ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?
בדחן איך קען ערקלערן אז סאטמאר איז פארט בעסער, נאר מיין אנטי לאזט מיר נישט...
ערנסט גערעדט, איך האלט אז די סאטמארער סארט מחלוקה איז אפשר מער עקלדיג און מער חילול ה', אבער מענטשן ווערן ווייניגער אומגליקליך. טראכט די חילוק צווישן די בני יואל-סאטמאר מחלוקה און די ארונים-זלונים מחלוקה. ביי די ערשטע זענען מענטשן פיל מער גערודעפט געווארן. די צווייטע איז געווען עקלדיגער און גרעסער, אבער ווייניגער מענטשן זענען געווארן גערודפט פערזענליך.
אין בעלזא האט מען שטיל דערשטיקט א מענטש און אים שטיל געמאכט נאך פאר ער עקזיסטירט, אין סאטמאר וואלט מען יענעם דערגאנגען די יארן, אבער אים געלאזט זיך בויען און מאכן א שיינע מחלוקה לשם ולתהלה.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער אמת איז איז:
אז פאר די מלחמה, האט מען זיך איבעראל, געשלאגען און געהארגעט סיי מיט די הענד, סיי מיט די פוס, סיי מיט די ציין, פאשקעווילן, צייטונגען, ציפקעס, אד''ג, מיט יעדע דיסטראקציע מיטל וואס מען האט נאר געהאט און דער דיספאזיציע.
און פוילן איז עס געווען גור מיט אלכסאנדער, און גאליציע איז עס געווען צאנז מיט ריזן, און אונגארן בעלז מיט מונקאטש, און מארמאראש וויזניץ מיט סיגוט, און ראמעניע סאטמאר מיט דעש, און די ליטע און וואלאדזשין די תלמידים פון הגר''ח בריסקער, מיט די תלמידים פונעם נצי''ב, און ראדין די תלמידים פון הגאון רבי משה לאדינסקי מיט די תלמידים פון הגאון רבי נפתלי טראפ, און אזוי ווייטער און ווייטער,
עס האט עפעס אויסגעזען אז אזוי קימט גאר יודישקייט,
אבער זייט סאטמאר האט אונטערדריקט די בני יואל מיט אן אייזענעם פויסט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט און די ק''ק און דער אלטער היים, האבן די בני יואל אנגעפאנגען זינגען "טעראר" און עס איז זיי געלונגען, פאר דער ווארט טעראר האט יעדער איינער מורא, און א דאנק דעם האבן זיי שוין מנוחה די לעצע 14 יאר:
און בכלל איז די וועלט היינט געווארן מורא'דיג ליבלעראל, דער איש כל הישר בעיניו יעשה, דיקטאטירט היינט דער יודישער גאס, און עס גייט שוין אזוי ווייט, אז אפי' און א שטעטל וואס איז דא א רבי, א מרא דאתרא, מיט תקנות פון די וואס האבן מייסד געווען דעם שטעטל, איז אויך דא בר-נש'ן וואס ווילן זיך פירן מיט די שיטה פון איש כל הישר בעיניו יעשה, און אויב זאגט זיי א בא... שרייען זיי מיט הימל'שע קולות "טעראר" גיוואלד..............
ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, און מען האט געפאקט א יוד ביי די מעשה... ער האט זיך פארליבט אונעם שכן'ס ווייב, זענען געקימען צו גיין די שליחי ב''ד, און מען האט אים מיט שלעק געפירט צום אומשלאג פלאטץ, און מען האט אים אראפ געשליידערט 2 שטאק, און מען האט זיכער געמאכט אז ער טרעפט זיך מיט זיינע עלטערן און גן עדן, און דערנאך האט מען אום באגראבן אונטערן פלויט, איז דען איינעם ביי געפאלן צו שרייען "טעראר" ?????
היינט אז איינער וואוינט און א שטעטל און ער שרייט נאך דעם רבי'ן כאמעני, ירבעם בן נבט... אד''ג, און מען שיקט אים אהיים די בנים פון חדר, האט ער גאר די חוצפה צו שרייען גיוואלד.... טעראר.... אדער ווען א אשת חיל באשליסט און א גרינעם מיטוואך, זיך אריין צו בויערן א טבעת בטבורה, און מען זאגט איר נשמה'לע.. דא קאן מען אזאנס נישט טאן, מען וועט דיר מיזן אהיים שיקן דיין זיסע מיידעלע פון סקול... הייבט זיך אן א יאמעריי טעראר גיוואלד ...
דאס גילעכטער איז דאך עד לב השמים....

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
וואס איז די מעשה מיט די טבעת בטבורה? און וועם האט עס געשטערט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
@קאךלעפל
דו מיינסט טאקע צו קלאגען אויפ'ן מצב הדור וואס ליידער ליידער טעראר איז נישט אנגענומען צו זיין א שיינע זאך?
דו מיינסט טאקע צו קלאגען אויפ'ן מצב הדור וואס ליידער ליידער טעראר איז נישט אנגענומען צו זיין א שיינע זאך?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
גאלד האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:טו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).
סאך מער, די גמרא אין מס' תענית פארציילט אז דער אמורא ר' יוסי דמן יוקרת האט אוועקגעלייגט זיין אייגן טאכטער, ער האט געזאגט "שוב לעפרך", ווייל זי איז געווען צו שיין און מכשיל געווען אנדערע מענער
אבער די האסט נישט גענדיגט די גמרא
אז די אנדערע אמוראים האבען נישט געהאלטען אז ער האט גוט געטוהן
אויף אזוי ווייט אז זיי האבען נישט געוואלט לערנען ביי אים!!
זיי האבען געזאגט אז א מענטש האט נישט רחמנות אויף זיין אייגענע טאכטער אויף אונז תלמידים גייט ער זיכער נישט רחמנות האבען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:שוין
האט מען דא מברר געוועהן אז טעראר איז איבעראל געוועהן, סיי סאטמאר און סיי סקווירא, אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?
קופערניקוס האט געשריבן:איין חילוק אין סאטמאר האט מען זיך געשלאגן ברוב פאר והדר, מיט א מלכות און ברייטקייט, מיט צוויי מעכטיגע צייטונגען, ריזיגע אלף שמות'ע, קול קורא'ס, מאבילס, וועד לחיזוק הדת'ס און וועדות להצלת נכסי המוסדות, האטליינס, וועבסייטס, אויפהענגען דאמי'ס אויף ליע עווניו, פייער לעשערס, קונטרסים און חיבורים.
דאס איז נישט נאר דא, נאר סיגוט איז די איינציגסטע פלאץ וואס די שענסטע חיבורים בכל שושלת עצי התמרים זענען איבער די מחלוקת אין שטאט סיגוט, אויך שפעטער אין קראלי איז ארויסגעקומען פאשקוויל און צייטונגען, און דערנאך אין סאטמאר, וכן עד היום הזה ברוב פאר, בגאוה דקדושה.
אין אנדערע פלעצער איז עס צוגעגאנגען איידל, א פראסק, א ציפ, א שטויס, א גיס אפ א הייסע קאווע, אזוי בצניעות און מיט א חסידישע חן.
נאך איין חילוק, פון די יעצטיגע סאטמארע מחלוקה איז כאטש ארויסגעקומען עפעס גוטס פארן ציבור, צו איז דאס חתונה תקנות, ווייץ, פלייש (פאר ווער ס'האלט ס'איז מהודר), און נאך אסאך גוטע זאכן צוליבן רייץ פון ווער ס'טוהט אויף מער און שטעלט צו מער, אבער פון רוב אנדערע מחלוקת, חוץ די פירוד לבבות און רדיפות האט עס גארנישט געברענגט!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אז דו ווילסט קענסטו צולייגן די עירוב אויך.... אן קיין סאטמארע מחלוקה איז קיין עירוב אין וויליאמסבורג נישטא!
ווילסט גיין ווייטער? א דף היומי סיום אין אימפיריאל זאל אין וויליאמסבורג, ווען סאטמאר איז בתוקפו וואלט דאס נישט פארגעקומען!
ווילסט גיין ווייטער? א דף היומי סיום אין אימפיריאל זאל אין וויליאמסבורג, ווען סאטמאר איז בתוקפו וואלט דאס נישט פארגעקומען!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
אלע זענען אנטלאפן, קלויזענבורגער רב, און וויזשניצער רבי - ר' חיים מאיר'ל, און באבובער רב, און ר' יאנקעלע, אלע זענען אנטלאפן ווייל זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר זיי, ווער ס'האט אנגעהויבן מיט דעם טעראר מאשין וואס האט געהייסן רבינו הקדוש, איז געווארן פארפייניגט און באדרענגט.
טראץ וואס ר' יואליש איז געווען פונקט אזא פליט ווי אלע גרינע נאכן קריג, און ווילי איז געווען א פלאץ פון א באשיידענע קהילה, גארנישט קיין שייכות מיטן טעראר מאשין, וואס האט אנגעפירט די עבודת המולך מהודו ועד כוש

אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
די גוטע חלק איז אז וויליאמסבורג האט ב״ה פארטריבן די שטיוול (סקווירא) און בעיקר די שווארצע זאקן אום שבת אידן (בעלז החדש). אזוי איז געבליבן וויליאמסבורג א שטיק חן. ברך שמיה לעלם.
וקראת לשבת עונג!!!
וקראת לשבת עונג!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל