ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קופערניקעס, איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר דיין תגובה, אבער מיין סאטמערישקייט לאזט נישט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בדחן איך קען ערקלערן אז סאטמאר איז פארט בעסער, נאר מיין אנטי לאזט מיר נישט...
ערנסט גערעדט, איך האלט אז די סאטמארער סארט מחלוקה איז אפשר מער עקלדיג און מער חילול ה', אבער מענטשן ווערן ווייניגער אומגליקליך. טראכט די חילוק צווישן די בני יואל-סאטמאר מחלוקה און די ארונים-זלונים מחלוקה. ביי די ערשטע זענען מענטשן פיל מער גערודעפט געווארן. די צווייטע איז געווען עקלדיגער און גרעסער, אבער ווייניגער מענטשן זענען געווארן גערודפט פערזענליך.
אין בעלזא האט מען שטיל דערשטיקט א מענטש און אים שטיל געמאכט נאך פאר ער עקזיסטירט, אין סאטמאר וואלט מען יענעם דערגאנגען די יארן, אבער אים געלאזט זיך בויען און מאכן א שיינע מחלוקה לשם ולתהלה.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער אמת איז איז:

אז פאר די מלחמה, האט מען זיך איבעראל, געשלאגען און געהארגעט סיי מיט די הענד, סיי מיט די פוס, סיי מיט די ציין, פאשקעווילן, צייטונגען, ציפקעס, אד''ג, מיט יעדע דיסטראקציע מיטל וואס מען האט נאר געהאט און דער דיספאזיציע.

און פוילן איז עס געווען גור מיט אלכסאנדער, און גאליציע איז עס געווען צאנז מיט ריזן, און אונגארן בעלז מיט מונקאטש, און מארמאראש וויזניץ מיט סיגוט, און ראמעניע סאטמאר מיט דעש, און די ליטע און וואלאדזשין די תלמידים פון הגר''ח בריסקער, מיט די תלמידים פונעם נצי''ב, און ראדין די תלמידים פון הגאון רבי משה לאדינסקי מיט די תלמידים פון הגאון רבי נפתלי טראפ, און אזוי ווייטער און ווייטער,

עס האט עפעס אויסגעזען אז אזוי קימט גאר יודישקייט,

אבער זייט סאטמאר האט אונטערדריקט די בני יואל מיט אן אייזענעם פויסט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט און די ק''ק און דער אלטער היים, האבן די בני יואל אנגעפאנגען זינגען "טעראר" און עס איז זיי געלונגען, פאר דער ווארט טעראר האט יעדער איינער מורא, און א דאנק דעם האבן זיי שוין מנוחה די לעצע 14 יאר:

און בכלל איז די וועלט היינט געווארן מורא'דיג ליבלעראל, דער איש כל הישר בעיניו יעשה, דיקטאטירט היינט דער יודישער גאס, און עס גייט שוין אזוי ווייט, אז אפי' און א שטעטל וואס איז דא א רבי, א מרא דאתרא, מיט תקנות פון די וואס האבן מייסד געווען דעם שטעטל, איז אויך דא בר-נש'ן וואס ווילן זיך פירן מיט די שיטה פון איש כל הישר בעיניו יעשה, און אויב זאגט זיי א בא... שרייען זיי מיט הימל'שע קולות "טעראר" גיוואלד..............

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, און מען האט געפאקט א יוד ביי די מעשה... ער האט זיך פארליבט אונעם שכן'ס ווייב, זענען געקימען צו גיין די שליחי ב''ד, און מען האט אים מיט שלעק געפירט צום אומשלאג פלאטץ, און מען האט אים אראפ געשליידערט 2 שטאק, און מען האט זיכער געמאכט אז ער טרעפט זיך מיט זיינע עלטערן און גן עדן, און דערנאך האט מען אום באגראבן אונטערן פלויט, איז דען איינעם ביי געפאלן צו שרייען "טעראר" ?????

היינט אז איינער וואוינט און א שטעטל און ער שרייט נאך דעם רבי'ן כאמעני, ירבעם בן נבט... אד''ג, און מען שיקט אים אהיים די בנים פון חדר, האט ער גאר די חוצפה צו שרייען גיוואלד.... טעראר.... אדער ווען א אשת חיל באשליסט און א גרינעם מיטוואך, זיך אריין צו בויערן א טבעת בטבורה, און מען זאגט איר נשמה'לע.. דא קאן מען אזאנס נישט טאן, מען וועט דיר מיזן אהיים שיקן דיין זיסע מיידעלע פון סקול... הייבט זיך אן א יאמעריי טעראר גיוואלד ...

דאס גילעכטער איז דאך עד לב השמים....
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

וואס איז די מעשה מיט די טבעת בטבורה? און וועם האט עס געשטערט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

@קאךלעפל
דו מיינסט טאקע צו קלאגען אויפ'ן מצב הדור וואס ליידער ליידער טעראר איז נישט אנגענומען צו זיין א שיינע זאך?
I have a dream
Martin Luther King ~
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

קאךלעפל, איז רוזין אין מזרח גאליציע אדער מערב גאליציע?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

newkave האט געשריבן:קאךלעפל, איז רוזין אין מזרח גאליציע אדער מערב גאליציע?


פרעג רבי גוגול:
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

דאס איז אונזער שוואכער יוטוב דור שולדיג, ווילאנג יו טוב איז נישט געשטאנען האט מען געזאגט "פון קענט און ווייטער עט יור אוון ריסק", היינט איז שוין יו טוב שטערקער פון די פאליציי און זיי האבן אויך מורא פון יו טוב, אויף דעם שטייט דאך שוין אלמלא מוראה איש את רעהו וכו'
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

קאך_לעפל האט געשריבן:דער אמת איז איז:

און ראמעניע סאטמאר מיט דעש,

אפשר געסטי עפעס דיטעילס איבער די שוידערליכע סאטמאר דעשש מחלוקה, עפעס זעט אויס האבן די היסטאריקער פארגעסן עס צי קאווערן.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

גאלד האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:טו בי פעיר, אין די צניעות ספרים האב איך יא געטראפן 2 מקורות איבער דעם ענין פון מכשיל זיין מענער. איינס איז די גמרא וואס דערציילט וועגן א טאכטער פון איינעם פון די חכמים וועלכע האט מתפלל געווען אז מענער זאלן נישט נכשל ווערן דורך איר. דער מהרש״א אויפן פלאץ איז דארט מסביר אז די גמרא זאגט אז אויב איינער באקומט א עונש צוליב א צווייטן, אין מכניסים - דעם צווייטן - במחיצתו של הקב״ה. און דאס איז די פשט וואס מען בעט ולא יענש שום אדם בסיבתי. (און דאס גופא איז געווען דער טעם פון די חסידים וואס האבן מפקיר געווען זייערע נכסים ווייל גנבים פלעגן גנב׳ענען. - איז לפי זה כאמור די 2 זאכן זענען די זעלבע דרגה).



סאך מער, די גמרא אין מס' תענית פארציילט אז דער אמורא ר' יוסי דמן יוקרת האט אוועקגעלייגט זיין אייגן טאכטער, ער האט געזאגט "שוב לעפרך", ווייל זי איז געווען צו שיין און מכשיל געווען אנדערע מענער


אבער די האסט נישט גענדיגט די גמרא
אז די אנדערע אמוראים האבען נישט געהאלטען אז ער האט גוט געטוהן
אויף אזוי ווייט אז זיי האבען נישט געוואלט לערנען ביי אים!!
זיי האבען געזאגט אז א מענטש האט נישט רחמנות אויף זיין אייגענע טאכטער אויף אונז תלמידים גייט ער זיכער נישט רחמנות האבען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

newkave האט געשריבן:קאךלעפל, איז רוזין אין מזרח גאליציע אדער מערב גאליציע?

ער מיינט צו זאגן סאדיגור. און ווען איינער מישט אויס "הודו" מיט "כוש". איינס איז אין אזיע און די אנדערע איז אין אפריקע.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איחוד פעלד האט געשריבן:שוין

האט מען דא מברר געוועהן אז טעראר איז איבעראל געוועהן, סיי סאטמאר און סיי סקווירא, אלזא וואס איז דער חילוק פין סאטמארע טעראר און סקווירא טעראר?

קופערניקוס האט געשריבן:איין חילוק אין סאטמאר האט מען זיך געשלאגן ברוב פאר והדר, מיט א מלכות און ברייטקייט, מיט צוויי מעכטיגע צייטונגען, ריזיגע אלף שמות'ע, קול קורא'ס, מאבילס, וועד לחיזוק הדת'ס און וועדות להצלת נכסי המוסדות, האטליינס, וועבסייטס, אויפהענגען דאמי'ס אויף ליע עווניו, פייער לעשערס, קונטרסים און חיבורים.
דאס איז נישט נאר דא, נאר סיגוט איז די איינציגסטע פלאץ וואס די שענסטע חיבורים בכל שושלת עצי התמרים זענען איבער די מחלוקת אין שטאט סיגוט, אויך שפעטער אין קראלי איז ארויסגעקומען פאשקוויל און צייטונגען, און דערנאך אין סאטמאר, וכן עד היום הזה ברוב פאר, בגאוה דקדושה.
אין אנדערע פלעצער איז עס צוגעגאנגען איידל, א פראסק, א ציפ, א שטויס, א גיס אפ א הייסע קאווע, אזוי בצניעות און מיט א חסידישע חן.

נאך איין חילוק, פון די יעצטיגע סאטמארע מחלוקה איז כאטש ארויסגעקומען עפעס גוטס פארן ציבור, צו איז דאס חתונה תקנות, ווייץ, פלייש (פאר ווער ס'האלט ס'איז מהודר), און נאך אסאך גוטע זאכן צוליבן רייץ פון ווער ס'טוהט אויף מער און שטעלט צו מער, אבער פון רוב אנדערע מחלוקת, חוץ די פירוד לבבות און רדיפות האט עס גארנישט געברענגט!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אז דו ווילסט קענסטו צולייגן די עירוב אויך.... אן קיין סאטמארע מחלוקה איז קיין עירוב אין וויליאמסבורג נישטא!

ווילסט גיין ווייטער? א דף היומי סיום אין אימפיריאל זאל אין וויליאמסבורג, ווען סאטמאר איז בתוקפו וואלט דאס נישט פארגעקומען!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

שעפטל האט געשריבן:אז דו ווילסט קענסטו צולייגן די עירוב אויך.... אן קיין סאטמארע מחלוקה איז קיין עירוב אין וויליאמסבורג נישטא!


פארוואס וואלט נישט געווען קיין עירוב ווען נישט די מחלוקה? :?: :!:
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דאס איז מיין מיינונג, ווען סאטמאר איז געווען איינס און שטארק וואלט עס ניטאמאל ארויפגעקומען על דעת המתירים עס צו מאכן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אמאל האט עס ר' יואליש פארכאפט מיט כח, מיט יארן האט עס ר' מאטעלע געוואלט איבערנעמען, למעשה האט ברוך השם כל איש כל הישר בעיניו יעשה. ב''ה ארויס מידי מושלים בכח
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

און ר' יעקב יוסף האט געמוזט אנטלויפן אין די הרי אררט אריין נישט קענענדיג צוקוקן ווי איינער וואס איז נישט נכד טשערנאביל פאקט אים איין
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אלע זענען אנטלאפן, קלויזענבורגער רב, און וויזשניצער רבי - ר' חיים מאיר'ל, און באבובער רב, און ר' יאנקעלע, אלע זענען אנטלאפן ווייל זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר זיי, ווער ס'האט אנגעהויבן מיט דעם טעראר מאשין וואס האט געהייסן רבינו הקדוש, איז געווארן פארפייניגט און באדרענגט.
טראץ וואס ר' יואליש איז געווען פונקט אזא פליט ווי אלע גרינע נאכן קריג, און ווילי איז געווען א פלאץ פון א באשיידענע קהילה, גארנישט קיין שייכות מיטן טעראר מאשין, וואס האט אנגעפירט די עבודת המולך מהודו ועד כוש
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך שמו יגער »

אין וואו אזוי פארענטפערט מען די וואס זענען יא געבליבן??? פאפא,וויען??? תמימות? אדער זיי האבן געזאגט ״ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי״ נאכ׳ן כאפן יעדעס מאל פון פריש??
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

א ווילי תושב, איז פארכאפט פון סאטמארע מינות, און אלע טינקן זיך אינעם פייערלענטשער טאפ, טאקע די וואס זענען געבליבן האבן געמוזט על הפנים אננעמען סאטמארע שיטה, און ס'שטינקט טאקע פון זיי אויך ווי איבערצייגט
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

די גוטע חלק איז אז וויליאמסבורג האט ב״ה פארטריבן די שטיוול (סקווירא) און בעיקר די שווארצע זאקן אום שבת אידן (בעלז החדש). אזוי איז געבליבן וויליאמסבורג א שטיק חן. ברך שמיה לעלם.

וקראת לשבת עונג!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

סארא חן.. ס'שטינקט פון קאפ
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אה נא, מיין טאטע האט א ריזיגערערע בליטעדיגע פאסיק פון דיין טאטע! און מיין טאטע איז אויך א הצלה מיט א שומרים, נישט נאר א חברים און א חסד אזוי ווי דיין טאטע!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט