יודיש חדר אויפן אינטערנעט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

יודיש חדר אויפן אינטערנעט

שליחה דורך אייניקעל »

א פרישע חדר און יודיש האלט זיך אינמיטן פארמירן אויפן אינטערנעט yiddishcheder.com

גענוג איז גענוג
אזוי האבן אויסגעשריגן צענדליגער עלטערן וואס האבן נישט זוכה געווען נושא חן צו זיין אין די אויגן פון די וועד-הנהלה-באהערדע און דערפאר געדארפט אדורכצוגיין שבעה-מדורי-גיהנום שלאפלאזע נעכט, נאסע קישענעס און ארומלויפן אן א קאפ צו קלאפן אויף צענדליגער טירן על לא עול בכפם.מיר ווילן מער נישט זיין אונטערן איינפלוס פון משתלטים על הצבור וואס האבן אראפגעשטעלט זייער ציעל צו בויען מוסדות פאר כבוד און געלט נישט קיין חילוק וויפיל בלוט ווערט דערפאר פארגאסן

אונז וויל מיר בעסער
אזוי האבן אויסגעשריגן צענדליגער עלטערן וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן ארומדרייען מיט א שמייכל פון שמחת החיים דורכגעוויקט מיט אמונה און קדושה שטענדיג, וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן לערנען תורה אזוי ווי חז”ל האבן אונז אויסגעלערנט בן חמש למקרא בן עשר למשנה א.א.וו., אז זייערע קינדער זאלן פארזוכן פון אלע ערליי ידיעות התורה מכל מלמדי השכלתי נישט דוקא איין געוויסע ספר אדער מקצוע וואס איז באשטימט דורך מענטשען מיט אייגענע נגיעות, צו לערנען א פאך און אביסל ידיעות העולם ווי חז”ל זאגן אונז חייב אדם ללמד את בנו אומנות, צו וויסן און פארשטיין פארוואס מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט און ווי כלל ישראל קומט און גייט, צו נוצן טעכנאלאגיע אין די קלאסן צוצוהעלפן מיטן לערנען נישט אוועקצולויפן פון די מתנות וואס השי”ת איז אונז משפיע

עס האבן זיך צוזאמענגענומען א צאל עלטערן וואס טראכטן און פלאנען צו עפענען א תלמוד תורה על דרך ישראל סבא, באזירט אויפן אינטערנעט, אונטערן הדרכה פון אפאר אויסגעקליבענע תלמידי חכמים וואס זוכן נאר להגדיל תורה לשם שמים ממש, און אנגעפירט דורך געטרייע איבערגעגעבענע מחנכים, די חדר וועט געפירט ווערן דורך די הנהלה צוזאמען מיט די עלטערן, דאס הייסט אז איעדע גרעסערע באשלוס (דרך הלימוד, תקנות, אקטיוויטעטן וכדו’) וועט נאר ווערן באשלאסן צוזאמען דורך א vote פון די עלטערן די הנהלה און מיט די הדרכה פון די משפיעים. ווי אויך גייט פארקומען אפטע צוזאמענקומענס פון אלע עלטערן זיך מחזק זיין און צו שעפן נחת

די חדר באלאנגט נישט צו קיין שום קהילה, חסידות אדער סיי וועלכע אנדערע גרופע, די ציעל איז פשוט אז אונז עלטערן זאלן קענען ריכטיג מקיים זיין די מצות עשה פון ושננתם לבניך בכל פרטיה ודקדוקיה


וואס איז דיין מיינונג וועגן אזא חדר?
1) ווי קען איך איינשרייבן מיינע קינדער?
2) איך קען קוים ווארטן אז דאס זאל זיך עפענען
3) שיינע חלומות דאס גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטןאויפן אינעטערנעט? רח"ל דאס איז מעשה שטן
4) ווייסעך וואס
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

WOW
Under influence
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

חב"ד האט אזא מין איידיע ווייל זיי האבען דאך שליחים אין די גאנצע וועלט און די קינדער האבען נישט קיין חדר האבען זיי אזא מין סיסטעם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איז אזוי.
אין וומ"ס / מאנראו / סקווירא / קרית טאהש, וועט דאס נישט פאסירן.
אין אנדערע מקומות, ווער דארף "אידיש"?
Under influence
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מיין מיינונג: 2.

א פשוט'ע לעזונג, צו א קאמפליצירטע פארצווייגטע פראבלעם. מען דארף נישט קיין גרויסע אינוועסטמענטס, נאר פשוט א קאמפיוטער מיט גוטע אינטערנעט קאנעקשאן. און קאווע טרינקער, דו פארגעסט אז מיט די אינטערנעט איז מאנראו. נישט מאנראו, און סקווירא איז נישט סקווירא. איך גיי פאר די איידיע, הלוואי עס זאל זיך אויסארבעטן!
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'טראכט אהער און אהין, און אזא געוואלדיגע עצה איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלען. איך שטים פאר 2
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

20 30 יאר פרי אדער 120
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

איך האלט זייער דערפון פאר עטליכע סיבות.

קודם, אויב ס׳ווועט קומען דערצו אז מ׳וועט ארויס ווארפען מיינע קינדער פון די מוסדות וועט דאס מיך העלפן.
נאך, די למודום זענען נישט געוואנדען אויף די יארגאנג, נאר די כשרונות פונעם קינד, זייער א שטארקע זאך, אזוי דארף ווען יעדע מוסד שטעלן זייער סיסטעם. איך פארשטיי אז עס איז נישט מעגליך אבער אז עס איז דא דע אפערטאניטי וועל איך מיך צוכאפען דערצו.
כ׳האב שוין לאנג געטראכט פון מופען ערגעץ אוועק פון די צוקוועטשטע דירות אלעס כדי צי זיין אין א עקסטרעמע געגנווארט.
אמור מעט ועשה הרבה.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איז אזוי.
אין וומ"ס / מאנראו / סקווירא / קרית טאהש, וועט דאס נישט פאסירן.
אין אנדערע מקומות, ווער דארף "אידיש"?


פארוואס נישט? אז מען שיקט נישט די קינדער אין די ״מוסדות״ איז מען בכלל נישט כפוף אינטער מאנראו.

----
אבער עס גייט טאקע נישט פאסירען, ווייל די עלטערן וואס האבן א פראבלעם מיט די מוסדות האבן דאך א ברירה צו מופן אינדרויסן פון וומסב״ג / מאנסי / סקווריע / אדער קר״י, און זיי קענענן ווי אימער טרעפן מוסדות צו זייער געשמאק, עס איז גרינגער און פראקטישער ווי א אן-ליין מוסד.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

האסט שוין אמאל געמופט? ספעציעל פון איין געגנט צו א אנדערע? אריין געפאסט אין א אנדערע מין סביבה? ס'ארא שטותים רעדסטו דא? איך רעד שוין נישט פון די געוואלדיגע הילף וואס אזא מין מוסד וואלט געווען אראפצונעמען דעם ברוטאלן דרוק אז מען מוז "שוין" אויף די רגע האבן א מוסד ווייל מען קען דאך נישט האלטן די קינדער אינדערהיים סתם אזוי.

דאס איז שוין אויסער די געוואלדיגע לערן בענעפיטן וואס א דיזשיטעל מוסד האט איבער א טראדיציאנאלע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אונדז שיקען קונדער אין חדר/סקול אויך ציליב בעבי סיטינג. דאס פארלירט מען. אבער מקען מיט די געלט וואס משפארט פון שכר לימוד באצאלן איינער צי וואטשען די קונדער די מאמע זאל האבן א בריעק.
איין זאך איז זיכער אויב די אינטערנעט איז די מלמד וועט מקיום ווערן אם הרב דומה למלך אלוקים...
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דעת תורה האט געשריבן:האסט שוין אמאל געמופט? ספעציעל פון איין געגנט צו א אנדערע? אריין געפאסט אין א אנדערע מין סביבה? ס'ארא שטותים רעדסטו דא? איך רעד שוין נישט פון די געוואלדיגע הילף וואס אזא מין מוסד וואלט געווען אראפצונעמען דעם ברוטאלן דרוק אז מען מוז "שוין" אויף די רגע האבן א מוסד ווייל מען קען דאך נישט האלטן די קינדער אינדערהיים סתם אזוי.

דאס איז שוין אויסער די געוואלדיגע לערן בענעפיטן וואס א דיזשיטעל מוסד האט איבער א טראדיציאנאלע.


ניין איך האב נישט געמופט. אשר על כן? דערפאר דארף איך פארשטיין אז די מינארטי אומצופרידענע האבן א פוינט?
ווער עס איז נישט צופרידען פון א קאמיונטי ווי ער וואינט זאל פאקען פעק און גיין, עירמאנט שטייט מיט אפן מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס יעדעם אריינצונעמען, מיליאנען מענטשן אין אמעריקע מופען כסדר, און פאקט, גיי אויף גוגל וועסט טרעפן א מאוויניג אינדוסטערי וואס די חברה העלפן מענטשן צו נעמען די פערזענליכע חפצים פון איין פלאטץ צו א צווייטען פלאטץ.

מען שטארבט נישט פון הונגער, נאר פון די בושה נישט צו בעטען א שטיקל ברויט.
מען לעבט אינטער סטרעס נישט צוליב הכרח פון א סיסטעם, נאר צילוב זיך נישט וועלן דאס לעבן און הענט אריין און מאכען אייגענע פעסטע החלטות.

2) איך זע נישט ווי אזוי א דיזשיטעל מוסד קען האבן הצלחה, עס קען זיך פשוט נישט אויסארבייטען מיט די היינטיגע פאריאגטע מאמעס, קליינע דירות, און נויט פאר א קינדער צו לעבן מיט א געזעלשאפט חברים חברת׳עס ארום זיך.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ווייל דו האסט נאכנישט געמופט, קענסטו נישט זאגן וועלכע איז גרינגער. זיך אויפהייבן אין א שיינעם טאג און איבערלאזן די גאנצע סביבה, אדער היים-שולן די קינדער אויף א אינטערנעט חדר. די שאלה איז נישט צי די אומצופרידענע מינאריטעט האט א פוינט, נאר צי זיי האבן א מעגליכקייט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

דא איז ער אן אייניקעל פון אהרן הכהן אייוועלט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ייש"כ פאר די לינק. ס'איז אינטערסאנט צו ליינען די תגובות דארט.
איינער גייט אזוי ווייט און זאגט "רח"ל"...
Under influence
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

פארדעם האב איך עס אהערגעברענגט מען זאל קענען זען מה בן בני לבן שפחתי אזוי פלאטשיק צו זיין
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך קען נישט גלייבען אפילו אז זיי האבען געלאזט עפענען אזא אשכול
קען טאקע זיין אז באלד גייט מען נעמען די ערעסער און מעקען
פארשפארט