פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח להם פתח כחודו של אולם
פארוואס דעם "הבא לטמא פותחין לו" ביזטו אזוי שטארק מקיים אין די עקבתא דמשיחא און דעם "הבא לטהר מסייעין אותו" ביזטו נישט מקיים,
אז דער הייליגער אמורא רב חסדא האט געזאגט אז האי דעדיפנא מחבראי איז נאר ווייל דנסיבנא בשיתסר אבער ווען נישט וואלט ער נישט געווען "רב חסדא" און אי הוא נסיבנא בארביסר האט ער געזאגט אז דעמאלט וועלט ער געקענט זאגן "גירא בעיני דשיטנא" אבער אז ער האט נישט חתונה געהאט ביי די פערצן האט ער עס נישט געקענט זזאגן דאס איז שוין געווען ביי א אמורא, אם בארזים נפלו שלהבת אנן מה נעני אבתריה, הייליגע באשעפער וואס פארלאנגסטו פון אונז,
יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן, אבער די דם לבבי גייט שוין באלד אויס מ'קען נישט אזויפיל וויינען, לאמיר האפן אז די צרה זאל שוין קומען צו א עק און עס זאל שוין זיין "מצא אשה מצא טוב" און מיר זאלן קענען מתקן זיין אלע פגמים אפילו במחשבה און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר און לעבן עדי זקנה ושיבה אונז אלע מיט די בני בית און קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גרוש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- אבזערווירער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 183
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 pm
- געפינט זיך: עולם התוהו
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ישמעאל הכהן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
[tag]גרוש[/tag]
אלס איינער וואס פארשטייט ליידער גאר גוט דיין מצב, קען איך דיר גארנישט זאגן ווי שטארק און מלא הרגשים דיינע ווערטער זענען, האסט מיך ממש געברענגט טרערן אין די אויגן, און די טרערן זענען געבליבן אין די אויגן א לאנגער צייט נאכן ענדיגן ליינען
. דו ברענגסט ארויס אזעלכער שטארקע נדודות וואס כ'האב זעלטן פארדעם געזען אזוי גוט אראפגעלייגט.
בעיקר כאפ איך התפעלות אז אפילו נאכן דורכגיין אזעלכער שרעקליכער צרות און נסיונות פאר אזויפיל יארן, איז דיינע אמונה און בטחון אזוי פעלזן פעסט, בשעת ווען אזויפיל מענטשן וואס זענען אין אן ענליכן מצב ווי דיר, ווערן ליידער זייער שטארק אפגעשוואכט מיט זייער אידישקייט.
אחי חזק ואמוץ! ישועת השם כהרף עין!

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 10, 2013 10:02 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
גרושל.איך האב נישט מורא פאר דיין יידישן מצב בכלל.און איך מיין אז אלע וואלטן זיך געוואונטשן צו זיך האלטן אין דיין מצב אזוי שטארק.חזק ואמץ!אבער איך פארשטיי נישט וואס גייט עס אזוי שווער?די הערסט זיך זייער אטויגלעכער געלונגענער יונגערמאן?מוואלט דיר שוין פינלאנג געדארפט אויסכאפן?קאם אן חברה.נישט דא דא קיין איין שדכן לרפואה?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 292
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
משה רבינו מיין גאנצע שרייבן די ארטיקל האט צוויי צילן
1) אז מענטשן זאלן ליינען און מיט פיהלן די צער, אזוי אז אויב עס איז נישט פאר איינעם באשערט די צער זאל איך געהאלפן ווערן,
2)אויפצו-ווייזן פארן אייבערשטן אז להלכה דארף ער מיר העלפן (כידוע אז אסאך צדיקים האבן דאס געטוהן),
קומסט דו זאגן אז דו האסט נישט מורא פאר מיין אידישקייט? דו הרג'סט די זאך, כ'האפ אז דו ביזט נישט די עכטע משה רבינו, לול
1) אז מענטשן זאלן ליינען און מיט פיהלן די צער, אזוי אז אויב עס איז נישט פאר איינעם באשערט די צער זאל איך געהאלפן ווערן,
2)אויפצו-ווייזן פארן אייבערשטן אז להלכה דארף ער מיר העלפן (כידוע אז אסאך צדיקים האבן דאס געטוהן),
קומסט דו זאגן אז דו האסט נישט מורא פאר מיין אידישקייט? דו הרג'סט די זאך, כ'האפ אז דו ביזט נישט די עכטע משה רבינו, לול
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 10, 2013 10:02 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
אן העזה!אפפרעגן מיינע ווערטער?האסט אמזל כבין ביז יעצט געווען אין הימל האב איך עס נישט געזעהן גלייך.קיצער.פון אויבן בעט מען איבערגעבן אז דאס איז דיין תיקון.פריערדיגן גלגול ביסטו געווען חתונה געהאט הערליך שיין.מוויל דיר געבן אביסל פיהלן טעם הגלות.פריי זעך ביסט געזונט.האסט צען פינגער צו שרייבן דא.האסט אויגן צו זעהן וואס דו שרייבסט.און די עיקר!האסט די זכיה צו זיך שרייבן מיט משה רבנו אליין!כשם שמברך על הרעה כן יברך על הטובה ומידה טובה מרובה.כשאדם רואהשיש עליו דין.הפעולה הטובה ביותר בשבילו שיעשהעל מנת להמתיק הדין-היא להודות להודות ולהודות.והעיקר להודות על החסרון עצמו!מאחר וההודאה על החסרון היא הביטוי הגדול ביותר לאמונה שלימה ואמיתית שזה מראה שאותו אדם שמודה.מאמין שהכל מאיתו יתברך והכל לטובה.המציאות של היסורים האלה היא הדבר הטוב ביותר לתיקון של אדם זה.ולולא יסורים אלה לא יוכל להגיע לתיקונו.ולא יוכל להתקרב להשית.ולכן נתן לו היסורים האלה ברחמים גדולים אך ורק בשביל להיטיב איתו הטבה נצחית.ולכן יבקש ויתפלל על שום דבר רק יבקש שיתן לו אמונה שלמה שהכל לטובה(שם) מאבלדיג!!