ספארטס: בני יעקב

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ספארטס: בני יעקב

שליחה דורך שעפטל »

שוין לאנג געטראכט פון עפענען אזא אשכול (אפשר וועט נאך ווערן אן עקסטערע סוב-פארום פאר זיך אויך...) כ'בין נאר נייגעריג צו ס'דא אפילו דא חבירים וואס גייען עס בכלל ליינען, צו ס'אינטערסירט זיי בכלל?

אלס פותחין בכבוד האכסניא וועל איך אנהייבן מיטן לאקאלן טעים, די בני יעקב, וואס זענען אזוי אויך די טייערסטע חבורה, די מיט די מערסטע געווינסן ביים וועלטליכן (ליין אמעריקאנעם) שפילן

נעכטן האבן די בני יעקב
Yankees.jpg

געווינען דריי-נאל קעגן די לאס אנדזשעלעס דאדזשערס
LA Dodgers.jpg


אין קורצן...:
היראקי קוראדע האט געווארפן זיבן הקפות אויפגעבענדיג אינגאנצן 5 היטס, איין וואלק, אבער קיין איין ראן, און אויסגעשטראכן אכט.
צום אכטן הקפה איז אריינגעקומען באאן לאגען און נאר אויפגעגעבן א היט, א וואלק אבער ווידער קיין ראן.
צום ניינטן איז אריינגעקומען דער אלעמען באקאנטען מלך הפיטשערס, מאריאנא ריווערא, ער האט אויסגעשטראכן צוויי חברה און נישט געלאזט איינער זאל אפילו זעהן די ערשטן באזע.

די בני יעקב פון די אנדערע זייט האבן אין די ערשטע 8 הקפות אקעגן קלעיטאן קערשאו נאר ארויסגעשלעפט 5 היטס, קיין איין וואלק און 5 זענען אויסגעשטריכן געווארן.
אבער די חאגע האצעך אנגעהויבן אין די ניינטע, ווען ראנעלד בעליסאריא האט אויפגעגעבן א וואלק פארן קאפיטאן דערעק דזשיטער, נאך א גראונד אוט פון ראביסאן קענאו, ווי עדוארדא נונעז וועלעכער איז געלאפן פאר דזשיטערן איז אוט געווארן אבער קענאו איז יא אנגעקומען צום ערשטן באזע. דערנאך א פרישן גראונד אוט פונעם נארוואס צוריקגעקומענער אלפאנסא סוריאנאו (טאקע יהא בואו לברכה ולהרמת הקרן...) , מיט וואס קענאו איז אנגעקומען צום צווייטן באזע. דערנאך האט מען במכוון געשיקט איטשירא סוזוקי צו ערשט.
דערנאך האט פאקא ראדריגעז איבערגענומען בעליסאריא צו ווערן דער ווארפער און לייל אווערבעי האט טאקע הנאה געהאט דערפון ווען ער האט געריקט א טאבעלע צום צענטער פיעלד און קענאו איז אנגעקומען אהיים בשלום, און סוזוקי איז געלאפן צום דריטן באזע. דערנאך איז דזשעיסאן ניקס אנגעקומען צו ערשט ווען דער וואס נעמט קער פונעם צווייטן באזע ביי די דאדזשערס האט געמאכט א גרייז, און גלייכצייטיג איז סוזוקי מיט אווערבעי אהיימגעלאפן..
בראנדאן ליגע האט איבערגענומען ראדריגעז און אוט געמאכט קריס סטוערט מיט דעם האצעך עס געענדיגט די געלויפאכטס פון די בני יעקב.

ביים צווייטן חלק פונעם ניינטן ווי דערמאנט איז ריווערא אריינגעקומען אויסגעשטריכן די ערשטע צוויי, דערנאך א גראונד אוט, מיט דעם האט ריווערא זיך איינגעקויפט דעם ראטעווען נומער 34 פארן יאר, און מסתמה ס'לעצטע דארט אין לאס אנדזשעלעס...

דער געווינס האט געשטעלט די יענקיס מיט 56 געווינסן און 51 פארלארענע מעשיות, זיי זענען יעצט די פערדע (אכט געווינסן אונטערן ערשטן) אינעם אמעריקאנעם ליגע פון מזרח...

*

ס'קען זיין אז דאס וועט זיין דע ערשטע און לעצטע תגובה בענינינו...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

זייער זייער גוט באשריבן. און הגם איך בין נישט קיין חסיד פון די 'בני יעקב' ווי די רופסט זיי, האסטו אבער געגעבן א געוואלדיגען געים סאמערי.

מיט דעם האט ריווערא זיך איינגעקויפט דעם ראטעווען נומער 34 פארן יאר, און מסתמה ס'לעצטע דארט אין לאס אנדזשעלעס...


דאס עמקות פונעם ווארט 'מסתמה', איז פארשטייט זיך מיט האפענונג אז די בני יעקב זאלען זיך טרעפן מיט די דאדזשערס אינעם 'וועלט סיריעס' ווייל אנדערש קען ריווערא קיין 'ראטעווען' מער דארט נישט האבען...
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

'ראטעווען' איז לכאורה נישט די ריכטיגע ווארט.
ראטעווען איז דער וואס געוואונט די שפיל.
.
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

I'm back האט געשריבן:'ראטעווען' איז לכאורה נישט די ריכטיגע ווארט.
ראטעווען איז דער וואס געוואונט די שפיל.

אין ענגליש ווערט דער וואס ענדיגט צו די געים (ווען זיין טיעם איז נישט מער פונעם אנדערען ווי מיט 3 פוינטס) אנגערופען א 'Save'.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

יא, אבער די ווארט save מיינט נישט ראטעווען, אין דער סיטואציע.
אפשר קען אונז [tag]פרישער[/tag] צושטעלן א ווארט פאר דעם אין פרידיש?
דאכט זיך מיר אז פרידיש האט געוויסע ענליכקייטן צו אידיש.
.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

כבוד הרב שעפטל זייענדיג אזא איינער וואס לא קרה ולא שנה בעניני ספארטס וואלטסטו אפשר מסכים געווען מסביר צו זיין דעם שפיל פאר מיר על כלליה ופרטיה יישר כח
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די בני יעקב (פון די בראנקס) דארפן אבער גרויס רחמים. ווי ס'זעיט אויס וועלן זיי דעיס יאר (ליידערׂ) נישט גיין צו די פלעי אפפ'ס (אפשפילן). איינס פון די טעמים פאר זייער שוואכע הצלחה דעיס יאר איז אז צוויי פון זייערע בעסטע שפילערס האבן זיך נישט באטייליגט אין די געימס. ה"ה אלעקס ראדריגעז, המכונה עי ראד. און דערעק דזשיעטער. דער מצב פון עי-ראד איז זייער נישט פויגלדיג. דער קאמישאנער וויל איהם סוספענדן פאר זיין גאנץ לעיבן פון שפילן צוליב די חשדות אז ר'האט גענומען סממנים וואס געבן צו עקסטרע כוחות.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

די מיינסט 'קורטיס גרענדערסאן'...
אלעקס איז די לעצטע צוויי יאר געווען נישט אזוי איי איי איי...
.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

I'm back האט געשריבן:די מיינסט 'קורטיס גרענדערסאן'...
אלעקס איז די לעצטע צוויי יאר געווען נישט אזוי איי איי איי...

ניין. כ'מיין טאקע עי-ראד. מ'האט געמאכט פון איהם א גאנצע געטשקע. און יעצט איז ער אין פעקל.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ער באקומט א פעקל הנקרא 'קעש''...

אגב, עס האנדלט זיך יעצט אין די מעידזשאר ליעג בעיסבאל אפיסעס צו מען זאל סוספענדירן עיראד צוליב זיין באנוץ מיט געוויסע דראגס וואס זיי לאזן נישט נוצן אלס א שפילער...
.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

I'm back האט געשריבן:ער באקומט א פעקל הנקרא 'קעש''...

אגב, עס האנדלט זיך יעצט אין די מעידזשאר ליעג בעיסבאל אפיסעס צו מען זאל סוספענדירן עיראד צוליב זיין באנוץ מיט געוויסע דראגס וואס זיי לאזן נישט נוצן אלס א שפילער...

הוא אשר דיברנו. אז מ'רעדט שוין. איך האב שוין א לאנגע צייט צוריק געמאכט א פרעדיקשן אז ס'וועט נאך זיין ספארטס אפטיילונגען אין דער איד און בלאט.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

מיינסט אז י.מ. סופר וועט זיין די זשורנאליסט?
.
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

I'm back האט געשריבן:יא, אבער די ווארט save מיינט נישט ראטעווען, אין דער סיטואציע.
אפשר קען אונז [tag]פרישער[/tag] צושטעלן א ווארט פאר דעם אין פרידיש?
דאכט זיך מיר אז פרידיש האט געוויסע ענליכקייטן צו אידיש.


איינער פון די דעפינישענס פון 'save' אין ענגליש איז 'preserve'. דאס איז וואס די ווארט save מיינט אין דעם פאל.
אין אידיש איז די ריכטיגע אבערטייטש אפשר, אנהאלטען.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

אה, [tag]קלוג און יונג[/tag]
.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

איך האב נישט ארויס דעים ענין, העליך נישט נעמען קיין שטעלינג ווי אזוי צו זאגען אז ריווערע האט געזעקלט נומער פירין דרייסיג פארן יאר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרישער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

I'm back האט געשריבן:מיינסט אז י.מ. סופר וועט זיין די זשורנאליסט?

איך קען דיר אראפלייגן מער ווייניגער דעם נוסח וויאזוי ער גייט שרייבן, נאר היות ס'איז שוין שפעיט ביינאכט (טאקע ליל ששי) העמער עס לאזן פאר מארגן בלי"נ. ועוד חזון למועד.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אלעקס ראדריגאז המכונה בלשון חיבה "עיראד" וואס שפילט אלס דריטע באזע מאן, וועט פארלירן 34 מיליאן דאלער און נישט קענען שפילן היי יאר און אזוי אויך נעקסטע יאר אויב זיין קנס גייט אדורך.

עיראד איז איינע פון צעהן שפילערס וואס ווערן סוספענדירט איבער די סקאנדאל פון ניצן דראגס וואס זאל זיי מאכן פאר בעסערע שפילערס.

עיראד גייט אפאלירן די פסק וואס גייט ארויסקומען מארגן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

איך ווייס נישט ווי דאס צולייגן אבער דא איז דאס מערסטע ספארטי

די בארצעלאנא גרופע באזוכט היינט ביים כותל
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ספארטס: בני יעקב - פרייטאג 8/2

שליחה דורך שעפטל »

פרייטאג האבן די בני יעקב געשפילט מיט די סען דיעגא פאדרעיס,
Sd-Padres.jpg

און האבן פארלוירן 7-2.

סיסי סאבעטיע (פארלירער, 9-10) האט געווארפן פינף און צוויי דריטלעך הקפות אויפגעבענדיג פינף ראנס (איין דערפון א האום ראן). אדורך 11 היטס, דריי וואלקס, און פיר אויסגעשטראכן.
פרעסטאן קלאבארן איבערגענומען אין די זעקסטע, טאקע געוואלקט איינעם, אבער אויסגעשטריכן דעם צווייטן צו ענדיגן דעם הקפה.
דזשאבא טשעמבערלין האט איבערגענומען אין די זיבעטע, אויפגעגעבן א האום ראן,
אדאם וואראן האט איבערגענומען אין די אכטע און אויך אויפגעגעבן א האום ראן.

די יענקיס פון די אנדערע זייט האבן אינגאנצן געסקארט צוויי ראנס אין די צווייטע אויף ענדראו קעשנער (געווינער, 8-5), ווען איטשיראו סוזוקי האט געהאט א סינגל, געגנבעט די צווייטע באזע, אהיימגעלאפן דורך א דאבל פון עדווארדא נוניעז, נוניעז איז געגאנגן צו די דריטע באזע דורך א גראנד-אוט פון קריס סטוערט, און אהיימגעלאפן אדורך א גראנד אוט פונעם פיטשער סיסי סאבעטיע.

קעשנער איז געגאנגן זיבן הקפות, אויפגעגעבן 7 היטס, צוויי ראנס, און אויסגעשטראכן צוויי.
לוק גרעגערסאן האט אים איבערגענומען אין די נאכטע
און טים סטאפער אין די ניינטע, ביידע האבן גארנישט אויפגעגעבן.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

עיראד איז געווארן סוספענדירט ביז 2015.
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

טשמעבערלין פיטשט נאר ווען די יענקיס ווילן אויפגעבן נאך ראנס...
.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מ. גליקמאן האט געשריבן:עיראד איז געווארן סוספענדירט ביז 2015.

עיראד איז סוספענדירט געווארן פאר 211 געימס, וועט אבער היינט מסתמה יא שםילן צוליב זיין אפעלירן דעם אורטייל
Alex+Rodriguez.jpg

אויב ער וועט סוספענדירט ווערן וועט ער פאלירן 33.5 מיליאן דאלער (זיין 10 יעריגע קאנטרעקט איז געווען אין 2008 פאר 275 מיליאן, און אין 2013 דארף ער ווען קריגן 29 מיליאן)
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ספארטס: בני יעקב - שבת 8/3

שליחה דורך שעפטל »

שבת האבן די בני יעקב געשפילט מיט די סען דיעגא פאדרעיס,
און האבן געווינען 3-0.

איוואן נאווע (געווינער, 5-4) האט געווארפן זיבן הקפות אויפגעבענדיג 4 היטס, 1 וואלק, און אויסגעשטראכן אכט, און קיין איין ראן נישט
דוד ראבערסאן איבערגענומען אין די אכטע, נאר אויפגעגעבן א היט
מאריאנא ריווערע האט איבערגענומען אין די ניינטע און געקריגן "אנהאלטן" נומער 35.

די יענקיס פון די אנדערע זייט האבן געסקארט דריי ראנס, צוויי אין די זיבעטע, אדורך א צוויי לויף היים-לויף אויף טיסאן ראסס, פון קורטיס גראנדערסאן נאכדעם וואס אלפאנסא סוריאנא איז געווען אויף ערשט. און איין לויף אין די ניינטע ווען דזשעיסאן ניקס האט אהיימגעפירט קורטיס גראנדערסאן.

טייסן ראסס פון די פאדרעיס (פארלירער, 2-5) איז געגאנגן זעקס הקפות, אויפגעגעבן 3 היטס, צוויי ראנס, דריי וואלקס, און אויסגעשטראכן ניין.
ניק ווינסענט האט אים איבערגענומען אין די זיבעטע נאכדעם וואס ראסס האט שוין אויפגעגעבן צוויי ראנס און דערנאך נאך צוויי וואלקס און געטוהן זיין ארבייט איבערלאזענדיג די צוויי יענקעלעך געשטראנדערט..
קאלט היינס האט איבערגענומען אין די אכטע און געגאנגן איין צוויי דריי..
און דייל טייער אין די ניינטע, ווי ער האט אויפגעגעבן א ראן ווי פריער געשריבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט